בחירות אין מדינת ישראל 2015

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

האלטנדיג 67 טעג פאר די בחירות, א סקר פון רשת ב' ווייזט אז ש"ס שטארקט זיך צו 7 בענקלעך,
ליכוד-24, עבודה-25, הבית היהודי-16, די ארבישע צוזאמען-11, יש עתיד-9, כולנו-8, יהדות התורה-7, ש"ס-7, ישראל ביתנו-7, מרץ-6.

אין אנדערע נייעס משה כחלון האט שוין געמאלדען 5 מענטשן פין זיין ליסט, ער אליינס, יואב גאלאנט, מייקל אורען די געוועזענע אמבאסאדאר אין אמעריקא, אלי אלאלוף, און יפעת שאשא ביטון,
אין ישראל ביתנו האבן שוין דריי יעצטיגע חברי כנסת געמאלדען אז זיי לויפן נישט נאכאמאל, נאך וואס זיי האבן פארשטאנען אז אביגדור ליבערמאן וועט זיי ממילא אפזאגען כדי צו באסטען זיין פארטיי, די דריי זענען עוזי לאנדוי, דוד רותם, און די שר פאר בטחון פנים יצחק אהרנוביץ.
איזהו גיבור ?
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 625
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך smart »

כנסת דשורנאליסט ירון אברהם איז חושש אז די איזראעלי דעלאגאציע מארגן אין פאריז נתניהו-בענעט-ליבערמאן-ישי איז די אנהויב פון א נייע קאאליציע..
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

עס איז היינט פארגעקומען כמו פריימעריז אין "תקומה" דאס איז די פארטיי פון אורי אריאל וואס זענען פון די פרומע מתנחלים, עס איז א חלק פון הבית היהודי און לויט די דיל מיט בענעט באקומען זיי די 2 9 15 18 פלעצער פון די ערשטע 20 פלעצער אין הבית היהודי, 110 מענטשען (רבנים און מנהיגים פון זיי) האבן אטייל גענומען אין די החלטה ווער באקומט וועלכע סיט, אורי אריאל איז ארויס מיט נאמבער 1 נאכדעם בצלאל סמוטריץ נאכדעם אורית סטרוק און נאכדעם זבולון כלפה, די ערשטע דריי גייען אריין אין די קומענדיגע כנסת נאכדעם וואס אלע סקרים געבן מינימום 15 סיטס פאר הבית היהודי און זבולון כלפה וואס איז יעצט א חבר כנסת פאלט לכאורה ארויס נאכדעם וואס קיין איין סקר געבט זיי נישט קיין 18 סיטס,

נאכדעם וואס יאיר לפיד האט די פריעדיגע מאל אריינגענומען 2 אוטיופים אין זיין ליסט, שמעון סלומון און פנינה תמנו שטה, און אזוי באקומען די וואוטס פון די אוטיופישע געמיינדע, האט משה כחלון היינט געמאלדען זיין נאמבער 3, א אוטיופישע לעדי (צוויי פייגלעך אין איין שאס) מיטן נאמען צגה מלקו וואס האט אנגעפירט רשת א' פון קול ישראל פאר אפאר יאר, האט מען שוין 6 נעמען פון זיין ליסט, עס איז ערווארטעט זיין פולן ליסט סוף וואך נאך די פריימעריז אין עבודה דינסטאג און די פריימעריז אין הבית היהודי מיטוואך, אזוי זאל ער אויך זיין אויף די העדליינס סוף וואך אין די צייטונגען.
איזהו גיבור ?
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

דרעי קומט צוריק.
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

שעלי יעחימוביץ האט באקומען די צווייטע פלאץ אין עבודה נאך איר איז די יונגסטע חברת כנסת סתין שפיר 29 יאר אלט, נאך דעם איציק שמולי, עומר בר לב, נאך דעם קומט מירב מיכאלי וואס [tag]קופערניקוס[/tag] האט לכבודה געשריבן דאס ארטיקל viewtopic.php?f=10&t=2479, די פראסק האט געכאפט איתן כּאבעל וואס האט זיך געשלאגן אנצוקומען צו די צווייטע פלאץ און איז אנגעקומען צו די 10טע פלאץ,
היינט קומט פאר די פריימעריז אין הבית היהודי.
איזהו גיבור ?
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

