די מאראלישע און לעגאלע אומרעכט אין מדינת ישראל'ס אקופאציע

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך בין מסכים אז עס קומען פאר אסאך אומרעכטן, אויב נישט אין דער עצם כיבוש איז זיכער אין די וועג וויאזוי מדינת ישראל באהאנדעלט זיך מיט די ארטיגע אראבער. שטעלטס אייך נאר פאר וויאזוי די מדינה האנדלט אוממענטשליך מיט די ערליכע אידען ברכיים אשר לא כרעו לבעל כמבואר אין דער איד יעדער וואך און דאפעלטסט דאס צען מאל וועט איר זיך פארשטעלן וויאזוי זיי האנדלן מיט אראבער. עס איז אבער צום באדויערן אז כדי דאס מחזק זיין ברענגט קאפקע אזוינע פאלעסטינער פראפאגאנדע וואס האט מיטן אמת גאנץ ווייניג. אויב ווילסטו טאקע מען זאל זיך רעכענען מיט פאקטן און נישט פון פראפאגאנגע, דאן ברענג שכלדיגע מקורות נישט סתם פראפאגאנדע פון צווייטער צד.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אפילו מען וועט אננעמען אז עס איז יא דא א גרויסע פראצענט זעלבסטמערדער לאמיר זאגן פיפצן פראצענט, דארף מען זיך נאכאלץ זעצן איבערלערנען לעיקוואד'ס שיעורים אויף ראסיזים, איז עס רעכט צי באשטראפן א גאנץ פאלק ציריקהלטן די מינימאלי רעכטן וואס קימט זיך פאר א פאלק צוליב אזעלכע טענות?
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:אפילו מען וועט אננעמען אז עס איז יא דא א גרויסע פראצענט זעלבסטמערדער לאמיר זאגן פיפצן פראצענט, דארף מען זיך נאכאלץ זעצן איבערלערנען לעיקוואד'ס שיעורים אויף ראסיזים, איז עס רעכט צי באשטראפן א גאנץ פאלק ציריקהלטן די מינימאלי רעכטן וואס קימט זיך פאר א פאלק צוליב אזעלכע טענות?

פונקטליכער 0.0033% פון די איצטיגע פאלעסטינער באפעלקערונג, אויב רעכנט מען יעדע זעלבסטמארד טעראר אטאקע אין די היסטאריע פון די ציוניסטישע-פאלעסטינער קאנפליקט.
פארשטייט זיך אז עס איז נישט אויסגעהאלטן ווייל די לעצטע עטליכע יאר איז דאכט זיך נישט געווען אפילו איין זעלבסטמארד אטאקע.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אלעס פיין און וואויל אויב די סיבה פונעם מספר וואלט געווען אדאנק די שוואכע דעטערמינאציע פון די פאלעסטינער, אבער באמת איז דאס צו פארדאנקן די געניטע ארבייט פון צבא הגנה לישראל וועלכע האבן (נעבעך) די בעסטע עקספיריענס אין די וועלט ווי אזוי צו היטן דאס פאלק פון אלעם בייזן.

פוק חזי ביוטיוב ווי אזוי מ'לערנט אויס קליינע קינדער אין די זומער-קעמפס צו האסן די מערב וועלט, צו זיין שאהידן, מארטירער, במקום קאלארוואר.

קוקט אריין אין זייערע טעקסט ביכער פון די שולעס אפילו די גאר קליינע! איז פארהאן אזעלכע עקזאמפלארן ווי; "אויב האסטו צען אידן און דו מערדערסט פינעף וויפיל בלייבט איבער .. וויפיל מאמעס דרוקן אויס פרייד אז זיי האבן די זכייה מקריב זיין זייערע באליבטע.

ווער איז געטאנצן אין די גאסן סעפטעמבער דעם עלעפטן..ווער טיילט צוקערליך אין די גאסן יעדעס מאהל אומשולדיגע אידן ווערן דערמארדעט.

פרעגט נאר דעם גרינעם פרינץ וואס ער האט צו פארציילן וועגן זיינע פאלעסטינער קרובים.

