לעיקוואד האט געשריבן:די אלע קשיות גיי פרעג פאר אמעריקע. נישט פאר מיר.
אפשר דארף מען אנהייבן ערגעץ אנדערש. וואס איז דאס א בענעפיט? פונקט ווי דיר שרייען מענטשען אז די קאלטע קריג האט נאר שאדן געמאכט פאר אמעריקע, אז די וויעטנאם קריג האט זיי נאר שאדן געמאכט, אז די איראקער קריג האט זיי נאר שאדן געמאכט, וכו' וכו'. קומט דאך אויס אז אמעריקע איז אזוי נאריש זי טוהט נאר קעגן אירע אינטערעסן.
קאן טאקע זיין אבער וואס איז ביי דיר א חסרון קען ביי א צווייטער זיין א מעלה. אז דו פרעגסט מיר מיט מיין שכל האט די גאנצע פארין פאליסי פון די וועלט נישט קיין זין. פארדעם בין איך טאקע נישט קיין פאליטיקאנט צווואס. פאר איינער וואס טראכט מדיניש אבער האט אנדערע מהלכים.
צו שרייען לאבי מאכט נישט אויס ווייל דער לאבי האט איינגערעדט פאר אמעריקע אז עס לוינט זיך זיי. סאו גיי מאך דו א לאבי מסביר זיין עס לוינט נישט אולי ירחם. עס איז אויך דא א סיבה פארוואס עס לוינט נאכגעבן פאר לאביס. און פארוואס דאס אליינס לוינט.
די געווער מאכט מען נישט בחינם. איינער (אמעריקע) צאלט פאר די קאמפני (אמעריקע) אדער מיליטער (אמעריקע) וואס מאכט עס. בקיצור אמערקע צאלט זיך אליינס דערפאר. גאנץ א גוטער ביזנעס. ס'רוב אמעריקאנער מילטערי אינדוסטריעל קאמפלעקס ארבעט אזוי. און דאס איז משפיע אויף אסאך פון אמעריקאנע פאליסי וכבר צווחו על כך קמאי דקמאי.
איבער די אמעריקאנער מיליטערישע אינדוסטריעל קאמפלעקס ביזטו גערעכט, אבער דאס איז נישט קיין סטראטעגיש געווינס ווייל דו ביסט מודא אז קענסט עס אריינווארפן אין ים מיט די זעלבע בעניפיט.
פון די צווייטע זייט דארפסטו נעמען אין באטראכט די מיליטערישע וואפן 'פארקויפונגען' צו סאודי אראביע און די גאלף מאנארכיעס, -אין דאלאר טערמינען פילפאכיג גרעסער- וואס די לאבי האט צעשטערט, און מען רעדט פון פאקטישע 'סעילס' צוואנציג דרייסיג ביליאן אין 2012 אדער 2013, וואס איז פאקטיש א געלט אינפלאו צו די אמעריקאנער עקאנאמיע.
מען קען טאקע אויפברענגען פראגעס אויף די בעניפיט פון די איראק קריג (און רוב אמעריקע האלט טאקע אז עס געווען א שלעכטע זאך פאר אמעריקע) אדער די וויעטנאם קריג, אבער איך מיין אז אמעריקאנער איינפלוס אין די מיטל מזרח איז אביעקטיוו גונסטיג פאר אמעריקע, אמעריקעס בלינדע שטיצע פאר מ.י. טוט אונטערצומינעווען דעם איינפלוס.
סך הכל זאגסטו אז דו פארשטייסט בכלל נישט די לאגיק אונטער אויסערן פאליטיק בכלל,
פיין, דאן האב איך נישט וואס צו טענהן מיט דיר.
בלייבט מיר נאר איבער צו דעבאטירן מיט דיע וואס זאגן אז זיי פארשטייען יא.