אקעי אסאך נייעס אין די פאליטישע וועלט אין מדינת ישראל נאר קודם וועלן מיר אנהייבן מיט די הייניטגע סקרים,
איך האב שוין געברענגט דא אסאך סקרים במשך די לעצטע פאר וואכן, אבער איך ברענג פון אסאך מקורות און עס איז שווער צו וויסען וועלכע עס איז די אקוארטסטע, איך האלט אין איין ברענגען וועלכע איך טרעף און אסאך מאל איז די דיפרענצען פון איין טאג צום אנדערען נישט ווייל די מצב האט זיך טאקע געטוישט נאר פשוט איין סקר געבט אנדערע ציפערן פון די צווייטע, און די חילוק קען אסאך מאל זייער שטארק אויס מאכן,

אבער היינט האלטנדיג 61 טעג צום בחירות וועל איך ברענגן דריי סקרים ווייל עס געשעהט א אינטרעסאנטע זאך אז דריי גרויסע סקרים געבן מער פאר עבודה ווי ליכוד, איינער אפילו מיט 4 בענקלעך מער,

סקר ערוץ עשר: עבודה-24, ליכוד-20, הבית היהודי-16, יש עתיד-10, כולנו-10, יהדות התורה-7, ש"ס-6, מרץ-6, ישראל ביתנו-5, יחד-4, (די איינציגסטע וואס געבט פאר אלי ישי אריבער צו גיין די אחוז החסימה).
סקר ערוץ שתים: עבודה-25, ליכוד-23, ישראל ביתנו-16, יש עתיד-11, כולנו-8, ישראל ביתנו-7, יהדות התורה-7, ש"ס-7, מרץ-5, יחד-0,
סקר ערוץ הראשון: עבודה-26, ליכוד-25, הבית היהודי-17, כולנו-9, יש עתיד-8, יהדות התורה-7, ש"ס-6, ישראל ביתנו-5, מרץ-5, יחד-0,
די אראבישע פארטייען צוזאמען לויט יעדער 11 אדער 12.

בקיצור די לינקע נעמען איין כח און אויב וועט בוזי טאקע ווערן ראש ממשלה וועט דאס זיין א מהפכה.

אין הבית היהודי איז פארגעקומען פריימעריז, אלע איצטיגע חברי כנסת זענען געבליבן און אפאר נייע זענען אריין, דני דיין וואס איך האב שוין געשריבן וועגן עם איז פארשטיפט געווארן צום 20סטן פלאץ און ער וועט נישט אריינקומען אין די קומענדיגע כנסת.
אין ש"ס ווארט מען צו זעהן די ליסט ווער פון די איצטיגע 11 חברי כנסת וועלן בלייבן און ווער נישט נאך דעם וואס 11 בענקלעך וועלן זיי נישט האבן.
אין יהדות התורה איז כרגע נישט ערווארטעט קייו שינויים.
איזהו גיבור ?
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

ווי ערווארטעט אז משה כחלון וועט היינט ארויסגעבן זיין פולן רשימה, האט ער טאקע היינט געמאלדען אלע זיינע קאנדידאטן, נישט אלע גייען טאקע אריינגיין אבער ער האט געמאלדען די 11 ערשטע פלעצער,
1) משה כחלון, 2) יואב גאלאנט, 3) צאגה מאלאקו (פרוי), 4) מייקל אורון, 5) רחל עזריה (פרוי), 6) אלי אלאלוף, 7) יפעת שאשא ביטון (פרוי), 8) אלי כהן, 9) רועי פולקמאן, 10) מירב בן ארי (פרוי), 11) שי באב"ד.
א חלק באקאנטע נעמען און א חלק נישט, א חלק גייען ווערן באקאנט און א חלק נישט,
משה כחלון האט היינט צאמגעהאקט קעגן ביבי, זאגנדיג אז זיי האבן פארלאזט די ריכטיגע ליכוד, און ער איז היינט די ריכטיגע ליכוד.
אביגדור ליבערמאן האט געמאלדן אז מאנטאג קומט ער ארויס מיט זיין ליסט, אסאך נייע פענימער נאך וואס 5 איצטיגע חברי כנסת קומען זיכער נישט צוריק.
איזהו גיבור ?
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

איך ווייס נאכאלץ נישט וואס כחלון'ס פלאטפארמע איז, פון וועלכע לאגער קומט ער?
איצט זאגט ער אז ער איז די ריכטיגע ליכוד, מיינט דאס אז ער זוכט די רעכטע שטימע?
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