אלעס אלעס איז פארשטענדליך! פארוואס? ווייל זייערע זיידעס זענען פארטריבן געווארן פון זייערע היימען און זיי האבן נישט קיין שטים רעכטען? אזוי גאר.... די פאלעסטינער פון סיריע, לבנון, ירדן האבן אויך נישט קיין שטים רעכטן, נישט זיי נישט די קינדער נישט די אייניקלעך. זיי זענען אין אן ערגערן צושטאנד ווי זייערע ברידער אינעם מערב ברעג. און ס'איז שא שטיל..

איך געדענק שוין נישט פון וועמען כ'האב דאס געהערט, די פאלעסטינער זענען פראפעסיאנאלע, ברענד נעים פליטים, און פלאנען צו בלייבן פליטים עד שתוכלו כל הנשמות מן הכיס. די אראבישע וועלט וויל דאס אויך, בלויז צו האלטן זייער אגענדע לעבעדיג, ווען זיי ווילן ווען באמת וואלטן זיי געקענט פותר זיין דעם פליטים פראבלעם כהרף עין. קאם אן!! געט עי לייף! הערט אויף בלעימן, פאנג אן בויען! אין יעדע לאנד אין די וועלט כמעט, זענען געטון געווארן אומרעכטן צו געוויסע מינאריטעטן. 70 יאר איז גענוג צייט פאר קלאג.

נ.ב. כ'האב נישט געוואוסט אין אנהייב פונעם ארטיקל אז ס'גייט זיך אזוי ענדיגן, דאס בלוט איז מיר פשוט אריין אין פענע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאטי: דו ביסט גערעכט. ס'איז אבער דא געוויסע מענער און פרויען וועלכע קומען אפילו דא אין קאווע שטיבל. זיי זענען זייער אינטעליגענט. זיי זענען גרויסע עקספערטן אין סטאטיסטיקס. זיי קענען אלעס ערקלערן מיט פונקטליכע ציפערן און טשארטס. זייער הארץ בלוטיגט אויף דעם נאציאנאלן אומגליק (נאקבא) פון די גרעסטע און ברוטאלסטע אכזריות'דיגע מערדערס פון אונזער עפאכע. זיי צונעמן אלעס מיט אזא פאטאלאגישער קאלטקייט כאילו מ'רעדט דא פון צושניידן אראנדזשעס אדער עפל.
איך בין נייגעריג אויב די זעלבע מערדערס און רוצחים וואלטן געהרג'עט און פארוואונדעט און פארקריפלט מענטשן פון זייער אייגענע משפחה ווי עלטערן, געשוויסטער אדער קינדער. אויב זיי וואלטן אויך איבערגעגעבן די סטאטיסטישע נומערן מיט די זעלבע מאס פאטאלאגישע קאלטקייט...?...!
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

מ'קען נישט זאגען אז רוב מוסלעמענער זענען טעראריסטען, אבער דאס איז קלאהר אז רוב טעראריסטען זענען מוסעלמענער!
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

Kool man האט געשריבן:מ'קען נישט זאגען אז רוב מוסלעמענער זענען טעראריסטען, אבער דאס איז קלאהר אז רוב טעראריסטען זענען מוסעלמענער!

קרעדיט: מיכאל בן ארי!
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

We were racists. We admired the Nazis. We were immersed in reading Nazi literature and books that were the source of the Nazi spirit. We were the first who thought of a translation of Mein Kampf. Anyone who lived in Damascus at that time was witness to the Arab inclination toward Nazism.

( Sami al-Jundi)
Member of the Regional Command of the Syrian Regional Branch.

Michel Aflaq
a founder of the Ba'athist philosophy admired Hitler and the Nazis for standing up to Britain and America. This admiration would combine aspects of Nazism into Ba'athism.

(Michel Alaq was the Secretary General of the National Command of the Iraq-based Ba'ath Party.)


Adolf Hitler met with Haj Amin al-Husseini (The Mufti of Jerusalem) on 28 November 1941.

The official German notes of that meeting contain numerous references to combatting Jews both inside and outside Europe.

The following excerpts from that meeting are statements from Hitler to the Mufti:
-----------------------

Germany stood for uncompromising war against the Jews.

That naturally included active opposition to the Jewish national home in Palestine, which was nothing other than a center, in the form of a state, for the exercise of destructive influence by Jewish interests. ...

This was the decisive struggle; on the political plane, it presented itself in the main as a conflict between Germany and England, but ideologically it was a battle between National Socialism and the Jews.

