השגחה פרטית ~ א טעלעפאן רוף פון עולם העליון

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

השגחה פרטית ~ א טעלעפאן רוף פון עולם העליון

שליחה דורך בשבילי! »

זיצט זיך אן איידעלע ענגליש אידל אין איינע פון די אמעריקאנע סטעיטס, שוין יארן האט ער נישט באזוכט זיין היימלאנד, ענגלאנד. שוין יארן וואס ער האט נישט געזען זיין מאמען, ער קען פשוט נישט אהין פארן צוליב געוויסע אימיגראציע קאמפליקאציעס.

די מאמע איז שוין א פארעלטערטע אידענע, וואוינט אין לונדון, און זייענדיג אז דער מאן איז שוין נפטר געווארן און דער איינציגסטע קינד אירע, וואוינט אין די מרחקים אין אמעריקא און ער קען נישט קומען צו גיין, האט זי באשלאסן זיך אריינצוזעצן אין אן "אלטעסהיים" אויסצולעבן אירע יארן, טראצדעם וואס זי איז נאך געווען פיזיש געזונט, און וואלט באמת זיך געקענט אליין אן עצה געבן, דאך האט זי געשפירט אז עס איז נישט קיין תכלית צו זיצן אליין און ווער ווייסט וואס דער נעקסטע מינוט וועט ברענגען, דעריבער האט זי באשלאסן זיך אהין ארייצוציען.

טאג איין טאג אויס האט די מאמע פארבראכט מיט'ן זון אויפן טעלעפאן, זיך נאכגעפרעגט אויף די קינדער וכדו'.

אין איין העלן טאג באקומט דער זון א טעלעפאן רוף פון די אלטעסהיים, אויפן טעלעפאן איז געווען דער סעקרעטארשע פונעם "האום", וואס האט מיט צער איינגעמאלדן דעם איד אז ל''ע די מאמע איז נפטר געווארן.

א שווייס האט ארומגענומען דער איד, נאך נעכטן האט ער גערעדט צו איר, זי איז געווען אזוי גוטמוטיג און אויפגעלייגט און דא פון איין מינוט אויף די צווייטע האט זי זיך אפגעפעקלט און ווייטער געגאנגען?

פון די אנדערע זייט, איז ער דאך דאס איינציגסטע קינד, ער דארף זארגן פאר א לוי' און א קבורה און פארן אהין קען ער דאך נישט, איז וואס טוט מען?
ער האט זיך פארבונדן מיט די ארטיגע חברה קדישא, וועלכע האבן גענומען די פליכט אפצונעמען די נפטרת, דורכפירן די טהרה, מאכן א לוי' און א קבורה, און ער האט זיי באצאלט פונדערווייטנס.

ביני לביני האט דער איד געריסן קריעה, און זיך געזעצט שבעה.

צוקלאפט און צובראכן, איינער אליין זיצט ער שבעה אויף זיין מאמע וואס ער האט נישט זוכה געווען צו זעהן לכה''פ איינמאל פאר די פטירה, נישט זוכה געווען צו מקיים זיין כיבוד אם, נישט געווען ביי די לוי', גארנישט.

די ארטיגע בני קהילה זענען געקומען מנחם אבל זיין, און אביסל מחזק זיין די צובראכענע געמיט פונעם אבל.

דררררררררררינג.......... דער טעלעפאן האט זיך צוקלונגען.

נו! מן הסתם איינער וואס קען מיר, וויל מיר מנחם אבל זיין, אבער ער האט דא מענטשן און ער וויל נישט אויפהאלטן, האט ער נישט אויפגעהויבן, העכסטנס וועט יענער צוריקרופן ווען עס וועט זיין ליידיגער.

דרררררררררינג..........לאזט נישט דער טעלעפאן נאך און רופט נאכאמאל.

קוקנדיג אויפן קאלער איי. די. זעהט ער גאר, אז דער רופער איז פונעם "אלטעסהיים", וואס ווילן זיי איצטער? כ'האב דאך שוין קיינער נישט וואס איז נאכנישט געשטארבן – טראכט ער מיט ביטערניש, וואס ברויכן זיי דען?
ער הייבט אויף דער טעלעפאן.

יא, (כנהוג נישט צו זאגן "האלא" בימי השבעה)

"קינד – מיינס". עס איז שוין צוויי טאג וואס דו רופסט נישט, עפעס איז מיט דיר געשעהן?