פאר אונז אמעריקאנער איז דא איין נושא אין מדינת ישראל אין דאס איז " פאלעסטינע - בטחון ", אין זייערע שפראך ווערט דאס אנגערופען "תחום המדיני ובטחוני",
אבער לגבי די וואס וואוינען דארט הגם די נושא פארנעמט א חשובע ארט איז דא נאך נושאים ווי צום ביישפיל די עקאנאמישע מצב און דאס גלייכן, ווי זיי רופען דאס "תחום החברתי והכלכלי",
יעצט א ראש ממשלה איז העכער די אלע זאכן און דארף זיך זארגען פאר די אלע זאכן, ממילא צו האבן א שטארקע פארטיי דארף מען האבן איינער וואס האט יארן געדינט אלס שטארקע גענעראל אין מיליטער וואס קען זיין די שר הבטחון, און איינער וואס פארשטייט צו עקאנאמיע וואס קען זיין שר הכלכלה, איינער וואס קען די פינאנץ פראבלעמען אין איז א מומחה פאר די נושא, און איינער וואס איז פשוט באליבט ביים פאלק און וועט זיכער מאכן פאר די געברויכן פונעם פאלק ווי דירות און דאס גלייכן,
יעצט ביבי קען נאר איין זאך דאס הייסט "בטחון", ער איז ביזי נאר מיט דעם אין רעדט א גאנצען טאג נאר פון דעם: ווער וועט אכטונג געבן אויפן כותל? און ווער וועט וואטשען אז אייסיס זאל חלילה נישט אריינקומען אין לאנד? און נאך און נאך אזעלכע סטעיטמענטס, אז ער איז די איינציגסטע וואס קען וואטשען אויפן לאנד, אבער פון אנדערע וויכטיגע זאכן מאכט ער זיך נישט וויסענדיג און זאגט נישט גארנישט,
יעצט דא קומט משה כחלון אריין אין בילד, הגם בטבע איז ער א ליכודניק און מער רעכט, אבער ער איז פארנומען מיט חברתי, ווער עס געדענקט עם ווען ער איז נאך געווען אין ליכוד, די מהפכה וואס ער האט געמאכט מיט די סעלפונס וואס פלעגט זיין אזוי טייער אז נאר עשירים האבן זיך דאס געקענט ערלויבען און ער האט געפייט ביז עס איז געפאלן די פרייזן אז היינט האט יעדער א סעלפון,
ער שרייט יעצט רבותי די וואלען איז נישט רעכט און נישט לינק, איך גיי ארבעטן פאר ענק, דירות, דזשאבס, טייערע עסן, הויכע שטייערן, עדיוקעישן, און נאך און נאך, אלעס וואס די אמאליגע ליכוד האט געזארגט פארן ציבור און די היינטיגע האט עס אינגאנצען אפגעלאזט גיי איך צוריק ברענגען, ממילא סיי רעכט און סיי לינק, ווער עס האלט אז דאס איז וויכטיג זאל וועלן פאר מיר,
לגבי די אנדערע זאכן האט ער נעכטן געזאגט אז ער שטיצט צו טון אלעס וואס קען לייזן די קאנפליקט אפילו צוריק געבן שטחים, אבער עס איז נישט דא פאר וועמען צוריק צו געבו אבו מאזן איז נישט קיין פארטנער פאר שלום,

לסיכום משה כחלון זאגט: אנשטאט וועלן פאר ביבי זאל קעיר נעמען פון איין פראבלעם און פארגעסן פון אלע אנדערע זאכן, וועל פאר מיר און איך וועל קעיר נעמען פון אלע אנדערע זאכן און מיט די איין פראבלעם וועלן מיר נאך קענען טרעפן די ריכטיגע מענטשן זאלן אויפטון כאטש אזויפיל ווי ביבי טוט אויף.
איזהו גיבור ?
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

