diff האט געשריבן:Say it seven more times maybe it will become true
You my friend -on the other hand- will use the monkey at a typewriter strategy.
ישראל קאפקע האט געשריבן:שמערל האט געשריבן:אלזא פארוואס זענען די פאליסטאנער "מער" מאדערן ווי די עגיפטער און די לעבעניז היינט צו טאגס, בעת וואס פאר אכטציג יאר צוריק איז קאירא און ביירוט געווען פיל מער מאדערן ווי ירושלים?
Oy! It was lost in translation.
'Moderate' not modern'.
chusid האט געשריבן:בדרך אגב, וויאזוי איז עיפעק אזוי מאכטפול? איז דאס אויכט אלץ רעליגיע? איך זע דו צעטיילסט לאבי און רעליגיע
לעיקוואד האט געשריבן:דו ענטפערסט נישט מיין קשיא. וואלט רוסלאנד זיך אנגענומען פאר מדנ"י קעגן אמעריקע? (כבר היה לעולמים)
פארוואס?
דו ביסט זיך כסדר מתעלם פון מדנ"י אליינס. כאילו זיי זענען גארנישט. אמעריקע האט אן אינטערעס צו האבען א השפעה אויף זיי. נישט נאר דורך זיי האבען א השפעה אויף אנדערע (וואס איז אויך אמת גראדע). דיין הגדרה פון צוהעלפען אמעריקע ווי כאילו די גאנצע זאך איז נוצן זייערע באזעס צו אטאקירען זייערע שכנים פארפאסט די עיקר דינאמיק פון אינטערנאציאנאלע רילעישינס.
פלאוויוס האט געשריבן:מיר לעבן אין א צייט וואס איסלאמישער עקסטרעמיזם טעראריזירט די וועלט - און אמעריקע שטייט אין צענטער פון דעם היסטארישן צוזאמענשטויס פון די צוויי ציוויליזאציעס, דער מזרח מיט'ן מערב. וואונדערט מיך וויאזוי עמיצער קען נאך אנהענגען היינט צוטאגס די שנאה אין דער אראבישער וועלט אויסשליסליך אויף מדינת ישראל? דאס איז א טעות וואס מ'האט געקענט מאכן ביזן עלפטן סעפטעמבער, אפשר ביז איייסיס איז אויפגעקומען. אבער היינט נאך אויך??
איך וואלט פאר דעם צוועק געראטן צו ליינען דאס בוך "No God But God" פון רעזא אסלאן, אן אמעריקאנער מוסולמענער וואס ערקלערט די הינטעגרונט צום היינטיגן קאנפליקט צווישן די צוויי וועלטס-ציוויליזאציעס.
ישראל קאפקע האט געשריבן:נישט האבנדיג געליינט אסלאנ'ס בוך, וואונדערט מיר וויאזוי דו נעמסט זיין בוך צו דערקלערן א 'קריג פון ציוויליזאציעס' ווען די עיקר פון די בוך ווארפט אפ דעם טעאסיס, די ריוויוס וואס איך האב געליינט לייגן עס אראפ אזוי און די קריטיק דערויף אויך.
ישראל קאפקע האט געשריבן:נאכאמאל, איך האב נישט געליינט דעם בוך, אבער דאכט זיך פון אלע ריוויוס וואס איך האב געזען ווארפט ער דווקא אפ די 'צוזאמענשטויס פון ציוויליזאציע'ס,' טעזיס.
איך זאג נישט אז אראבישע צו אמעריקע און די מערב וועלט איז בלויז צוליב מ.י. אבער מ.י. איז געווען די הויפט פאקטאר פון אראבישע באציאונגען צו די מערב וועלט אין איר פארמילינדע יארן זינט זעלבסטשטענדיגקייט נאך די צווייטע וועלט קריג, און איז ביז היינט די אונטערליגענדע און סינגל מאוסט יוניפייאינג פעקטאר פון די אראבישע ווידערווילן לגבי אמעריקע און די מערב וועלט.
נאך אלעס דארפסטו אנערקענען אז די שנאה קעגן פראנקרייך און ענגלאנד 'די פאקטישע אקופירער' איז ווייט נישט אזוי פונדעמענטאל און קאנסיסטענט ווי קעגן אמעריקע, און ספעציפיש איר מ.י. שטיצע.
דיין חלום פון אנגעווארימטע באציאונגען צווישן מ.י. מיט די אראבישע און מוסלעמענער פאפולאציעס אין מיטל מזרח איז בלויז דאס א חלום פון חלומלאנד.
די איפעריאליסטישע גרעניצן אין די אראבישע וועלט, איז טאקע א נאכאנאנדע קוואל פון אנגעצויגקייט, אבער צו זאגן אז 'דאס' (אומגעלוגענע גרעניצן זעצער) איז די אורזאך פון די איצטיגע שנאה צו די מערב וועלט (לכאורה לויט דעם דווקא פראנקרייך און ענגלאנד) איז נאריש, עגיפטן איז עגיפטן איז עגיפטן, גארנישט ווייניגער די ארטיגע אנטי מערב וועלט שנאה ווי איראק (ארטיגע אינוואזיע נישט אריינגערעכנט) סיריע, אראביע ירדן וכו.
די גרעניצן זענען גורם אינערליכע רייבערייען צווישן סעקטעס שבטים וכו', דאס איז נישט די אורזאך פון אנטי מערב וועלט שנאה.
אין אנדערע ווערטער די קריסטן-שיא-סוני-אלאוויט קאמפעטישן אין סיריע-לבנון, די אראבער-קורדן-פערסן-טערקן קאמפעטישן אין איראק-איראן-טערקיי-ארמעניע-אזערביידזשאן, איז א אורזאך פון אינטערנל אנרעסט, און די איפעריאליסטישע גרעניצן זענען א (אדער די) פאקטאר וואס אנאליסטן און געאפאליטיק ספעציאליסטן קענען מיט רעכט אנצייגן, אבער איז נישט קיין פאקטאר אין אנטי מערב וועלט סענטימענט (צו סיי וועלכע עקסטענט).
דיין ירדן-פאלעסטינע פאלעסטינע-מ.י. פארשלאג איז אזוי פארקרומט אז איך דארף עכט נישט רעאגירן דערצו.
האסט מסתמא א טעות געהאט אין מיינע ווערטער. כ'האב נישט גערעדט וועגן א פארשלאג, נאר וועגן דער היסטארישער הינטערגרונט צום קאנפליקט. ליין איבער מיינע ווערטער. וואס מ'דארף יעצט טון למעשה, איז א שמועס פאר זיך.