דעבאטע: זיך איינהאנדלן א גאן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

דעבאטע: זיך איינהאנדלן א גאן

שליחה דורך shem-tov »

צום ערשטן מאל הייב איך אביסל אן צו פארשטיין פארוואס די פאונדינג פאוטערס האבן אזוי געקעמפט פאר גאן רעכטן. ווי שטארק א נארמאלער בירגער וויל נאר לעבן בשלוה מוז מען דאך זיין א חכם הרואה את הנולד. פארפאלן סדא אמאל א צייט וואס עמעצער וויל דיך הרגנען און קיין שום ריזאנינג וועט עס נישט טוישן. אויף די מינוט איז דא א ביליאן יומען ביאינגס וואס ווארטן מיט שפאנונג אויף א צייט ווען מען גייט אויספאלגן א געבאט. היל"ת השם ירחם. והוא רחום יכפר עון וגו ' און איך מאך נישט קיין שום ווערטל מיר נויטיגן זיך אין גרויס רחמי שמים מיט די זעלטענע פאנאטיקער.

יעצט לגבי גאנס. וואס איז די הלכה צו מעגען מיר בכלל גיין מיט גאנס? ווי שווער איז די פראצעדור אין ניו יארק צו שאפן איינס? וואלט איר אפלייט פאר א גאן? וואסערע גאן איז די בעסטע פאר א יחיד? וואס טוט זיך וועגן סעיפטי? וועט עס בכלל עפעס אויפטא

מיר יודן גלייבן הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל. מיר דארפן תשובה טאן. מיר דארפן פארבעסערן אונזערע מעשים. אבער אפשר ברויכן מיר צו טאן עפעס
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

צום ערשטן מאל הייב איך אביסל אן צו פארשטיין פארוואס די פאונדינג פאוטערס האבן אזוי געקעמפט פאר גאן רעכטן. ווי שטארק א נארמאלער בירגער וויל נאר לעבן בשלוה מוז מען דאך זיין א חכם הרואה את הנולד. פארפאלן סדא אמאל א צייט וואס עמעצער וויל דיך הרגנען און קיין שום ריזאנינג וועט עס נישט טוישן. אויף די מינוט איז דא א ביליאן יומען ביאינגס וואס ווארטן מיט שפאנונג אויף א צייט

די צוויי פאליס וואס זענען געשאסן געווארן לעצטענס אין וויליאמסבורג האבן אויך געהאט גאנס און זיי זענען געוועהן געלערנטע שיסערס
וואס האט עס זיי געהאלפן ?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
לא להנאת גופי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:10 pm
געפינט זיך: ווענד זיך ווען
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

שליחה דורך לא להנאת גופי »

זיי מיינען נישט די סאטמערע סייווי...
הרינו עושה זאת לא להנאת גופי כלל וכלל!! אין לי שום שמץ של הנאת עצמי כלל!!
כ'ווינדער מיך אלעמאל פארוואס מענטשען גייען אזוי פאר גשמיות. נאכדערצו 'לייקס', כאפ איך בכלל נישט די הנאה דערפון.
די אלע זאכען רעדן עפעס נישט צו מיר.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

שם טוב, עס איז זייער אן ערענסטע טעמע, און גוט אז דו ברענגסט עס ארויף. אמת, די פאליציי לייט האבן גאנס, אבער זיי זענען געכאפט געווארן ביי סורפרייז. אין א משכונות קריזיס, ווען איינער האט א גאן, מיט איין שאת קען ער גענוג אנטומלען די פארכאפער אז די משכונות זאלן מאכן א אויפשטאנד, און ברענגען כאאס אין א זמן וואס די פארכאפער מוזן האבן ארדענונג, און אין בעסטן פאל קען מען זיי דערשיסן צום טויט.

יעדער אמעריקאנער האט א רעכט צו טראגן געווער. די סטעיטס האבן אבער געצוימט די עקסעסס צו גאנס, דורך פארלאנגען אז זיי ווילן האלטן חשבון ווער עס האט א גאן, און ער דארף איינגעבן פארוואס ער דארף עס.

