דער קרומער שכל הישר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

דער קרומער שכל הישר

שליחה דורך נח בער »

פונקט ווי אלע מענטשן, קאמיוניטי'ס, און שבטים האבן חסידישע אידן זייער אייגנארטיגער מהלך החיים. מעלות און חסרונות. גוטע און שלעכטע זייטן.

דאס מענטשהייט האט, פונקט ווי אלעם אנדערש עוואלווד במשך די יארן און האט אנגענומען מהלכים אין ווי אזוי צו מסדר זיין זייערע פראבלעמען און אויסשטעלן א בעסער און געזונטער סדר אין לעבן.

פראבלעמען קומען אלעמאל ארויף. עס מאכט זיך שטענדיג פאראויסגעזעענע און אומפארגעזעענע שוועריגקייטן מיט וואס מען מוז זיך ספראווען. דורך די טויזנטער יארן האבן מענטשן געווענליך געטוישט זאכן כדי צו מסדר זיין און אויסבעסערן טעותים וואס האבן זיך אריינגעכאפט און געשטערט א רואיגן סדר החיים.

דער חסידישער לעבנסשטייגער, ווי מען האט שוין דא אויסגעשמועסט מערערע מאל, איז, גארנישט אנדערש ווי אנדערע, אין אנטרעפן זאכן וואס זאל שטערן פון איר ציל און פון פירן אירע מיטגלידער אין א גליקליכער לעבן.

פארט אבער באמערקט זיך א שטוינענדער חילוק אין ווי מען נעמט אויף א פראבלעם און ווי אזוי מען ספראוועט זיך דערמיט.

דער פרומער ציבור פארשטייט זייער גוט צו די פראבלעמען וואס עס מאכט זיך אין אירע קהילות בחיי יום יום, און איז גענוג קלוג עס צו באנעמען און ארויסהאבן על בוריה, אבער ווען עס קומט עס צו לייזן, דארט שטעקט אין איר א געפערליכער קרומקייט.

דוגמאות דערויף זענען פאראן לאין ערוך, און עס ווייטאגט זייער שטארק, אז צווישן אנשים חכמים ונבונים זאל מען, אנטשאט נעמען די ריכטיגע לעזונגען און אויסראטן די שוועריגקייטן צו וואס עס זענען שוין געווען אנדערע וואס האבן סוקסעספול אויסגעריסן די אישוס, לייגט מען ארויף א לאטע אויפן פראבלעם און מען מאכט זיך בלינד צו די זיכערע נאכפאלגענדע נאך-גרעסערע-פראבלעמען וואס וועלן ארויסקומען צוליב נישט נעמען די ריכטיגע שריט.

לאמיר געבן געציילטע דוגמאות.

גוטע עלטערן וועלן שטענדיג אפירזוכן דאס בעסטע פאר זייער קינד. ספעציעל ווען עס קומט צו שידוכים וועט מען אלע אוועקקוקן, און מען וועט קוקן אך ורק וואס איז געאייגנט פאר די וואס גייען לעבן צוזאמען פאר די רעשטע פון זייער לעבן.

טראץ אלע אינפארמאציע און אויך נאך א שיינע פאר בישאו'ס וואס די יונגע פארל האט פיין פארברענגט, און זיך גוט פארשטאנען, קען זיך חלילה מאכן אז עס איז פארט נישט אזוי רויזעוודיג ווי מען האט געמיינט איידער מען האט חתונה געהאט און פאר מען האט געשלאסן א לעבנסלענגליכער בונד.

דאס אינגע פארל האט זיך איינגעארדענט אין זייער הייזל און אנגעהויבן פירן אן אייגן לעבן. זיי האבן פרובירט צו פארברענגען צוזאמען, און זיך פארשטיין איינער דעם צווייטן, אבער עס האט נישט געארבעט. ווען זאכן האבן אנגעהויבן ארויספארן פון סדר, האבן די עלטערן זיך אריינגעדרייט און מען האט - ווי גוטע עלטערן - פרובירט מיט אלעם מעגליך אז מען זאל געבן נאך א שאנס און זען ווי עס פירט זיך ווייטער.

אין א געווענליך געזעלשאפט וואלט מען דאס ערשטע געהייסן דאס יונגע פארפאלק אז מען זאל שנעל מסדר זיין גוטע בורט קאנטראל פילעכלעך אדער אנדערע מהלכים אז זיי זאלן חלילה נישט שאפן א שעפעלע וואס זאל ביום מן הימים האבן וויזיטעישאן רייטס ביי איטליכע פון די עלטערן באזונדער.