It went without saying that Germany would furnish positive and practical aid to the Arabs involved in the same struggle, because platonic promises were useless in a war for survival or destruction in which the Jews were able to mobilize all of England's power for their ends....the Fuhrer would on his own give the Arab world the assurance that its hour of liberation had arrived.

Germany's objective would then be solely the destruction of the Jewish element residing in the Arab sphere under the protection of British power.

In that hour the Mufti would be the most authoritative spokesman for the Arab world. It would then be his task to set off the Arab operations, which he had secretly prepared.

When that time had come, Germany could also be indifferent to French reaction to such a declaration.
אויסצוגן פון וויקיפידיע:

וואס איך נעם ארויס פון די געשריבענעם; יא די אראבער האבן געהאט א פראבלעם מיט אידישע קלאניאליזם, ווי ישראל האלט און איין ארויסברענגן, אבער נאך א גרעסערן פראבלעם מיטן אידישע פראגע בכלל, צו זאגן אז וואס די אידן האבן אנגעווערטשאפט 50 60 יאר צוריק, גערעכט צו אומגערעכט זאל זיין א שכל'דיגע הסבר אויף די שנאה און הריגות וואס גייט פאהר היינט צוטאגס 2015 איז אין מיינע אויגן לעכערליך!
ס'איז דא אומצאליגע מינאריטעטן וואס זענען דורכגעגאנגן עטנישע רייניגונג דורך שכנית'דיגע לענדער, ס'האט אבער נישט געברענגט א מסורה פון שנאה וואס שפרייט זיך אויס גלאבאל אויפן גאנצן כדור הארץ מדור לדור.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אין א קריג וואו דייטשלאנד האט געהרגט זעקס מיליאן אידן, ציגאנער און פילע אנדערע מיט די הילף (למחצה לשליש ולרביע) פון די פאלאקן ליטווינער אוקראינער וכו' ברענגסטו מיר ציטאטן פון אראבישע קאמאנדירן צו וואס, וואס זעען א פאליטישער געין אין מיטשטיין מיט די נאציס קעגן די ענגלענדער וואס האבן דאן געהערשט אויף יענע לענדער, נו וואס זאל איך טון????
וואו זענען די קאנצענטראציע און מארד לאגערן פון די אראבישע פירער?
אויך וואונדער איך זיך וויאזוי די ענגלענדער פארמישט אין א טויט און לעבן קריג מיט נאצי דייטשלאנד האט נישט געמאכט איר ערשטע פריאריטעט צו ארעסטירן און הענגען ''די וויכטיגסטע ספאוקסמאן פון די אראבישע וועלט'', (אויך נישט געוואוסט אז די גאנצע מיטל מזרח איז גאר געווען א טעאקראטיע אין די ניינצן פערציגער! מיט עפעס א רעליגיעזע פירער פון א קליין שטיק לאנד באפעלקערט מיט קוים א מיליאן פלוס אראבער אלס זייער כאליף).


(איך וואונדער זיך טיילמאל אויב איינער האט פילייכט געהיידזשעקט דיין ניק).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ס'קוקט מיר נישט אויס ווי דו האסט דורכגעליינט די אויסצוגן. אדער אפשר בלויז געטראפן דאס וואס דו האסט געוואלט טרעפן. איך לייקן נישט אז די אראבער האבן געזען האפענונג אין נאציזם ווי א עק צו זייערע צרות, אבער דאס איז נישט די איינציגע זאך וואס זיי האבן געזען אין איר, עכ"פ לויט די אויסצוגן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

ישראל קאפקע האט געשריבן:אין א קריג וואו דייטשלאנד האט געהרגט זעקס מיליאן אידן, ציגאנער און פילע אנדערע מיט די הילף (למחצה לשליש ולרביע) פון די פאלאקן ליטווינער אוקראינער וכו' ברענגסטו מיר ציטאטן פון אראבישע קאמאנדירן צו וואס, וואס זעען א פאליטישער געין אין מיטשטיין מיט די נאציס קעגן די ענגלענדער וואס האבן דאן געהערשט אויף יענע לענדער, נו וואס זאל איך טון????
וואו זענען די קאנצענטראציע און מארד לאגערן פון די אראבישע פירער?
אויך וואונדער איך זיך וויאזוי די ענגלענדער פארמישט אין א טויט און לעבן קריג מיט נאצי דייטשלאנד האט נישט געמאכט איר ערשטע פריאריטעט צו ארעסטירן און הענגען ''די וויכטיגסטע ספאוקסמאן פון די אראבישע וועלט'', (אויך נישט געוואוסט אז די גאנצע מיטל מזרח איז גאר געווען א טעאקראטיע אין די ניינצן פערציגער! מיט עפעס א רעליגיעזע פירער פון א קליין שטיק לאנד באפעלקערט מיט קוים א מיליאן פלוס אראבער אלס זייער כאליף).