ווען איך ברענג סקרים, שרייב איך אייביג "די אראבישע פארטייען צוזאמען" פארוואס ? ווייל כרגע איז דא דריי אראבישע פארטייען, 1) בל"ד וואס די יו"ר איז גמאל זחאלקה (יא די פון "אנחנו היה פה לפניכם, ונהיה גם אחריכם) און די צווייטע פון די ליסט איז חנון זועבי ( יא די פון די מארמרה), זיי זענען די עקסטרעמסטע פון די אראבישע פארטייען, 2) רע"ם תע"ל וואס איז צאמגעשטעלט פון צוויי פארטייען (אזוי ווי אגודה-דגל) די יו"ר פון רע"ם איז איברהים צרצור און פון תע"ל איז די באקאנטע אחמד טיבי, 3) חד"ש וואס זענען די קאמאניסטישע פארטיי פון מדינת ישראל, און זיי האבן אפילו א יוד אלס חבר כנסת דב חנין, ליידער א ביטערע לינקע יוד און האט מער סימפאטיע פאר די אראבער ווי די יודען אבער פארט מזרע ישראל. יעצט, איינס פון די גרעסטע חוקים אין די פריעדיגע קאדענציע איז די חוק המשילות, איך גיי נישט דא שרייבן פונקטליך אלעס וואס די חוק האט געטוישט, אבער איינע פון די זאכן איז די אחוז החסימה, אז אויב לעצטע מאל האט מען מיט צוויי בענקלעך געקענט אריינגיין אין כנסת (קדימה האט געהאט נאר 2 בענקלעך) מיז מען יעצט האבן מינימום 4 בענקלעך, דאס הייסט אז אינטער 130,000 וואוטס קומסטו זיכער נישט אריין אין כנסת, (אלי ישי למשל וואלט נישט אזוי געשוויצט ווען נישט די חוק), די מטרה פון דעם איז צו פארמיידען מערערע קליינע פארטייען און ברענגן גרעסערע פארטייען, יעצט היות די חילוקים פון איין אראבישע פארטיי צו די אנדערע איז מער אין אינערליכע פאליטיק (אזוי ווי למשל די חילוק אין פאליטיק צווישן איין חסידישע קהילה מיט די צווייטע) אבער אין כנסת אליין מער פון 97% פון די חוקים האלטן זיי גלייך האט מען גערעדט ביז יעצט אז זיי גייען לויפן אלע אויף איין רשימה (אזוי ווי אגודה מיט דגל) און נישט פארלירן קיין בענקלעך אויב איינער וועט נישט אריבער גיין די אחוז החסימה, למעשה האבן זיי א הארט טיים זיך צו דורך קומען אין אסאך נושאים, ווי אזוי צו טיילען די בענקלעך, ווער קומט פריער פון די אנדערע, און אויך ווער זאל זיין יו"ר נאך וואס די יו"ר פון חד"ש מוחמד ברכה האט געמאלדן זיין רעזיגנאציע, און מען האט אויסגעוועלט א אראבישע לויער פון חיפה איימן עודה אלס די נייע יו"ר פון ח"דש, און אסאך שרייען אז ער איז ניי און קען נישט זיין די יו"ר אויב מען פאראייניגט זיך, אפילו ח"דש איז די גרעסטע פארטיי, אין די מינוטן קומט פאר א אסיפה צווישען אלע פארטייען ווי מען גייט פראבירן צום לעצטע מאל זיך צו דורך קומען, און אויב עס וועט נישט געלונגען וועט לכאורה תע"ל מיט ח"דש לויפען אויף איין טיקעט און ר"עם מיט בל"ד אויף נאך א רשימה, צוזאמען צווי עקסטערע רשימות.

אין מר"ץ קומט מארגען פאר פריימעריז, דאס איז די לעצטע פריימעריז פאר די קומענדיגע בחירות,
יש עתיד האט אריינגענומען אלעזר שטערן פון התנועה, מיט דעם איז מקויים געווארן דעם הלך העורב אצל הזרזיר, אלעזר האט אסאך צרות געמאכט פאר די פרומע די פריעדיגע קאדענציע, און יעצט איז ער אנגעקומען צו זיין ריכטיגע פלאץ, לאמיר האפן אז זיי וועלן כאפן א מיאוסע מפלה.
איזהו גיבור ?
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

האלטנדיג 56 טעג צו די בחירות, א היינטיגע סקר, עבודה-24, ליכוד-23, הבית היהודי-16, יש עתיד-11, די ארבישע פארטייען צוזאמען-11, כולנו-8, יהדות התורה-7, מרץ-6, ש"ס-5, ישראל ביתנו-5, יחד-4.