נישט כאפנדיג וואס דא גייט פאר, גיבט ער א פרעג:

ווער רעדט ביטע?

וואס? האסט אינגאנצן פארגעסן אז איך עקזיסטיר בכלל, ווי טאר א קינד אזוי פארגעסן פון א מאמע?

אט האט ער שוין געכאפט אז עס איז זיין מאמע אויפן טעלעפאן.

וואס? דער מאמע רופט פון עולם העליון?

און ער איז תיכף געפאלן חלשות.

די מנחמים האבן עס צוגעזעהן, און תיכף געלאפן מונטערן, נאך שווערע באמיאונגען איז געלונגען צו אויפמונטערן דעם איד.

מיט נישט פארשטענדעניש פארציילט ער, ווי דער מאמע האט אים גערופן.

ער האט גלייך אנגערופן די פארוואלטונג פונעם היים, און זיי אנגעפרעגט צו זיין מאמע לעבט צו נישט.

ביז אפאר מינוט האט זיך אויסגעשטעלט אז א פארדרוסליכען טעות איז דא געשעהן.

אן אלטע קראנקע אידענע וואס איז געשלאפן אינעם זעלבן צימער איז ל''ע אוועק, און די פאפירן זענען פארטוישט געווארן און די נישט ריכטיגע פאמיליע איז איינגעמאלדן געווארן.

פארשטייט זיך אז די פארוואלטונג האט זיך אנטשולדיגט אויפן פארדרוסליכען טעות, אבער דער פראבלעם הייבט זיך איצט אן.

ווי אזוי מעלדט מען איין פאר די משפחה פונעם אמת'ע נפטרת, אז זייער מאמע איז נפטר געווארן? און ווי אזוי פארציילט מען אזא זאך, אז זי איז שוין "באגראבן".

אבער פארציילן מוז מען דאך.

דער סעקרעטאר נעמט דעם טעלעפאן אין די האנט און מיט ציטערדיגע הענט דיילט ער די נומערן.

העלא. הייבט אויף א דיקליכע שטומע.

יא, דא רעדט מען פון אייער מאמעס אלטעסהיים, עס טוט אונז וויי אייך איינצומעלדן אז אייער מוטער איז געשטארבן, און עס איז...

גוט גוט - האקט ער אריין – זעה צו פארברענען דאס קערפער, שיק מיר אפ דאס אש מיטן ביל, און איך וועל אייך באצאלן.

יא – ענפערט דער סעקרעטאר – דאס איז דער פראבלעם, ווייל צוליב א פארדרוסליכע טעות איז אייער מאמע שוין באגראבן געווארן דורך די חברה קדישא.

די מאמע האט מיר געזיגט!! – שרייט ער אריין אין טעלעפאן, און האקט אראפ.

די פארוואלטונג פונעם האום האט מחליט געווען צו דערגיין, וואס איז דער פשט פון די ווערטער "די מאמע האט געזיגט".

נאך חקירות ודרישות האט זיך אויסגעשטעלט א מורא'דיגע בילד פון השגחה פרטית.

די נפטרת איז געווען אן ערליכע, אבער איר קינד האט זיך ל''ע גע'שמד'ט און איז געווארן א גלח.

דער זון האט אלס געהאט א סכסוך מיט די מאמע.

די מאמע האט פארלאנגט אז נאך איר טויט זאל זי קומען לקבר ישראל, אבער דער זון האט איר אלס מודיע געווען אז ער גייט איר פארברענען.
די מאמע האט אלס מרבה געווען בתחנונים ובתפילות, אז זי זאל יא קומען לקבר ישראל און איינגעריסן וועלטן.
דער שוכן שמים האט דערהערט אירע תפילות, און מסבב געווען אז זי זאל יא קומען לקבר ישראל און מיט א ווינדערליכע זעלטענע השגחה פרטית.