(איך וואונדער זיך טיילמאל אויב איינער האט פילייכט געהיידזשעקט דיין ניק).

אינעם נייעם איבערגעדרוקטן ספר מן המיצר מיט הוספות, ווערט געברענגט אז ר' מיכאל בער איז תיכף נאכן קריג געגאנגען איבערגעבן א עדות אין ענגלישן אמבעסאדע אקעגן דעם מופטי פון ירושלים, אז ער האט געהערט פון וויסליצעני (כ'זאג עס גוט?) אז דער פיינעל דעסיזשען אז מארד זאל ווירקליך זיין דער ענטפער צו דעם יידן פראגע, אז געקומען נאכדעם וואס דער מופטי פון ירושלים איז געקומען פערזענליך צו פליען קיין בערלין און משכנע געווען היטלער אז עטנישע מארד איז די בעסטע סאולושן, טענהנדיג אז ביי זיי האט מען זיך אויך אזוי אויפגעפירט ווען טערקיי האט ביי די ערשטע וועלט מלחמה סוקסעספיל אויסגעהרג'עט די ארמענער.
למעשה ברענגען זיי דארט האט דער מופטי אויסגעמיטן ארעסט ווען ער האט זיך ארויסגעשמוגלט פון פראנקרייך קיין מצרים, ווי דארט האט ער באקומען אזיל רעכט אינטערן דעמאלטסדיגן אנטי מדינת ישראל גאמאל רעגירונג, ווי ער האט דארט אויסגעלעבט זיינע יארן ביז זיין פגירה.

בנוגע דיין קשיא אז די מוסלמענער האבן קיינמאל נישט געהאט קיין אידישע מאסן מארדן, האב איך שוין אמאל דא געשריבן, אז פאר די מלחמה האבן עקזיסטירט איבער צען מיליאן אייראפעאישע אידן. "מיט" אלע פאגראמען וואס זיי האבן מיטגעמאכט ביז דעמאלטס, בעת וואס אין די אראבישע לענדער, ווי אידן וואוינען שוין סאך לענגער, האבן נישט עקזיסטירט קיין גאנצע מיליאן אידן. והדבר אומר דרשוני, זעט אויס אז קיין האני האבן זיי דארט נישט געלעקט.

אבער די קאפיקע, אלס אראבישער ספאוקסמען איז נישט כדאי זאלסט דיך מטפל זיין מיט אזעלכע דברים של מה בכך, אנשטאט אדרעסירן די אישוס, זיך ענדערש אויף אפאר פרישע יו טוב קליפ אויפצוקלערן אונז נעבעכדיגע אומוואוסענדע אידן מיט די אמת'ע פאליסטאנער היסטאריע.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איך וויל מיך נישט אריין מישן אין די דיבאטע פון די גרויסע קעפ דא, וואס דעבעטארין דא העפטיג צו די אקופאציע איז לעגאל צו נישט.

לדעתי איז דאס א לעגאלע נושא, און מען דארף זיין באהאווענט אין אונטערנאציאנאלע געזעץ צו קענן אריין רעדן אין די נושא.

אבער א נקידה למחשבה:

תש''ח האבן די ענגלענדער אויפגעגעבן זייער מאנדאט אויף פאלאסטינא, און מדינות ישראל האט געכאפט די שטחים אינערהאלב די "קו ירוק" די גרינע ליניע, אין די גאנצע אונטערנאציאנאלע געמיינדע האבן דאס אנגעקוקט לעגאל, און האבן אנערקענט דאס לעגנטום פון דעם ניי וואס אויפגעקומענע לענדל, חוץ 12 אראבישע לענדער האבן דאס נישט אנערקענט.