נוא יארק איז נישט די פלאץ פאר גאנס. אפילו נישט פאר מעסערלעך אדער פעפער ספרעי.
(- - -)
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

וואס איז ניו יארק אנדערש?
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 625
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך smart »

שבת אחים האט געשריבן:
צום ערשטן מאל הייב איך אביסל אן צו פארשטיין פארוואס די פאונדינג פאוטערס האבן אזוי געקעמפט פאר גאן רעכטן. ווי שטארק א נארמאלער בירגער וויל נאר לעבן בשלוה מוז מען דאך זיין א חכם הרואה את הנולד. פארפאלן סדא אמאל א צייט וואס עמעצער וויל דיך הרגנען און קיין שום ריזאנינג וועט עס נישט טוישן. אויף די מינוט איז דא א ביליאן יומען ביאינגס וואס ווארטן מיט שפאנונג אויף א צייט

די צוויי פאליס וואס זענען געשאסן געווארן לעצטענס אין וויליאמסבורג האבן אויך געהאט גאנס און זיי זענען געוועהן געלערנטע שיסערס
וואס האט עס זיי געהאלפן ?

סאיז נישט קיין צושטעל. אוודאי אין די פאל ביי די פאליס מעשה אפילו זיי האבן געהאט גאנס האט עס זיי נישט געהאלפין

אבער אין די פאל פון די משכוצת אין פאריז אדער אין אנדערע פעלער וואו מען קען זיך ריאנטירען וועט א גאן א וודאי העלפען
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

נאר דאס פעלט אונז אויס ארז אין די בתי מדרשים זאל מען זיך ארום שיסן מיט גאנס.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

shem-tov האט געשריבן:צום ערשטן מאל הייב איך אביסל אן צו פארשטיין פארוואס די פאונדינג פאוטערס האבן אזוי געקעמפט פאר גאן רעכטן. ווי שטארק א נארמאלער בירגער וויל נאר לעבן בשלוה מוז מען דאך זיין א חכם הרואה את הנולד. פארפאלן סדא אמאל א צייט וואס עמעצער וויל דיך הרגנען און קיין שום ריזאנינג וועט עס נישט טוישן. אויף די מינוט איז דא א ביליאן יומען ביאינגס וואס ווארטן מיט שפאנונג אויף א צייט ווען מען גייט אויספאלגן א געבאט. היל"ת השם ירחם. והוא רחום יכפר עון וגו ' און איך מאך נישט קיין שום ווערטל מיר נויטיגן זיך אין גרויס רחמי שמים מיט די זעלטענע פאנאטיקער.

די עיקר סיבה איז געווען מ'זאל זיך קענען שלאגען מיט די רעגירונג.
The Founding Fathers, having just broken away from Great Britain, understood the new federal government they were ratifying might one day become just as tyrannical. If it had the authority to control citizen access to firearms, then it could disarm them, just as the British attempted to do. This would make any attempts to restore liberties futile.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ירח בן יומו האט געשריבן:נאר דאס פעלט אונז אויס ארז אין די בתי מדרשים זאל מען זיך ארום שיסן מיט גאנס.

קאנאדא איז שטערענגער אפילו ווי ניו יארק לגבי גאנס .
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

I'm all for it
עס וועט נאך קומען א טאג, ווען מען וועט נישט אריינעמען קינדער אין מוסדות נאר אויב די גאן איז עפראווד ביי TAG.
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

פאר דער וואס וואוינט אין nyc איז א מעיגליכקייט פאר א ליגאל האנד גאן שווערער ווי צו טרעפן איבערבלייבענישן פון פרעה׳ס קוהען. אינדרויסן פון nyc ווענדט זיך ווי ווייט די גייסט אוועק. מיט יעדע קאונטי ווייטער ווערט עס גרינגער און גרינגער. אבער אפילו אויב דו האסט שוין א לייסענסד האנד גאן פון א אנדערע קאונטי מעגסטו עס נישט אריינברענגען אין nyc. מען מוז וואוינען אין די קאונטי וואו מען וויל באקומען א לייסענס. דאס איז נאר פאר א האנד גאן. פאר א רייפל אדער אנדערע פארשידענע גרויסע גאנס דארף מען נישט קיין לייסענס. מען גייט אריין צום גאן געשעפט, ער מאכט א בעקגראונד טשעק אויפן פלאץ, מען באצאלט און מען נעמט עס אהיים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לא להנאת גופי האט געשריבן:זיי מיינען נישט די סאטמערע סייווי...