גענומען פון הידברות

C/P
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בשבילי!, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

מאכט נישט קיין סענס ווייל די מאמע וואלט געקענט איבערלאזן א געשריבענע צוואה ביי א לויער אז מ'זאל איר נישט פארברענען. בכלל איז קרימעשאן נישט איבריג פאפולער אין קריסטיזם זיכער נישט אז דער גלח זאל זיך שטעלן.
בקיצור נאך א פאנטאסטישע בי עס השגחה פרטית מעשה וואס איז זייער גאנגבאר היינט ביי עולם גולם.
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

שליחה דורך עדיאל »

מפי עליון לא תצא הרעות. נישט מסתבר אז הקב"ה זאל, 'בהשגחה פרטית', צוברענגען א איד צו זאגן א ברכה, דיין האמת, לבטלה.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

ס'אן שם ומלכות
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

שליחה דורך עדיאל »

בשבילי! האט געשריבן:ס'אן שם ומלכות

פארוואס זאגסטו אזוי?
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

Ur right
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בשבילי! האט געשריבן:ס'אן שם ומלכות

און וואס האט ער געזאגט פאר אלע מנחמים. און אין זיין ביהמ"ד. וואו מ'האט זיכער צוגעגרייט דעם עמוד פאר איהם. די אלע זאכן האט מען געקענסלט. און וואס טוטצעך מיט דעם געלט וואס ער האט אויסגעגעבן פאר די לויה און קבורה? ווער וועט דאס איהם באצאלן?...!
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

און וואס טוט זיך מיטן אומ'אחריות'דיגע אויפזעער וואס האט געמאכט דעם שרעקליכן אויפטויש! איז ער/זי דיציפלינירט געווארן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

חברה האלטס ענקער פערדן! די מעשה איז אמת ויציב און איז געשעהן בערך 5 יאר צוריק. כ'ווייס נישט פארוואס הידברות האט זיך יעצט אויפגעוועקט און פארוואס כדרכו של איזרעליס לייגט מען צו סתם נארישע ספייסעס.

ובכן ,עס איז געשעהן דא אין נ.י. (לאנג איילענד צו ווי) און גארנישט קיין דראמאטישע גלח נאר סתם אזוי א פרייע אמעריקן בוי גראביאן וואס האט זיי טאקע געזאגט פארברען איר און אראפגעהאקט די טעלעפאן.

בשעתו איז אויך געווען מפקפקים אבער מיין ברודער וואס האט עס מיר פארציילט האב מיר דאן געזאגט אז ער קען דעם זוהן.

אויף ר' יצחק זילבערשטיין'ס בדותות איז א שאד יעדעס ווארט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

עדיאל האט געשריבן:מפי עליון לא תצא הרעות. נישט מסתבר אז הקב"ה זאל, 'בהשגחה פרטית', צוברענגען א איד צו זאגן א ברכה, דיין האמת, לבטלה.

די אויבערשטער קען יא באשטיין א איד זאל זאגן דיין האמת לבטלה אז א צווייטע אידענע זאל קומען לקבר ישראל
דאס איז נישט קיין תצא רעה מפי עליון
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

כוכב האט געשריבן:מאכט נישט קיין סענס ווייל די מאמע וואלט געקענט איבערלאזן א געשריבענע צוואה ביי א לויער אז מ'זאל איר נישט פארברענען. בכלל איז קרימעשאן נישט איבריג פאפולער אין קריסטיזם זיכער נישט אז דער גלח זאל זיך שטעלן.
בקיצור נאך א פאנטאסטישע בי עס השגחה פרטית מעשה וואס איז זייער גאנגבאר היינט ביי עולם גולם.


זי האט זיכער געהאט פחד אז די פיי סמך וועט געוואויר ווערן,

אגב פארוואס האט זי נישט פארגאסן טרערן אז איר תשובה זאל גלח טיען, קען זיין זי האט יא,

קען מען מוסף זיין אויפן געבעקס אז דער גלח איז געלאפן צים ציון פינעם מאמע אין געשוואוירן תשובה צי טיען,

אידך גיסא אז איפך, די באערדע פינעם היים האט געריפן די גלח אז די מאמע איז געשטארבן, האט ער געהייסן איר פארבערנען, בשעתן גיין צים פארברענען איז מען געוואויר געווארן פון א פארדריסלעכע טעות אז זי לעיבט נאך גאר, ווען דער גלח האט דאס געהערט איז ער געשטארבן תיקף אויפן פלאץ, כן יאבדו
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

פליקער האט געשריבן:אגב פארוואס האט זי נישט פארגאסן טרערן אז איר תשובה זאל גלח טיען, קען זיין זי האט יא,


איך זע אז די מעשה האט דיך אריינגעלייגט אין א פורים'דיגע שטומינג
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

זארגטס ענק נישט דער גלח גייט נאך תשובה טוהן.
כי לא ידח ממנו נדח
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
פארשפארט