מען וואלט איינגעשטעלט כל טצדקי אויסצוארבעטן א מהלך אז מען זאל זיך קענען געהעריג פארשטיין און זען וואס זענען די פראבלעמען צווישן די צוויי, און מעגליך אז עס וועט זיך אויסארבעטן און עס זאל זיין א הערליך שטוב לתפארת בית ישראל אבער דערווייל ביז מען איז דערין פארזיכערט איז האבן א קינד א שעדליכע זאך.

אנדערש איז אבער אנגענומען ביי אונז. מיר פארשטייען זייער גוט דער פראבלעם וואס קען זיך דא אויפפלאקערן. מיר ווייסן אז טראץ אונזער פרובירן צוזאמצוהאלטן דאס פארל, איז דא א מעגליכקייט אז עס וועט נישט גיין און דער מזבח וועט מוזן מוריד זיין דמעות און דערמיט אפשטעלן די וויינעריי פון דאס אומגעלונגען פארל, אבער דער אנגענומענער שריט אין אזא פאל איז פונקט קאפויער ווי דער שכל הייסט, און מען פרובירט אז מען זאל האבן א קינד ווי אמשנעלסטן. פארוואס? ווייל ווען מען האט א קינד איז מען שוין מער פאראייניגט און מען איז מער אריינגעווארפן אין קעיר נעמען פון פריש שעפעלע און עס ברענגט דאס פארפאלק נענטער צווישן זיך, ווען מען האט שוין א ריכטיגער שותפות.

איז דאס א מהלך?

זיכער נישט.

אלע עקספערטן אין דעם פעלד וועלן אנווייזן "נישט" צו האבן קינדער בעת זיך זעלבסט אויסארבעטן און מסדר זיין, ווען האבן א קינד קען בלויז צולייגן צום אנגעשטרענגטן מאן און ווייב און וועט בלויז זיין א שטער אין דעם פרישן לעבן פון טאטע מאמע.

יא. עס זענען ליידער פאראן א גרויסער צאל משפחות וואס די טאטע מאמע פארשטייען זיך זערא און טאקע צוליב די נארישע עצה פון האבן קינדער בו בעת מען רייסט זיך ביטערליך ארום, האט זיי צוזאמגעהאלטן ווייל מען קען זיך פשוט נישט טיילן ווען מען האט קינדער אין שטוב און וועלן חלילה אויסוואקסן אן געהעריגע עלטערן, אבער דאס איז פאטאל פארן לעבן פון אלע אין די משפחה, סיי פאר די טאטע מאמע וואס האבן קיין שום עכטער שייכות איינע צום צווייטן און סיי פאר די קינדער וואס האבן גארנישט מער עלטערן ווי ווען זיי וואלטן געווען צוטיילט.

מען קען און מען ברויך מאריך זיין דערין אבער דער זייגער וויל זיך נישט אפשטעלן און מארגן איז אויך א טאג.
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

גוט ארויסגעברענגט. אבער איך מיין אז דאס טוישט זיך שוין לעצטענס. איך האב אמאל גערעדט צו דעם וויענער רב שליט"א וועגן א שלום בית קעיס, האט ער די ערשטע זאך מיך געפרעגט אויב די פרוי איז שוין אויף birth control.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

גם אני בחלומי יעדע קינד מער וואס איך שלעפ אראפ, ווערט די שלום בית בעסער
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

שליחה דורך נח בער »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:גוט ארויסגעברענגט. אבער איך מיין אז דאס טוישט זיך שוין לעצטענס. איך האב אמאל גערעדט צו דעם וויענער רב שליט"א וועגן א שלום בית קעיס, האט ער די ערשטע זאך מיך געפרעגט אויב די פרוי איז שוין אויף birth control.

דאס איז גוטע און דערפרישנדע נייעס.
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך אויסגערוט »

סאיז מיר זייער אינטערסאנט אז ער האט דעס געפרעגט אבער ליידער האט זיך נישט געמאכט קיין שום שינוי בדרך כלל. אויב ווינער רב טוט אזוי וואלט איך געזאגט אז ער איז א יחיד אין דעם
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וויליאמסבורגער האט געשריבן:גוט ארויסגעברענגט. אבער איך מיין אז דאס טוישט זיך שוין לעצטענס. איך האב אמאל גערעדט צו דעם וויענער רב שליט"א וועגן א שלום בית קעיס, האט ער די ערשטע זאך מיך געפרעגט אויב די פרוי איז שוין אויף birth control.