תשי''ז האט מדינת ישראל איינגענומען דער סיני האלב-אינזעל, און די אונטערנאציאנאלע געמיינדע, אין שפיטץ פון די פאראייניגטע שטאטען האבן דאס בשאו''א נישט געוואלט אנערקענען, און מדינת ישראל איז געווען געצווינגען דאס ציריק אויפצוגעבן פאר מצרים.

תשכ''ז האט מדינת ישראל אטאקירט אירע שכינים, און די וועלט האט בארעכטיג די אינוואזיע, און מדנת ישראל האט אקופירט אלט-שטאט ירושלים און דעם מערב ברעג פון ירדן, עזה פון מצרים, און די גולן בערג פון סיריא, און דער אונטערנאציאנאלע געמיינדע האט עס נישט בארעכטיגט, און קיקט עס אן עד היום הזה אלס אומלעגעל.

פארוואס טאקע, פארשטיי איך נישט, למעשה האט מדינת ישראל איינגענומען די שטחים אין א מלחמה וואס זי האט געווינען, און דער סדר העולם איז: אז ווען א לאנד האלט מלחמה מיט א צווייטע לאנד, ווי למשל: עגלאנד מיט אירע אלאירטע האבן מלחמה געהאלטן מיט די אטאמאנישע אימפעריע און געווינען, האט זי אקיופירט אלע אירע שטחים, די זעלביגע אמעריקא ווען זי האט מילחמה געהאלטן מיט נאצי-דייטשלאנד און איר באזיגט, האט זי אויך אקיופירט דייטשלאנד און עסטרייך. דעריבער איז אומפארשטענדליך פארוואס איז דא אנדערש? פארוואס אנעקענט נישט די וועלט די אקיופאציע פון מדינת ישראל?

נאר ווי געזאגט עס איז א געזעצליכע נושא, און ווער עס קען נישט קיין אונטערנאציאנאלע געזעץ האט אין דעם נישט וואס אריין צו רעדן...... דער מציאות איז אבער, אז די גאנצע וועלט האלט אז די אקיופאציע פון מדינת ישראל אויף די שטחים וואס זי האט איינגענומען תשכ''ז איז אומלעגאל.....
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

די החחלטות פון די "אונטערנאציאנעלע געמיינדע" איז א פורים שפיל. אפשר קען די אונטערנאציאנעלע געמיינדע מארגן מחליט זיין אז דער שטח צווישן מיר און משכן איבער וועלכע מיר אמפערן זיך ארום שוין יארן לאנג באלאנגט פאר מיין שכן?
לדעתי איז אסאך מער גערעכט די אקופאציע פון 67' וואס איז, לכל הפחות לשיטתם, געווען זעלבסט שוץ, ווי די עצם כיבוש פון תש"ח. נאר וואס דען, אין תש"ח האבן די מערב וועלט לענדער נישט געהאלטן ביים זיך ספראווען מיט די אידישע פליטים, איז געווען אסאך געשמאקער אוועקצוטיילן א פרעמדער שטח פאר זיי. זאלן די אראבער און אידן זיך ארומקריגן צווישן זיך.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

עס איז היינט דא אינטערנאצינאלע געזעצן איבער אקופירן לאנד געוואונען אין קריג, געזעצן איבער וואס אן אקופירנדע מאכט מעג און מעג נישט טון, און התחייבות'ן וואס זי מוז טון, די זאכן זענען בינדענד פאר יעדע לאנד (איראק - קואוועיט), אויך איז דא אנדערע טריטיס פאקטן און געזעצן וואס די לענדער וואס האבן אונטערגעשריבן מוזן אויספירן.

די יו.ען. טוט זיך נישט פארלייגן דווקא אויף מ.י. צוליב די אראבער, אנטיסעמיטיזם, ראסיזם, וכו', נאר ווייל מ.י. פארלעצט די געזעצן אויף א גרויסן פארנעם, און פאר די לעצטע פופציג יאר.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Interna ... ettlements

אנעקסירן לאנד איינגענומען אין קריג איז איין פארלעצונג, אבער צוליב דעם פאקט אז מיט די פאלעסטינער אין מ.י. זעלבסט זענען די פאלעסטינער א פשוטע מאיאריטעט, (אקעי, וויאזוי הייסט ער נאר טענהט אז די פאלעסטינער זענען איבערגעשאצט מיט עטליכע הונדערט טויזנט, אבער זיי זענען גאר נאנט צו האלב 47%-49% זיכער) אין לאנד קען מ.י. נישט אנעקסירן, אבער דאס איז גורם צו פיל מער פארלעצונגען און שוועריגקייטן פאר די פאלעסטינער פון די אקופירטע שטחים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