לא להנאת גופי: איך האף אז דו מאכסט נאר א ווערטל. ווייל אין אלע מעשיות וואו די טעראריסטן האבן עפעס אנגעשטעלט האבן זיי קיינמאל נישט מבחין געווען צווישן א סאטמארער אדער נטורי חרתא און א ציוני. וויבאלד איינער איז א איד איז ער שוין געווען א קרבן ביי זיי. למשל ביי די ענטעבע היידזשעקינג זענען געווען עטליכע סאטמארער חסידים. און זיי האבן געזאגט פאר די טעראריסטן אז זיי זענן נישט קיין ציונים. איינער האט אפילו געהאט אן עסטרייכישן פאספארט. ס'האט אבער גארנישט געהאלפן די אלע קונצן. זיי די טעראריסטן ימח שמם וזכרם האבן אפגעטיילט צווישן אידן און גוים. די אנדערע חילוקים האט זיי נישט אינטרעסירט. דאס איז דאך מיין טענה צו די הייליגע ארגאניזאציע "נטרונא". אז זיי זאללן זיך אויפהערן נאריש צו מאכן. ווייל די טעראריטישע רוצחים פארהערן קיין אינעם נישט אויב זיי קענען דעם ויואל משה אויסנוייניג אדער נישט. אויך ווילן זיי נישט וויסן צו מ'איז געווען ביים רבי'ן זכותו יגן עלינו'ס שובבי"ם אדער נשא תורה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ירח בן יומו האט געשריבן:נאר דאס פעלט אונז אויס ארז אין די בתי מדרשים זאל מען זיך ארום שיסן מיט גאנס.

איך האב דאס שוין לאנג געטענה'ט. שטעלט אייך פאר אז אינמיטן דף היומי שיעור ר"ל (איך שרייב רח"ל אויפ'ן דף היומי) שלעפט איינער ארויס א גאן און שיסט אויף זיין בעל פלוגתא.
ס'נאך א מזל אז דער אייבישטער האט נישט געגעבן די תורה פאר די פארטאריקאנער אדער שחורים. שטעלט אייך פאר ווען איינער פון זיי שלעפט ארויס דעם גאן. אדער ווען ער איז נישט צופרידן מיט'ן בעל תפילה... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

outspoken האט געשריבן:
shem-tov האט געשריבן:צום ערשטן מאל הייב איך אביסל אן צו פארשטיין פארוואס די פאונדינג פאוטערס האבן אזוי געקעמפט פאר גאן רעכטן. ווי שטארק א נארמאלער בירגער וויל נאר לעבן בשלוה מוז מען דאך זיין א חכם הרואה את הנולד. פארפאלן סדא אמאל א צייט וואס עמעצער וויל דיך הרגנען און קיין שום ריזאנינג וועט עס נישט טוישן. אויף די מינוט איז דא א ביליאן יומען ביאינגס וואס ווארטן מיט שפאנונג אויף א צייט ווען מען גייט אויספאלגן א געבאט. היל"ת השם ירחם. והוא רחום יכפר עון וגו ' און איך מאך נישט קיין שום ווערטל מיר נויטיגן זיך אין גרויס רחמי שמים מיט די זעלטענע פאנאטיקער.

די עיקר סיבה איז געווען מ'זאל זיך קענען שלאגען מיט די רעגירונג.
The Founding Fathers, having just broken away from Great Britain, understood the new federal government they were ratifying might one day become just as tyrannical. If it had the authority to control citizen access to firearms, then it could disarm them, just as the British attempted to do. This would make any attempts to restore liberties futile.

Outspoken: I respectfully disagree with you. The purpose of the Second amendment was to allow for the forming of a militia. In order to protect the home front. Because in those days most of the population centers were frontier towns. That, different from the standing army, the purpose of the militia was to ensure domestic tranquility...!
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

בערל, דאס איז א מחלוקה צװישען די קאנסערטיװ/ליבערטיריענס מיט די לינקע/גרינע/ליבעראלע.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

petergrifin האט געשריבן:בערל, דאס איז א מחלוקה צװישען די קאנסערטיװ/ליבערטיריענס מיט די לינקע/גרינע/ליבעראלע.

און לשיטתם פון די וועלכע האלטן אז דער תכלית פון פריוואטע ביגער זאללן האבן געווער איז זיך צו קענען עווענטועל שלאגן מיט די רעגירונג? דאס איז אן אבסורדאלע טענה. ווייל די רעגירונג האט אייביג א שטארקע ארמיי מיט שטארקע גווער און געפאנצערטע טראקס און טאנקען. אנטקעגן וואס פשוט'ע גאנס העלפן נישט...!
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

berlbalaguleh האט געשריבן:
לא להנאת גופי האט געשריבן:זיי מיינען נישט די סאטמערע סייווי...