ווילאמסבורגער: ייש"כ. אבער ווען אלע מענטשן וואס פארען זיך מיט שלום בית קעיסעס וואלטן געהאט אזא שכל הישר און אזא ישרות ווי דער ווינער רב שליט"א וואלט שוין די העלפט פונ'ם פראבלעם געלייזט געווארן. דער פראבלעם איז אבער אז "לא כל הרוצה ליטול את השם יבוא ויטול". און ס'דרייען זיך ארום אין דעם פעלד ליידער א סאך אינשי דלא מעלי. סיי אז זיי זענען עמי הארצים. און אויך שארלאטאנען וועלכע זוכן נאר אויסצופרעסן געלט ביי די אומגליקליכע מענטשן...!
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

די עקספערטן וואס איר ברענגט זענען אבער געזאגט געווארען פאר גוים, מיט זייער לעבנשסטייגער, מהיכי תיתי אז ביי אידען ארבעט די זעלבע וועג?
די סברא איז אז טאמער איז חתונה האבען בעיקר פאר די פארפאלק איז פארשטייט זיך קינדער העלפן לאו דווקא צו. אבער טאמער איז עס די מטרה פון אויפשטעלן א אידישע שטוב וואס ברענגט צוזאם די פארפאלק און נישט זייערע אייגענע חשבונות, איז האבען קינדער טאקע די מטרה משותפת וואס ברענגט צוזאמען די בני הזוג און אז זיי טוהן דאס טאקע למעשה וועט דאס מחזק זיין זייער שטוב. נישט זייער פרעזענליכע רילעישינשיפ וואס איז סייווי נישט אזוי וויכטיג.
I have a dream
Martin Luther King ~
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

ביי א ריזן חלק פון היימישע קעיסעס איז די לימנוב רב אינוואלווד און ער מאכט אלץ זיכער אז מען זאל תיקף ומיד נעמען בירט קאנטראל
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
לא להנאת גופי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:10 pm
געפינט זיך: ווענד זיך ווען
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

שליחה דורך לא להנאת גופי »

מיין רבי פלעגט זאגען:
'ארבעה' שותפים באדם, טאטע, מאמע, דיין, און גאט..
הרינו עושה זאת לא להנאת גופי כלל וכלל!! אין לי שום שמץ של הנאת עצמי כלל!!
כ'ווינדער מיך אלעמאל פארוואס מענטשען גייען אזוי פאר גשמיות. נאכדערצו 'לייקס', כאפ איך בכלל נישט די הנאה דערפון.
די אלע זאכען רעדן עפעס נישט צו מיר.
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

שליחה דורך נח בער »

לעיקוואד האט געשריבן:די עקספערטן וואס איר ברענגט זענען אבער געזאגט געווארען פאר גוים, מיט זייער לעבנשסטייגער, מהיכי תיתי אז ביי אידען ארבעט די זעלבע וועג?
די סברא איז אז טאמער איז חתונה האבען בעיקר פאר די פארפאלק איז פארשטייט זיך קינדער העלפן לאו דווקא צו. אבער טאמער איז עס די מטרה פון אויפשטעלן א אידישע שטוב וואס ברענגט צוזאם די פארפאלק און נישט זייערע אייגענע חשבונות, איז האבען קינדער טאקע די מטרה משותפת וואס ברענגט צוזאמען די בני הזוג און אז זיי טוהן דאס טאקע למעשה וועט דאס מחזק זיין זייער שטוב. נישט זייער פרעזענליכע רילעישינשיפ וואס איז סייווי נישט אזוי וויכטיג.

דאס קען זיין א גוטע נקודה לויט די היינטיגע פרישע אידישע רעליגיע, אבער וויפיל מיין זכרון נארט מיר נישט, איז חתונה האבן און אויפשטעלן א אידישע שטוב, טאקע דאס לעבן מיט א ווייב מיט אהבה אחוה ושלום וריעות פונקט אזוי וויכטיג ווי האבן קינדער וכו'.
פארשפארט