עבודה האט ארייינגענומען עמוס ידלין אויף די 11טער פלאץ וואס די יו"ר האט אוועקגעלייגט פאר א איש ביטחוני, אז אויב בוזי וועט אויפשטעלן די קומענדיגע ממשלה זאל ער האבן איינער וואס זאל זיין ראוי צו זיין שר הבטחון,

נאכן איבערציילן אין ליכוד האט ציפי חוטובלי געוואונען אבי דיכטער מיט בערך 90 קולות,

אריה דרעי האט היינט אין א דראמאטישע אינטערוויאו געמאלדן אז ער האט נישט קיין פראבלעם צו זיצען מיט יאיר לפיד, אפילו ער וועט נישט מבטל זיין די חוק הגיוס, און זיי האבן זיך שוין איבערגעבעטן פריוואט א תקופה צוריק, יאיר לפיד האט באשטעטיגט די ווערטער, יהדות התורה קאכט אקעגן דרעי און זיי זאגן "מהרסיך וממחרביך ממך יצאו",

ציפי לבני האט אריינגענומען אויף די פערטע פלאץ וואס זי באקומט אין עבודה א רעפארטער פאר ערוץ 9 -וואס איז א רוסישע ראדיו- מיטן נאמען קסניה סבטלונה, די סיבה פון דעם איז לכאורה וויבאלד ישראל ביתנו גייט דורך שווערע קאראפשען קלאגעס און זיי האבן בעיקר די רוסישע וואוטס, פראבירט לבני צו שלעפן וואס מער פון זייערע וואוטס דורך אריין נעמען איינער פון זיי.
איזהו גיבור ?
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

אלי ישי האט היינט פארגעשטעלט איינעם הרב משה האגער- נכד לאדמו"רי וויזניץ אלץ די פערטער אויף זיין ליסטע. ער מאלט אים אראפ אלץ ת"ח עצום . ווער איז דאס?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער איז א קרוב צי משפחת לאו , ח"כ יוני שטבון האט באגריסט היינט זיין הצטרפת צי מפלגת יחד.
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

זשאן בעינער ספיקער פון קאנגרעס, האט איינגעלאדענט ביבי נתניהו צו רעדן אין קאנגרעס אין פעברואר 11, א חודש פאר די בחירות, ביבי האט אנגענומען די איינלאדונג, די לינקע אין מדינת ישראל קאכן און שרייען אז די רעפובליקאנער פראבירן זיך אריינצימישען אין די וואוטס ווייל זיי ווייסען אז יעדע מאל וואס ביבי רעדט אין קאנגרעס אדער יו ען שטייגט זיין פאפועלערקייט, איינער איז אפילו געגאנגען אזוי ווייט און איינגעגעבן א בקשה פאר די וועד לבחירות נישט צו לאזן די מידיע ווייזען זיין דרשה ווייל דאס איז פראפעגאנדע פאר די בחירות און עס איז אסור פון צוויי חדשים פאר די בחירות,
פון די ווייסע הויז איז אויך געקומען רמזים אז דאס וואס די ספיקער האט געטון און געלאדענט ביבי אהן זיך דורך רעדן מיט זיי איז נישט מקובל.
איזהו גיבור ?
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

אזוי ווי שוין געשריבן אויבען, איז נעקסטע וואך דאנערשטיק די דעדליין אריינצוגעבן די ליסט פון די פארטייען און די ליסט פון די פלעצער אין די פארטייען פאר די וועד הבחירות, ממילא ביז דעמאלטס מיז יעדער פארטיי פיינעלי באשליסען ווער באקומט וועלכע פלאץ, אין די לעצטע פאר וואכן ברענג איך כסדר אראפ די החלטות, אדער דורך פריימעריז אדער דורך סתם החלטות פון די יו"ר, כמעט יעדער האט שוין געמאלדען זייער פיינעל ליסט חוץ פון יאיר לפיד, און די פרומע, ביי די פרומע איז נישט געווען ערווארטעט קיין טוישונגען, אבער יעצט הער איך אז וויזניץ איז עפעס נישט אזוי צופרידען פון מנחם אליעזר מוזס און זיי ווילען ברענגען א נייע יונגערמאן א עסקן מיטן נאמען יעקב טעסלער וואס איז יעצט א חבר אין די מועצת העיר אשדוד, עניוועי מארגען קומט פאר א אסיפה פון אגודת ישראל ווי מען גייט מחליט זיין די פיינעל ליסט און דעמאלטס וועט מען זעהן צו מוזס בלייבט אדער גייט, פארשטייט זיך אז די החלטה ליגט אין די הענט פון וויזניצער רבי'ן, און אסאך גרויסע דארטען זאגן אז עס וועט נישט זיין אזוי גרינג צו פויעלן ביים רבי'ן צו אפזאגן מוזס'ן נאך וואס ער איז זייער נאנט צום רבי'ן און די רבי האט א גרויסע הכרת הטוב צו עם נאך פון די שווערע צייטן, דאס איז אמאל זיכער אז ליצמאן, פרוש, אייכלער, בלייבן אויף זייערע פלעצער,
(איך האף אז איך וועל נישט חרטה האבן פאר די תגובה און מען וועט נישט פארצימעס'ן די אשכול, וואס זאל איך טון עס איז פארט נייעס פון די בחירות פאליטיק אין מדינת ישראל)
איזהו גיבור ?
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