לא להנאת גופי: איך האף אז דו מאכסט נאר א ווערטל. ווייל אין אלע מעשיות וואו די טעראריסטן האבן עפעס אנגעשטעלט האבן זיי קיינמאל נישט מבחין געווען צווישן א סאטמארער אדער נטורי חרתא און א ציוני. וויבאלד איינער איז א איד איז ער שוין געווען א קרבן ביי זיי. למשל ביי די ענטעבע היידזשעקינג זענען געווען עטליכע סאטמארער חסידים. און זיי האבן געזאגט פאר די טעראריסטן אז זיי זענן נישט קיין ציונים. איינער האט אפילו געהאט אן עסטרייכישן פאספארט. ס'האט אבער גארנישט געהאלפן די אלע קונצן. זיי די טעראריסטן ימח שמם וזכרם האבן אפגעטיילט צווישן אידן און גוים. די אנדערע חילוקים האט זיי נישט אינטרעסירט. דאס איז דאך מיין טענה צו די הייליגע ארגאניזאציע "נטרונא". אז זיי זאללן זיך אויפהערן נאריש צו מאכן. ווייל די טעראריטישע רוצחים פארהערן קיין אינעם נישט אויב זיי קענען דעם ויואל משה אויסנוייניג אדער נישט. אויך ווילן זיי נישט וויסן צו מ'איז געווען ביים רבי'ן זכותו יגן עלינו'ס שובבי"ם אדער נשא תורה...!

הער אויס קול סאטמאר 7183056942 ביי די קול ד' בכח אפטיילונג ביי די אינטערוויאס האבן זיי א מעשה פון א יונגערמאן וואס אראבער האבן אים פארכאפט און נאר ווען ער האט זיי געזאגט פונעם ויואל משה האבן זיי עם אפגעלאזט...
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

איך טראכט א גאנצע צייט אויב מען וועט מתיר זיין די גאנס, אויב עס וועט נישט זיין יצא שכרו בהפסידו, ווי שוין געזאגט אויבן.
אבער למעשה האב איך אפגעמאכט אז עס וועט נישט שטערן אז מען וועט עס מתיר זיין, ווייל פון די פון וועם מען האט מורא אז זיי וועלן אביוזן די גאנס, וועלן עניוועיס עס האבן.
אויב אזוי זאלן די וואס דארפן עס וויכטיג האבן כאטש נהנה זיין דערפון.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
Yossy
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 100
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:13 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך Yossy »

איך וויל פארקירעווען די דעבאטע אביסעל . יעדע מוסד אדער גרויסע ביה"מד דארף האבן שטענדיג צי יעדע צייט איינער וואס איז armed. סאיז א פחד צי טראכטען אז די אלע מיידעל אין אינגעל סקולס זענען פלעין אין פשוט באוואפענט מיט א buzzer אין אדער זיצט ביים טישעל א עלטערע איד אדער א אכצען יעריגע מיידעל אין די גרעסטע שונא איז א אינגערמאן זאל זיך חס ושלום נישט דרייען ווי מדארף נישט אין קיקען אויף די צאן קדשים . איך פארשטיי אז יעדער וועט קימען מיט תורות פארוואס סאיז א חסרון אמונה אבער חס ושלום אויב וועט עפעס אמאל געשען וועט מען דאך זיכער טוישען די מיינד אין יעדער וועט פארשטיין אזי , אויב אזוי וואס דארף מען ווארטען עפעס זאל פאסירען ? איך מיין די מוסדות שארען יעצט געניג געלט אין ס`ליגט אן אחריות אויף זיי צי טין צי די זאך...
אפשר איז אויך מעגליך אז די שטאט זאל עס צישטעלען ? אזוי ווי ביי יעדע פאבליק סקול איז דא פאליציי. בכל אופן מדארף אנפאנגען רודערן אזוי ווי יעצט איז נישט קיין תכלית אין גארנישט טין האט מער מיט טיפשות ווי אמונה לעניות דעתי.
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

רוב היימישע ת"ת און מיידעל סקולס זענען אפען פאר יעדען אריינציקימען
אפאהר האבען באזערס וואס מעפענט פאר יעדע גוי וואס זעהט אויס ווי א דעליווערי בוי
סכאפט א פחד צו טראכטען וואס קען געשעהן אויב א טערעריסט קימט אריין מיט א גאן
לדעתי איז א פראגע פון צייט ביז סגייט דא געשעהן אויך אין אמעריקע און נו יורק, א אויפגערעגטע מוסלים אדער בלעקי גייט אריינקימען אין שוהלען און מיידעל סקולס און דורכפירען שחיטות ר"ל
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
פארשפארט