לא להנאת גופי האט געשריבן:א איד האט מיר אמאל געזאגט אז ער געדענקט נאך ווי ס'פלעגט עם --- בשעת די תורות.. רח''ל. [נישט די איינציגסטע טעות וואס די סאטמארע רבי זי''ע האט געהאט..] ה' ירחם!
כ'האב דיר עס קיינמאל נישט געזאגט
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
אהא.. געדענקסט נישט? אינז זעמיר געשטאנען דארט אינטער די מאנטלעך.. האסט געהאלטען דיין טלית בייטל מוט עפעס א אינטריסאנטע 'דאל' אויפן וועג צום דיין, כ'האדיר געפרעגט וואס איז דיין פראבלעם, האסט מיר געזאגט אז ס'איזא שאלה פון 'פסל'.. און מיר זענען אריין אין א שמועס.. געדענקסט נישט??
הרינו עושה זאת לא להנאת גופי כלל וכלל!! אין לי שום שמץ של הנאת עצמי כלל!!
כ'ווינדער מיך אלעמאל פארוואס מענטשען גייען אזוי פאר גשמיות. נאכדערצו 'לייקס', כאפ איך בכלל נישט די הנאה דערפון.
די אלע זאכען רעדן עפעס נישט צו מיר.
עס איז שוין כמעט פארלאפן די צווייטע וואך פון שובבי"ם, און ווי האלטס עטס? וואס קען מען ענק פארהערן? וויפיל שעות רציחו"ת האט עטס שוין? וויפיל מאל האט עטס שוין אויסגעזאגט תהילים שטייעדיגערהייט בלי הפסק? ווי אזוי קענט עטס קוקן דעם באשעפער אין פנים??.....
איינער געדענקט בערך אזאנע לאזונגען?.... כ'דערמאן מיר ווי מיין מנהל פלעגט יאמערן מיט אזא עמאציענאלע שטימע.....
#איי איז דאס געווען צייטן!
איך דערמאן מיר ווי איך פלעג האלטן א אויג אויף מיין מנהל אין ישיבה קטנה, און זעהנדיג אז ער איז פארטיפט אין זיין תהלים, האב איך געכאפט דעם שעת הכושר, און אפגעטראגן....
איך עגרי מיט דיר הונדערט פראצענט אז עס איז הייליגע טעג, וואס מען קען אויסנוצן זיך צו דערנענטערן צו השם יתברך, און מיין נישט אז איך ווייס נישט פון אזעלכע באגריפן ווי לערנען רציפות מתוך אהבה, און לאזן טרערן ביים הערן די טעיפס. למען האמת, איך האב אסאך שעות אין מיין לעבן געלערנט רצופים, און איך האב אסאך זיך געוואשן דאס הארץ ביי די הייליגע תורות פון רבי'ן ז"ל. כ'האב מיר נאר באצויגן אויף איין געוויסע מנהל וואס איך האב געהאט, וואס ער האט גענומען די דערהויבענע טעג און עס טראנספארמירט צו אנגעצויגענע פארביטערטע טעג, במלוא מובן המילה, און אויף דעם האב איך טענות!!
אין די ישיבה קאלאנדער איז שובבים געווען די ימים נוראים.
די ראש ישיבה אונזערע האט מעורר געווען איבער תאות אכילה, ווי נישט שמירן פוטער אויף די ברויט, אדער מ'זאל טרינקען וואסער אנשטאט די זיס'לאזע פאנטש.
אונזער נאכמיטאג מגי"ש האט אזאנס געהירזשעוועט ביים טעגליכע מוסר שמועס, אז מ'האט געקענט דאס קרי טרעפן פון גרויס פחד און אימה.
די קעכער איז געווען פון די פרומע סארט. זיין וואלענע טלית קטן איז געווען זיין cook book. ער האט אויסגעזעהן ווי חייקל פון די מחנים ביכער, נאכן ווערן ארויסגעשלעפט פון די פריץ'ס גרוב נאך דריי חדשים. אין שובבים פלעגט ער פארטוישן די זאלץ במקום צוקער און פארקערט. אנטשולדיגס, דאס איז גראדע געווען אן הנהגה טובה זיינער א גאנצע יאר.
ביים רציפות שובבים סדר פלעגט אונזער אומדייעגנאזירטער בייפאלער/בארדערליין משגיח ארומלויפן ווי א וואנזיגער. מיט זיין רויט שטעכעדיג בארד האט ער געזוכט א קרבן ווי א מאסקיטא אין די ימי המצרים. זיין אומסטאבילע אויגן ווארפן נאך א פחד אויף מיר עד היום הזה.
מי יגלה עפר מעל עיניך רבינו משה סופר זי"ע? אלס האט ער איננגעזען מיט זיין תשובה אין או"ח סי' ק"צ! ער האט פון די זיידע געזען אז ער וועט האבען אן אייניקעל וואס וועט זיך אזוי פיהרען און ער האט עס געוואלט אויסמיידען מיט זיין דברי חכמה, ולא אסתייעא מלתא.
דאס רודפ'ן יעדער בחור צו לערנען רצופות, און יעדער בחור מוז לערנען אזויפיל שעה'ן, און אין די שעה'ן דווקא, איז דער זינד דא.
