א בחור אין אילת??

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 625
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 349 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל
קאנטאקט:

א בחור אין אילת??

שליחה דורך smart »

אן אכצען יעריגע בחור איז נעלם געווארען פון דערהיים א פאר טאג. געווארען א גא\נצע איבערקערענישט
נאך א פאר טעג וואס די טאטע מאמע זיצען ביים תהלים אין א ציע אין וויינען זיך אויס צום באשעפער. און אין פלוצים והנה די טיר מאכט זיך אויף אין דער בחור איז דא!!
מאמע: יענקל אוואו ביסטו געווען די לעצטע פאר טעג?? מיר זיכען דיר מיט לעכט מען האט איבגעקערט די גאנצע שטאט!
בחור: פרעג בעסער נישט...
מאמע: אן קיין חכמות פארצייל שוין! פון דעראנהייב!
בחור: אםםםם איך האב איינעם דערשאסען צום טויט...
מאמע: וווווווווווואס??? אך הער גיט???? וועמען האסטו דערהארגעט???
בחור: יאפ דו הערסט גוט!! איך בין געווען אין מארק געווען אן עקעלהאפטיגע גוי וואס האט געוואלט איינעם בארויבען ער האט אים געסטראשעט ער גייט אים הארגענען איך האב איך געכאפט זיין גאן אין אים דעהארגעט!
טאטע: וואס טוסטו אין מארק זינטאג ווען די באלאנגסט צו זיין אין ישיבה??
בחור: איך האב נישט געהאט קיין ברירה הבא להרגך השכם להרגך!!
טאטע: און וואסהאסטו געטוהן נאכדעם וואו ביסטו געגאנגען?
בחור: סהאט זיך אנגעהויבען טוהן א געטומעל אין די פאליס איז אנגעקומען איך האב אפגעפיצט.. געכאפט די ערשטע באס וואס כהאב געטראפען אין געלאפען פאר מיין לעבן...
מאמע: און אוואו ביסטו אנגעקומען?
בחור: איך בין געפארען אין אנקומענדיג האב איך מיר דערזען אין אילת.
טאטע: ווואאאססס??? ואס טוט א ישיבה בחור אין אילת?? וואו ביסטו געשלאפען? וואו האסטו געגעסען??? פארצייל שוין אלעס!!!!
בחור פארשעמטערהייט רעדט נישט..
מאמע: נאאא פארצייל שוין אלעס!
בחור: איינער האט מיך איינגעלאדענט צו איר אינדערהיים!!
טאטע: אוי באשעפער וואס איז געשען מיט מיין בחור!!
מאמע: וועמען קענסטו דארט? משפחה ? וואו ביסטו אנגעקומען צו זיי? אפשר איינעם וועמען איך קען?
בחור: איך האב נישט געהאט קיין ברירה איך האב נישט געהאט וואו צו שלאפען!
טאטע: פארצייל שוין ביי וועם? וואו אזוי ביסטו אנגעקומען צו איר? וועס עפעס האט זי דיר איינגעלאדענט?
בחור: ווען איך בין אנגעקומען אין אילת האב איך נישט געוויסט וואו צו גיין, האב איך מיך אראפגעזעצט אויף די שטיגען פונעם כניסה לעיר אן געלט אן גאנישט! געווען הייס שוויציג און איך האב נישט געוויסט וואס דא וועט זיין!
מאמע: אין וואס ווייטער?
בחור: בקיצר לעבן דעם איז געוען אATM מאשין, געווען דארט א גרופע פןו פרייע מיידלעך, אין איך האב זיי געהאלפען.
טאטע: וואס פינקטלעך האבן זיי געדארפט פון דיר??
בחור: אזוי וואו זיי האבן זיך נישט אויסקגעקענט צו ניצען די מאשין האבן די מענטשען אין בעק פון זיי אוועקגעשטיפט האב איך מיך אנגענומען פאר זיי און געהאלעפן.
טאטע: פארוואס האסטו אפילו געהאט שייכות מיט שקצות??
בחור: איך האב געהאלטען אז עס איז ריכטיג זיי צו העלפן!
טאטע: יאפ אזוי זעהט מען אויס אנשטאט זיין אין ישיבה דערקייטעלט מען זיך אראפ אזוי.. עבירה גוררת עבירה!!
מאמע: אין וואס איז געשען דערנאך??
בחור: איינער פון די מיידלעך האבן פארשטאנען איך האב נישט וואו צו זיין, האט זיך מיך איינגעלאדענט צו איר אינדערהיים.
טאטע: וואס פינקטלעך האסטו דארט געטוהן א פאר טעג??
בחור: איך האב געשמאק פארברעגנט .. געטראפען איר משפחה וכדו', אין די וואס וואס נאך...
טאטע: אוי סאיז מיר גוט פארצייל
בחור: זי האט מיר געבעטען צו חתונה האבן מיר איר!
מאמע: האלב פארחלשט: אין?? וואס האסטו געטוהן??
בחור: איך האב חתונה געהאט מיט איר!!!
ביידע עלטערין האבן צאמגעפאלען אויפן פלאץ!!! אריינגעטראגען אים שפטיאל.
ווען זיי זענען אופגעשטאנען אין געקומען צו זיך זענען זיי געוואר געווארען אז זייער זיהן איז נישט קיין צווייטע וואו משה רבינו!!!
"ויהי בימים ההם ויגדל משה ויצא אל אחיו וירא בסבלתם וירא איש מצרי מכה איש עברי מאחיו: ויפן כה וכה וירא כי אין איש ויך את המצרי ויטמנהו בחול: וישמע פרעה את הדבר הזה ויבקש להרוג את משה, ויברח משה מפני פרעה וישב בארץ מדין וישב על הבאר: ולכהן מדין שבע בנות ותבאנה ותדלנה ותמלאנה את הרהטים להשקות צאן אביהן: ויבואו הרועים ויגרשום ויקם משה ויושיען וישק את צאנם: ותבאנה אל רעואל אביהן ויאמר מדוע מיהרתן בא היום ותאמרנה איש מצרי הצילנו מיד הרועים וגם דלה דלה לנו וישק את הצאן: ויאמר אל בנותיו ואיו למה זה עזבתן את האיש קראן לו ויאכל לחם: ויואל משה לשבת את האיש ויתן את צפורה בתו למשה"
א גוטן טאג אייך!

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר