מאנכע מיינען אז אהבת ארץ ישראל האט א שייכות צו ציוניזם, עס איז נישט ריכטיג מען קען ליב האבן ארץ ישראל און זיין א אנטי ציוני, עס האט גאר נישט קיין שייכות איינס צום צווייטען.
איך בין געווען שוין א היפשע פאר מאל אין ארץ ישראל, און געפארן זעהן דאס לאנד לארכה ולרחבה, און עס האט מיר נישט געטוישט מיין געדאנקען גאנג לגבי ציונות, איך וויל דא אראפגעבן אויפן שפיטץ גאפל די הרגשים וואס איך האב געהאט ווען איך האב געהאט די זכיה ארום צו רייזן דאס לאנד יהודה ושומרון לארכה ולרחבה.
איך וועל אנפאנגען מיט די הייליגער ווערטער פון דעם געטליכער משורר רבי יהודה הלוי, ווען ער גיסט אויס זיין אינערליכע געפול צו ארץ ישראל.
ער זיגנט אין זיין שיר ציון הלה תשאלו: מִי יִתְּנֵנִי מְשׁוֹטֵט בַּמְּקוֹמוֹת אֲשֶׁר נִגְלוּ אֱלֹהקים לְחוֹזַיִךְ וְצִירָיִךְ ווער וועט אונז געבן די געלעגענהייט ארום צופליען אין די פלעצער ווי דער אלמעכטיגער באשעפער האט זיך באוויזען צו דיינע נביאים און צו דיינע אויסמשל'ער.
ווען איך האב געהאט די זכיה צו שפאצירן אין די גאסן פון אלט שטאט ירושלים, ווי אין די קארדו גאס ווי די ארכילאגען האבן אויסגעגראבן אן ארגינעלער גאס פון די צייטן פון בית שני, און דעם מקום הקודש והמקדש, ווי יעדער איד האט געהאט די זכיה דריי מאל א יאר זיך צו ווייזען דאס פנים פאר די הייליגע שכינה, דאס פלאטץ ווי עס איז געשטאנען דעם ארון ברית ה', בִּמְקוֹם אֲרוֹנֵךְ אֲשֶׁר נִגְנַז, וּבִמְקוֹם כְּרוּבַיִךְ אֲשֶׁר שָׁכְנוּ חַדְרֵי חֲדָרָיִךְ, וואס אין איר זענען געליגען די הייליגע לוחות, וואס איז געשריבען געווארן באצבע אלקים, דאס פלאטץ ווי עס איז געליגן די צינצנת המן, און דער ספר תורה וואס משה עבד ה' האט געשריבען לפני מותו, דאס פלאטץ ווי עס אראפגעקומען א הימליש פייער, איז מיר נישט מעגליך זיך איינצוהאלטן די געפילן, מיין הארץ איז געווארן איבערגעפולט מיט געפיל און רגש, און מיין מוח איז כמעט געבליבן שטיין, די אויסטעלישע געגועים און דאס שטורעמישער בענקעניש האט זיך מיר ארויסגעריסן פון הארצען טיפן, אינאיינעם מיט א הייסע תפילה צום הייליגען באשעפער בנה ביתך כבתחילה, וכונן מקדשך על מכונו.
הר הזיתים:
איך לאז מיר אין וועג אריין צום הר הזיתים, א ציטער האט מיך אנגעכאפט ווען איך האב מיך מתבונן געווען אויף וועלען בארג איך שטיי אצינד, איך שטיי אויפן בארג ווי דער כהן גדול האט געמאכט די פרה אדומה וואס האט גערייניגט כלל ישראל, איך שטיי אויפן פלאטץ ווי דער נביא ה' זכריה זאגט: ועמדו רגליו ביום ההוא על הר הזיתים אשר על פני ירושלים, מקדם, ונבקע הר הזיתים מחצייו מזרחה וימה, גיא גדולה מאוד.... ומש חצי ההר צפונה, וחצייו נגבה.... ונסתם גיא הריי כי יגיע גיא הרים אל אצל, ונסתם כאשר נסתם מפני הרעש, בימי עוזייה מלך יהודה.... אונטערסאנט האב איך באמערקט אז טאקע אויפן הר הזיתים זעלבסט געפינט זיך דאס פלאטץ ווי עוזייה מלך יהודה האט זיך אויפגעהאלטן ווען ער איז געווארן א מצורע, אזוי אויך האב איך באזיכט דער קבר פון זכריה הנביא אין נחל קדרון, וואס זיין בלוט האט נישט געוואלט אויפהערן צו זידן, ביז דער שר הטבחים נבזראדאן האט אויף איר געשאכטען אלפיים ושני רבבות תינוקת של בית רבן, און דערנאך האב איך באזוכט דעם קבר פון אור החיים הקדוש וואס האט געשריבען א בריוו צו די שכינה הק' מיט די ווערטער "אחותי רעיתי", ווי אויך דער קבר פינעם הייליגען רש''ש, וואס האט באלאכטן די אויגן פון כלל ישראל אין תורה הסוד, דער קבר פון פרי חדש, און נאך און נאך....
דער נאך האב איך געכאפט א טבילה אינעם מקוה פון רבי ישמאל כהן גדול, וואס איז היזכיר את השם בסלודין, ועלה למרום ושאל מאת איש לבדים, ונם לו קבלו עליהם צדיקים וקדושים... און די הייליגע שכינה האט אים געבעטן ברכינו בני....וואס געפינט זיך אינעם גיחון וואס יחזקהו המלך האט פארשטאפט ווען סנחרב מלר אשור האט באלאגערט ירושלים, און איך האב מיך געלאזט צום ציון פון שמעון הצדיק וואס האט זוכה געווען צו זען די שכינה אריין גיין מיט אים אין קדשי קדשים, וואס דער גרויסער מעכטיגער אלכסנדר מוקדון וואס האט איינגענומען די גאנצע וועלט, איז אים געפאלן צו די פוס.
עיר דוד:
פון דארט בין איך געגאנגען צו די ציון פון דוד מלכא משיחא וואס האט משמח געווען די הייליגע שכינה מיט זיינע שירות ותשבחות, און ער האט זוכה געווען צו ווערן דער רגל הרביע פון די מרכבה, און האט איינגענומען גאנץ ארץ ישראל מיט אירע ארומיגע פעלקער מיט א העלדישע גבירה.
בית לחם:
פון דארט בין איך געפארן צו דער קבר פון רחל אמינו, אויף וואס דער פאטער יעקב האט געלייגט מיט זיינע אייגענע הענט איר מציבה, דער פלאטץ ווי רחל האט געוויינט אויף אירע קינדער, ווען דער גרויזאמער בבלישער גענעראל דער שר הטבחים נבזראדן האט זיי פאר טריבען פון זייער הייליג לאנד, און די שכינה האט איר גענפערט מנעי קולך מבכי ועינייך מדמעה... כי יש שכר לפעולתך נאום ה ושבו מארץ אויב ... ויש תקווה לאחריתך נאום ה' ושבו בנים לגבולם......
רמות
פון דארט בין איך געפארן קיין רמות צו דער קבר פון שמואל הרמתי וואס איז געווען שקול כנגד משה ואהרן, און האט געזאלבט די ערשטע 2 אידישע קעניג'ן שאול, און דוד, און ער האט אראפגעברענגט א גאס-רעגן פון הימל אין א זימערדיגען טאג, לעיני כל ישראל, וואס האבן געזען עין בעין ווי שמואל איז א נביא אמת.
