איך בין בעצם א תורה טרייע איד, אין איך ווייס אז די עיקר עסק פין א מענטש דארף זיין נאר אין תורה, פרובור איך טאקע נישט צי שפענדן קיין צייט לריק, אבער איז דאך דא א תאוה עוסק צי זיין בשאר דברים איז אזוי עס איז דא זאכן וואס מען קען פארדעם אוועקגעבן דער חלק פין טאג וואס מען פארברענגט אין בית הכבוד, אבער וואס טוט מען מען מיט זאכן וואס האבן. שייכות מיט תורת ה' אבער איז נישט לערנען ממש אזויווי אקעדמישע ארבעט אויף תורה'דיגע ענינים מחקרים תורה ומדע וכו 'וכו'? מוז מען זיך פארלאזן אז דאס גייט אויך ערגעץ אריין אין לימוד התורה,
קימט אבער דער גרויסער טאג ניטל וואס מען טאר נישט לערנען אין עס מאכט זיך פונקט אז איך וויל עוסק זיין אין אזא ענין, נו וועלך זאגן אז עס איז נישט תורה, נא וואס וועל איך טון לאחר ניטול וועל איך מעגן צוריקדרייען? איך בין זייער באזארגט העלפט ארויס,
ביזדערווייל גיי איך מיר זעצן ליינען אין איך בעט דער עולם זאל אויסארבעטן עס זאל נישט זיין קיין פראבלעם חס ושלום,
איך בין אין א דילעמא, העלפט
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 309
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
קשיא מעיקרא ליתא, ווייל למ"ד חוששין לניטל אין זה דברי תורה, ווידער למ"ד אין חוששין הרי מותר ללמוד.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~