די דיסיזשען אין אגודת ישראל וועט נאר פארקומען נעקסטע וואך,

אויך ביי די אראבישע פארטייען איז די פארהאנדלונג סטאק געווארן און נאר נעקסטע וואך וועט מען וויסען צו מען לויפט אויף איין רשימה אדער צוויי עקסטערע רשימות, ווי אויבען אויסגעשמועסט,

לגבי די נסיעה פון ביבי קיין אמעריקא איז אזוי, מען האט עס אפגעשטופט מיט צוויי וואכן און ביבי וועט רעדן פאר ביידע הייזער אין קאנגרעס מערץ 3, דאס איז גענוי צוויי וואכן פאר די בחירות, עס שפילט זייער גוט פאר ביבי, די סיבה פון די אפשטופען האט הייינט זשאן בעינער געזאגט איז ווייל ביבי האט געבעטן, ווייל דעמאלטס קומט ער עניוועי קיין אמעריקא צו רעדן ביי די וועידת איפא"ק, אויך זאגט ער אז עס האט מיט די בחירות גארנישט נאר ער רופט עם רעדן לאור די מצב אין די וועלט מיט טעראר און אייסיס, און בנוגע די געשפרעכן מיט איראן, די לינקע אין מדינת ישראל קאכן און רעגן זיך נאך מער ווייל עס איז אזוי נאנט צו די וואלען,
אזוי אויך האט אובאמא היינט געמאלדען אז ער וועט זיך נישט טרעפן מיט ביבי, ווייל עס איז נישט איינגעפירט זיך צו טרעפן מיט א מנהיג פאר בחירות.
איזהו גיבור ?
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

נתניהו מאכט א חורבן אין די אמעריקאנע-ישראל רילעישאנשיפ, מען דארף נישט זיין קיין חכםצו כאפן אז דאס מאכט א חורבן, אלע זיינע קעגנער טענה'ן אז ער טוט דאס פשוט פאר זיין פריוואטע פאליטיק און ער איז גרייט צו סאבאטאזשן די בטחון פון מ"י. דא האט איר פאקס ניוז:[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=eHWbqwh4PB0[/youtube]



איז ער טאקע אזא לאו לייף?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

Israel wants to wipe Iran of the face of the earth! Fox news quote (3:35) !

:P
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

קאנטרעוועסיאלער דזשערוזאלעם פאוסט קאלומניסטקע קעראליין גליק פארגעשלאגן א זיץ אין ליכוד.
http://www.haaretz.com/news/israel-elec ... 5/1.638787
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