לאמיר נאכגעבען אז שובבי"ם איז א דערהויבענע צייט, הגם אין די מקורות איז עס בעיקר א צייט צו פאסט'ן און דאווענען, אדער שלא תפיל אשה את עוברה, אדער וועגען די הפסק גדול צווישען בה"ב און בה"ב (איין מינוט! וואס איז דאס בה"ב? וויאזוי געדענק'ט מען די טפל און מ'פארגעסט די עיקר?! שוין היינו טעמא ד.... היינו טעמא ד......).
יא, די ספרי קבלה דערמאנען אז מ'קען מתקן זיין ענייני היסוד (ספוק"י סטא"ף, רוף עס אן ביים נאמען, נישט he who must not be named). אבער דאס האט קיין שייכות נישט.
מתקן זיין גייט אזוי. ווען מ'זינדיגט אין עפעס א זינד, למשל חורש בשור וחמור יחדיו. קודם כל, דארף מען אויפהערען זינדיגען, דערנאך טוט מען תשובה ווי ס'שטייט אין רמב"ם. אפילו נאכ'ן תשובה טוהן, וואס דער מענטש איז א צדיק ווי אלע צדיקים, אבער א חסיד וואס איז מתחסד עם קונו וויל אפוואשען דער זינד. מ'דארף נישט אפוואשען דער זינד זוכה צו זיין צו תשובה, ס'איז גענוג אז מ'האט זיך אפגעהאקט פונ'ם זינד (עי' נפש החיים בזה בארוכה) און דאס טוט מען דורך די פיהר יסודות פון תשובה. דערנאך אבער, איז מעגליך צו מתקן זיין די פראבלעם פונ'ם זינד. די ראשונים גיבען אויף דעם סיגופים ועוד, וואס היינטיגער צייטען האבען שוין אלע מייעץ געווען אז ס'שטערט נאר, און ממילא איז עס נישט מתקן. נאך דעם איז דא סגולות אויף תיקון החטא, אלס געווידמעט פאר דער חסיד המתחסד עם קונו, אבער ס'ארבעט פונקט ווי אלע סגולות, אמאל יא אמאל נישט, נישט יעדער איינער איז קראנט וכו'. פאר דער תיקון איז ימי שובבי"ם מסוגל, ס'שטייט נישט אז דעמאלס טוט מען תשובה, נאר דעמאלס איז מען מתקן דער חטא.
פאר א בחור וואס איז שקוע אין חטא, און אפילו ער דערהייבט זיך און זינדיגעט קיינמאל נישט, אבער שקוע אין די יצר הרע איז ער נאכאלס, איז נישט דא קיין שום סבה אז ער זאך זיך בכלל מאכען צו טוהן פון די תיקונים, ער האלט נאך ביי תשובה, און דאס פארדרייען די יוצרות קען נאר ברענגען שלעכט'ס. איך ווייס נישט וואס יעדער איינער קען זאגען פון זיין עקספיריענץ, אבער קיינער ווייסט נישט וואס וואלט געווען אן דעם וואס ער הערט אט די תורות, און קיין ראיה איז עס נישט.
אפילו מ'גיבט אלס נאך אז מ'דארף מתקן זיין מיט שעות רצופות וכדו', איז נאכאלס לאו כל אנפי שווין. סדרי הישיבה מוזען צולאזען דער נאטור פון א בחור און דורכאויס די יאר, קען א בחור וואס קען נישט זיצען פיהר שעה אין א צי, אויף א נושא וואס ציט איהם נישט, מיט א חברותא וואס וואשט זיך נישט, אויף א בענקעל וואס האלט איהם נישט, זיך אויפהייבען אפאר מאל אינמיט'ן זיך אויסצולופטער'ן. ער קען אביסל חלומ'ן אינדערמיט, ער קען טרעפען זיין וועג וויאזוי זיך צו ספראווען מיט זיין פראבלעם, און נאכאלס לערנען און שטייגען, כפי זיין געברויכ'ן. אבער אז ער וויל ווערען בעסער און תשובה טוהן במשך ימי השובבי"ם, און רצופות איז זיין דורכפאל וואס ער דארף מתקן זיין, און ער האט שוין תשובה געטוהן און ס'פעלט נאר אויס א תיקון, איז נאכאלס נישט פארזיכערט אז די צאל שעות וואס איז נייטיג צו איהם איז פונקט ווי דאס פון א צווייט'ן. אפשר איז פאר איהם וויכטיגער ווייניגער שעות? אפשר מער? אפשר אן אנדערע צייט? אפשר אן אנדערע לימוד? אז ס'האט מיט תיקון החטא, איז עס זיין חטא און זיין תיקון. ס'באלאנגט אינ'ם כלליותדיג'ען סדרי הישיבה וואס זענען געמאכט צו זיין שווים לכל נפש.
-------------------------------
אגב אורחא, באשולדיגען דער רבי אויף די הנהגה איז נישט אין פלאץ. דער רבי האט געזאגט שלש סעודות ותו לא. פון ווי קומט די רציפות ביזנע"ס? ווער האט איינגעפיהרט רעדען פון דעם יעדען טאג? זייט ווען גייט מען צו צו בחורים און מ'פרעגט זיי ווי זיי האלטען אין דער הינזיכט? דאס האט גארנישט מיט קיין רבי'ס, סתם תאוות ותו לא, ודו"ק.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשטייט זיך אז דאס איז בהנחה אז הוז"ל איז א איסור דאורייתא. וואס כ'מיין דער קאנסענסוס איז אז נישט
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)