שומרון:
אויפן וועג צו די גליל בערג, בין איך דירך געפארן די אור אלטע שטעט פון שומרון וואס ווערט דערמאנט אין תנ"ך, ווען איך בין דירך געפארן דעם אלטען היסטארישען שטאט יריחו, איז מיר ארויף געקומען אויף די געדאנקען וואו די כוהנים גייען ארום דעם אומזיגבארע מויערען, און בלאזן מיט זייער שופרות, און זאגן די תפילה פון עלינו לשבח, און בום.... די מויערען פאלן איין, דער שטאט בלייבט פיסט און וויסט אויפן באפעל פון יושע בן נון, ביז יארן שפעטער קומט חיאל בית האלי און ער בויעט אויף די שטאט, און אלס עונש זענען אים די קינדער אויסגעשטארבן.
איך פאר א ביסל ווייטער אנטפלעקט זיך פאר מיינע אויגן דער הערלכע פאראנאמע, די מייעסטעטישע גלבוע בערג וואס שטייען מיט זייערע פולע מייעסטעטישקייט, וואס אויף אירע שפיצן איז פארגעקומען די מלחמה צווישן די אידן מיט די פלישתים, און די אידן האבן פארלוירן די מלחמה, און דער ערשטער אידישער קעניג האט זיך גענומען דאס לעבן, אז ער זאל נישט אריין פאלן א לעבעדיגער אין די הענט פון די פלישתים, און דער יונגער העלדישער גענעראל דוד האט פארשאלטן די גלבוע בערג אז עס זאל נישט פאלן אויף איר קיין טל.... הרי גלבוע אל טל ואל מטר אליכם..
נאך א ביסל ווייטער אנפלעקט זיך פאר מיינע אויגן דעם היסטארישען הר תבור, וואס אויף דעם בארג איז דער שופט ברק בן אבינועם איז ארויף געגאנגען מלחמה האלטען מיט דעם כנענישער גענעראל מיטן גרויסען בארד, סיסרא שר הצבא, וואס איז געקימן מלחמה האלטן מיט אידן אויפן באפעל פון קעניג יבין מלך כנען, און אפגעהאלטן א מעכטיגער נצחון, און די אידען האבן אנגעהויבן צו זינגען בפרוע פרעות בישראל, בהתנדב עם ברכו את ה'.
צופינס פינעם בארג תבור געפינט זיך דער עמק יזרעאל ווי עס איז פארגעקומען די מעכטיגע מלחמה וואס דער שופט גדעון האט געפירט קעגען די פעלקער מדין און עמלק, און זיי העלדיש בייגעקומען.
דערנאך זעה איך די הערליכע גלעד בערג, ווי דער שופט יפתח אנגעהאלטן זיינע מלחמות מיט אמון, און איבסל ווייטער געפינט זיך די אור אלטע שטעט צרעה און אשתאל ווי עס האט געוואוינט דער גיבור פון אלע דורות דער נזיר שמשון, וואס האט אריין געגבן פאר די פלישתים מערדערליכע קלעפ, ביז זיי האבן אים ענדליך באזיגט, דן ידין עמו כאחד שבטי ישראל.
אזוי פאר איך ווייטער און ווייטער אויפן דעם דרך הבקעה ווי מען זעהט דעם עבר הירדן, ווי אליהו הנביא איז עלה בסערה השמימה, און ער זינגט זיך ווייטער דער שיר אֶעְבֹר בְּיַעְרֵךְ וְכַרְמִלֵּךְ וְאֶעְמֹד בְּגִלְעָדֵךְ וְאֶשְׁתּוֹמֲמָה אֶל הַר עֲבָרָיִךְ, הַר הָעֲבָרִים וְהֹר הָהָר, איך גיי אריבער אין דיינע וועלדער, און אויף דיין כרמל בערג, איך בלייב שטיין אין גלעד, און איך ווער פארשטומט צו דיינע בערג קעגנאיבער, הר עברים אינעם הר ההר.
גליל:
דער זוהר זאגט אין פרשת ויקהל: אמר רבי שמעון, בזמן ההוא לעתיד לבוא שיתעוררו מתי עולם, ויזדמנו בארץ הקדושה יקומו מחנות מחנות, כולם על ארץ הגליל, משום ששם עתיד מלך המשיח להתגלות,
ביז איך בין ענדליך אנגעקימען צו די ערשטעט שטאט אין גליל, דער אור אלטער שטאט וואס ווערט דערמאנט אן א צאל מאל אין די משנה און אין די גמרא בית שאן, וואס אירע איינוואוינער האבן געהאט מס''נ צו ברענגען דעם ערשטען אידישען קעניג שאול לקבר ישראל.
טבריה
איך ווייטער און ווייטער צו גליל צו... און אט אט אנפלעקט זיך שוין דעם הערליכן טייך כנרת וואס ווערט נאך דערמאנט אין חומש, און איך דערזעה מיך שוין אין טבריה, וואס רשב''י האט מטהר געווען, עשה אותה נקיה והודו לו משמיא, און געהאט די זכיה צו באזוכען די קברים פון די הייליגע תנאים און אמוראים, אנגעהויבן פונעם הייליגן תנא ר''ע, אויף וועם רבי שמשון מאסטארפאליע זי''ע זאגט, אז ער איז געווען דער ועשירי קודש לה' אז ער איז געווען דער כפרה פארן כביכול אויפן חטא פון מכירת יוסף, אויף וועם משה רבינו האט געזאגט יה''ר שהוא יהיה מחלצי, און שלח נא ביד תשלח אז דער אייבישטער זאל אים שיקן אויסלייזען די אידן פון מצריים.
דערנאך דער ציון פון ר' חייא ובניו אויף וועם אליהו הנביא האט מעיד געווען: כי רבי חייא ובניו, כוחם רב כשל האבות אברהם יצחק ויעקב, און די ציון פון ר' יוחנן בן זכאי ותלמידיו וואס איז געווען דער גרויסער מנהיג ישראל בשעת'ן ביטערן חורבן.
דערנאך לאז מיר ארונטער ביז אונטען פינעם בארג צו די הייליגע ציון פון רבי מאיר בעל הנס מיט זיין תלמוד סומכוס, אויף וועם די גמרא זאגט שלא ירדו חכמים לסוף דעתו...אלקא דמאיר ענינו......
עמוקה
דער נאך פארן מיר ווייטער קיין עמוקה ווי עס ליגט דער דער הייליגער תנא יונתן בן עזיאל, שבשעה שעסק בתורה, כל עוף שפרח עליו מיד נשרף, דער וואס האט זיך אויף געשטעלט אויף די פוס און געזאגט פאר די שכינה הק' אני הוא שגליתי סתריך לבני אדם,
מירון
דערנאך פאר איך ווייטער קיין כפר מירון צו די הייליגע קברים א פונעם מאור גליל העליון, רבי שמעון בן יוחאי מיט זיין זיין רבי אלעזר, שגלה מדרש הנעלם, און אונז מגלה געווען דעם הייליגער זוהר, וואס אין איר זכות וועט כלל ישראל זוכה זיין צו די גאולה שלימה, ובהאי חיבורא דילך דאיהו ספר הזוהר יפקון ביה מן גלותא ברחמי, און ביי זיין הסתלקות איז ארויס א בת קול: זה האיש מרעיש הארץ מרגיז ממלכות כמה פטרין ברקיעא משתככין ביומא דין בגינך דנא רשב"י דמאריה משתבח ביה בכל יומא. זכאה חולקיה לעילא ותתא כמה גניזין עלאין מסתמרן ליה עליה אתמר ואתה לך לקץ ותנוח ותעמוד לגורלך לקץ הימין:
צפת
פון דארט פאר איך ווייטער קיין צפת עיר הקודש, דער עיר המקובלים, וואס אין אירע שמאל געדרייטע געסלך האבן זיך געדרייט שרפי מעלה, און נאך א טבילה במקווה פינעם הייליגן אר''י הק' לאז איך מיך ארויס אויפן בערגאיגען בית עולם, צום קבר פינעם הייליגען רמ''ק, וואס האט צום ערשט מגיה געווען דעם הייליגן זוהר, און איר מגיה געווען ווי א ספר תורה, און האט זוכה געווען אז א עמוד האש איז געגאנגען פאר זיין מיטה, דערנאך דערנעטערט איך מיר צום קבר פינעם הייליגן אר''י אויף וועם זיין גרויסער תלמוד הרה''ק רבי חיים וויטאל שרייבט: והיה מדבר ברוחות מהגלגולים רוח טוב ורוח רע והיה מכיר בריח הבגדים כמו אותו ינוקא דפ' דברים ובעופו' אלמים ומביא נשמת אדם בעודו חי ומדבר עמו כל צורכו וחפצו ואחר כך מסירהו והיה רואה נשמות בעת צאתם מהגוף ובבתי הקברות ובעלותן בכל ערב שבת לגן עדן והיה מדבר עם נשמת הצדיקים שהם בעולם הבא והיו מגלין לו רזי תורה.......... ועיני ראו ולא זר וכל זה השיג מרוב חסידותו ופרישותו אחר התעסקו ימים רבים בספרים ישנים גם חדשים בחכמה זו ועליהן הוסיף חסידות ופרישות וטהרה וקדושה וזהו הביאו לידי רוח הקודש...... והיה אליהו נגלה לו תמיד........ וכו' א פחד האט מיר ממש באנומען ווען איך האב מיך מתבנן געווען ווי איך שטיי, ווייטער האב איך געוואנדן מיינע טריט צום ציון פינם הייליגן אלקבץ ווי די ווערטער רב שבת שבת בעמק הבכה וואס גאנץ כלל ישראל איז מקבל שבת יעדע וואך איז מיר אויפגעקומען אויפן זיכרון, דער נאך דער ציון פונעם היילגן בית יוסף וואס האט זוכה געווען אז זיינע הייליגע חבירים זענען געווארן אנגענומען בכל תפיצות ישראל. און האט געהאט די זכיה צו האבן א מגיד מן השמיים וואס האט מיט אים געלערענט די פארבארגענישען פון די הייליגע תורה.... ווייטער ליגט דער אלשיך הק' דער באר מים חיים, דער ערבי נחל, דער הייליגער תנא רבי פנחס בן יאיר וואס לויט א מסורה ציהט זיך אונטער זיין קבר אן אונטערערדישער הייל ביזן ציון פון זיין הייליגער איידעם רבי שמעון אין מירון.
אידרא
ווי אויך האב איך נישט פארפאסט די געלעגנהייט צו באזוכען דער מקום האידרא וואס געפינט זיך צווישען מירון און צפת, ווי רבי שמעון בן יחאי האט מגלה געווען די גרעסטע סודות התורה, אין די קעגנווארג פון די הייליגע שכינה מיט די מאלכי השרת...
חברון
אצינד לאז איך מיר אין וועג אריין קיין חברון צו די מערות המכפלה, דער פלאטץ וואס אאע''ה האט אפגעקויפט פון די בני חת בד' מאות שקלים עובר לסוחר, דאס פלאטץ ווי עס ליגט באהאלטען דער יציר כפיו של הקב''ה, דער פלאטץ ווי עס ליגט באהאלטן דער "אם כל חי", און אינזער הייליגע עלטערן די אבות האימה הישראלית, אברהם, יצחק ויעקב, מיט די הייליגע אימהות, און די ווערטער פון רבי יהודה הלוי זינגען זיך פון זיך אליינס אַף כִּי בְעָמְדִי עֲלֵי קִבְרוֹת אֲבֹתַי וְאֶשְׁתּוֹמֵם בְּחֶבְרוֹן עֲלֵי מִבְחַר קְבָרָיִךְ, אויך ווען איך שטיי אויף די קברים פון מיינע עלטערען, און איך ווער פארשטומט אין חברון אין די אויסדערוועלטע פון דיינע קברים.
המשך יבוא........