עס איז נישט דא וואס צו זאגן אז די רעפובליקאנער האבן די עיקר שולד פון ריפען איינער קיין אמעריקא אפילו די פרעזידענט וויל נישט, אפילו זיי האבן די כח און די רעכט, נאר זיי ווילען ווייזען פאר אובאמא אז די וועסט אונז נישט איינטיילן וואס צו טון,
יעצט לגבי ביבי דארף מען דאס איינטיילן אין 2, איינס אז ער קומט אויפן פארלאנג פון א ספיקער אין די צייט וואס מטעם די פרעזידענט איז ער נישט וועלקאם,(אהן אריינצוגיין אין די סיבות פארוואס ער איז נישט וועלקאם), צוויי אז ער קומט ממש פאר ער האט בחירות און מאנכע קוקן דאס אהן ווי ער קומט קיין אמעריקא פאר זיין אייגענע אינערליכע פריוואטע אינטערעסן, און נישט פאר זיין לאנד אדער פאר א אנדערע לאנד,
יעצט לגבי די ערשטע חלק, שרייט ביבי אז די גאנצע וועלט ווייסט קלאר און האלט מיט ווי די לעצטע פאר יאר בין איך ביזי נאר מיט איין זאך "איראן איראן איראן" אז מען טאר זיי נישט נאכגעבן וכו' וכו', דאס האב איך גערעדט אין יו ען און דאס טריי איך צו איבערצייגן מיט וועם איך רעד נאר, יעצט אז קאנגרעס גרייט זיך צו דורך טון די נושא, יא צולייגן סאנקציעס אדער אראפ נעמען סאנקציעס, יא גלייבן איראן צו נישט, גיין שטרענגער צו איידעלער, וכו' וכו', און זיי רופען מיר רעדן ביי זיי, דאס הייסט מען געט מיר א געלענגנהייט צו זאגן וואס איך האב צו זאגן, טאר איך נישט אפזאגן און איך גיי נישט אפזאגן און איך דארף זיין א פערד צו אפזאגן אזא אפערטונעטי, און אויב איז דא אינערליכע ראבערייען צווישן קאנגרעס מיט די ווייט הויז איז עס נישט מיין געשעפט זיך אריינצומישן און זיי זאלן זיך אליינס א עצה געבן צווישן זיך, אבער איך טו וואס איך האלט אז עס גוט פאר מיין לאנד, ווי איך בין כרגע ראש ממשלה ביז מען שווערט נישט איין א צווייטע, און ביז דעמאלטס וועל איך טון אלעס וואס איך האלט אז עס איז גוט און קען אויפטון, און נישט שפעטער זאל קאנגרעס שרייען מיר האבן דיר גערופען צו הערן דיין זייט און די ביזט נישט געקומען,
יעצט דאס אז פונקט יעצט קומט אויך פאר בחירות איז זיין ריוח אויב וועט זיין פאפולעריקייט שטייגן אין מדינת ישראל דורך זיין דרשה, אבער דאס אוודאי נישט קיין סיבה אפצוזאגן, און פארשטייט זיך אז די לינקע אין מדינת ישראל שמעקט עס נישט, אבער זיי קענען קריצן מיט די ציין ווייל עס איז לעגעטימי צו געבן א ספיטש ווי מען וויל.
איזהו גיבור ?
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

אלי ישי וואס רוב סקרים גיבן עם נישט אריבערצוגיין די אחוז החסימה, באקומט מוראדיגע פרעשור פון מיכאל בן ארי פון עוצמה לישראל זיך צו פאראייניגן און לויפן אויף איין רשימה, מיכאל בן ארי איז די עקסטרעם רעכסטע פארטיי וואס איז דא, זיי גייען בדרך הרב מאיר כהנא הי"ד, און די פריעדיגע בחירות איז ער נישט אריבער די אחוז החסימה און יעצט איז זיין טשענסעס געטראסקעט אסאך מער ווייל די מינימום איז אסאך מער, סא אליינס ווייסט ער אז ער האט נישט קיין טשענס, אבער ער פלאנט עניוועי צו לויפן, יעצט ווען אלי ישי באקומט אויך ווייניג טשענסעס טרייעט ער צו לייגן פרעשור אויף עם צו גיין צוזאמען און אפשר אפילו נאך די וואלען זיך צוריק צוטיילן אין צוויי עקסטערע פארטייען נאר אויב לויפט מען צוזאמען האבן ביידע אסאך מער טשענסעס אריינצוגיין אין כנסת, די סקרים געבן זיי טאקע א שיינע פאר בענקלעך צוזאמען, און זיי נעמען צו בעיקר פון הבית היהודי,
דערווייל זענען זיי זיך נאכנישט דורכגעקומען זיי האבן צייט ביז דאנערשטיק די וואך, וואס איז די דעדליין אריינצוגעבן די ליסט.

די אראבישע פארטייען זענען זיך דורכגעקומען און זיי לויפן טאקע אויף איין גרויסע ליסט, מיט איין יוד אינעווייניג דוב חנין.
איזהו גיבור ?
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

גיבור האט געשריבן:עס איז נישט דא וואס צו זאגן אז די רעפובליקאנער האבן די עיקר שולד פון ריפען איינער קיין אמעריקא אפילו די פרעזידענט וויל נישט, אפילו זיי האבן די כח און די רעכט, נאר זיי ווילען ווייזען פאר אובאמא אז די וועסט אונז נישט איינטיילן וואס צו טון,
יעצט לגבי ביבי דארף מען דאס איינטיילן אין 2, איינס אז ער קומט אויפן פארלאנג פון א ספיקער אין די צייט וואס מטעם די פרעזידענט איז ער נישט וועלקאם,(אהן אריינצוגיין אין די סיבות פארוואס ער איז נישט וועלקאם), צוויי אז ער קומט ממש פאר ער האט בחירות און מאנכע קוקן דאס אהן ווי ער קומט קיין אמעריקא פאר זיין אייגענע אינערליכע פריוואטע אינטערעסן, און נישט פאר זיין לאנד אדער פאר א אנדערע לאנד,
יעצט לגבי די ערשטע חלק, שרייט ביבי אז די גאנצע וועלט ווייסט קלאר און האלט מיט ווי די לעצטע פאר יאר בין איך ביזי נאר מיט איין זאך "איראן איראן איראן" אז מען טאר זיי נישט נאכגעבן וכו' וכו', דאס האב איך גערעדט אין יו ען און דאס טריי איך צו איבערצייגן מיט וועם איך רעד נאר, יעצט אז קאנגרעס גרייט זיך צו דורך טון די נושא, יא צולייגן סאנקציעס אדער אראפ נעמען סאנקציעס, יא גלייבן איראן צו נישט, גיין שטרענגער צו איידעלער, וכו' וכו', און זיי רופען מיר רעדן ביי זיי, דאס הייסט מען געט מיר א געלענגנהייט צו זאגן וואס איך האב צו זאגן, טאר איך נישט אפזאגן און איך גיי נישט אפזאגן און איך דארף זיין א פערד צו אפזאגן אזא אפערטונעטי, און אויב איז דא אינערליכע ראבערייען צווישן קאנגרעס מיט די ווייט הויז איז עס נישט מיין געשעפט זיך אריינצומישן און זיי זאלן זיך אליינס א עצה געבן צווישן זיך, אבער איך טו וואס איך האלט אז עס גוט פאר מיין לאנד, ווי איך בין כרגע ראש ממשלה ביז מען שווערט נישט איין א צווייטע, און ביז דעמאלטס וועל איך טון אלעס וואס איך האלט אז עס איז גוט און קען אויפטון, און נישט שפעטער זאל קאנגרעס שרייען מיר האבן דיר גערופען צו הערן דיין זייט און די ביזט נישט געקומען,
יעצט דאס אז פונקט יעצט קומט אויך פאר בחירות איז זיין ריוח אויב וועט זיין פאפולעריקייט שטייגן אין מדינת ישראל דורך זיין דרשה, אבער דאס אוודאי נישט קיין סיבה אפצוזאגן, און פארשטייט זיך אז די לינקע אין מדינת ישראל שמעקט עס נישט, אבער זיי קענען קריצן מיט די ציין ווייל עס איז לעגעטימי צו געבן א ספיטש ווי מען וויל.

ער מאכט דאך חרוב די רילעישאנשיפ לויט אלע אנאלעזירער ( אפילו פאקס) איז יעדער האלט טאקע אז ער מאכט מער חרוב ווי די ריווח, איז פארוואס טוט ער דאס? קוקט ער נאר אויף זיך?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

חסיד, נישט געקוקט אויף דעם צי מיר ווילן מסכים זיין מיט נתניהו'ס אנטי-איראנער רעטאריק, איז ביי מיר נאנט צו הונדערט פראצענט אז נתניהו אליין מיינט עס ערנסט. ער לעבט באמת מיט דעם געפיל פון אחריות פאר זיין תפקיד, אויף ווי ווייט ס'ליגט אין זיינע הענט, און ער האלט אז ער קען נישט מאכן זייטיגע חשבונות ווען ס'קומט צו אזא גורל'דיגע פראגע ווי די עקזיסטענץ פונעם אידישן פאלק. גלייב מיר, מיט אלע טענות וואס כ'האב אויף אים, בין איך אים מעריץ. פארט א מנהיג ישראל!
פארשפארט