ישראל קאפקע האט געשריבן:אויך וואונדער איך זיך וויאזוי די ענגלענדער פארמישט אין א טויט און לעבן קריג מיט נאצי דייטשלאנד האט נישט געמאכט איר ערשטע פריאריטעט צו ארעסטירן און הענגען ''די וויכטיגסטע ספאוקסמאן פון די אראבישע וועלט'', (אויך נישט געוואוסט אז די גאנצע מיטל מזרח איז גאר געווען א טעאקראטיע אין די ניינצן פערציגער! מיט עפעס א רעליגיעזע פירער פון א קליין שטיק לאנד באפעלקערט מיט קוים א מיליאן פלוס אראבער אלס זייער כאליף).


(איך וואונדער זיך טיילמאל אויב איינער האט פילייכט געהיידזשעקט דיין ניק).


איך מיין אז ס'וואלט שיין געווען ווען דו זאלסט אוועקלייגן די רעטאריק אין א זייט. צו מאכן יענעם פילן ווי "נאנסענס" (וואס דו האסט שוין כאטש צוויי מאל געטון קעגן דעם זעלבן ניק) איז העכסטנס א מיטל צו מאניפולירן דעם מיטשמועסער דורכ'ן דערנידערן יענעם. לדעתי קען עס נישט צוגעבן צום שמועס ;)

צום ענין, בנוגע דעם מופטי: מ'האט נישט געקענט ברענגען צום משפט עמיצן וואס האט בלויז געפרעדיגט, און ער האט גארנישט געטון בפועל. על-פי תורה איז פארהאן אזא באגריף ווי פאראורטיילן א מסית ומדיח, אבער אין דער אינטערנאציאנאלער געריכט נישט. דאס באפרייט אבער נישט דעם מענטש פונעם בלוט וואס ער האט אויף זיינע פינגער, און אויף ווי ווייט דער האלאקאסט האט מכריע געווען אין דער וועלט לטובת א אידישער מדינה, קענען זיך די פאלעסטינער נישט אינגאנצן באפרייען דערפון, מעשה תמ'עוואטע, ווי ס'האט נישט מיט זיי.

#האלאקאסט לייקענעריי א וויכטיגער קאמפאנענט אין דער אנטי-ציוניסטישער פראפאגאנדע.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

ישראל קאפקע האט געשריבן:עס איז היינט דא אינטערנאצינאלע געזעצן איבער אקופירן לאנד געוואונען אין קריג, געזעצן איבער וואס אן אקופירנדע מאכט מעג און מעג נישט טון, און התחייבות'ן וואס זי מוז טון, די זאכן זענען בינדענד פאר יעדע לאנד (איראק - קואוועיט), אויך איז דא אנדערע טריטיס פאקטן און געזעצן וואס די לענדער וואס האבן אונטערגעשריבן מוזן אויספירן.

די יו.ען. טוט זיך נישט פארלייגן דווקא אויף מ.י. צוליב די אראבער, אנטיסעמיטיזם, ראסיזם, וכו', נאר ווייל מ.י. פארלעצט די געזעצן אויף א גרויסן פארנעם, און פאר די לעצטע פופציג יאר.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Interna ... ettlements


ישראל טייערער, מ'קומט די גאנצע צייט צוריק צום זעלבן. ס'הייסט, וואס איז דער ציל?
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

איך האב נישט געוואלט דערנידערן דעם ניק, איך האלט אים אלס איינער פון די סאמע (3) קלוגסטע ניקס דא, (און איך האב אים שוין געזאגט דאס עטליכע מאל, ברבים און פריוואט).

אבער אין דעם ענין פון מ.י.-פאלעסטינער האלט ער אין איין קומען מיט זייטיגע אומררעלעוואנטע זאכן, וואס נישט נאר אז אלס אן יחיד אויף ק''ש איז שווער זיך צו פארהערן מיט א מאיאריטעט וואס זענען שטארק איבערגעצייגט אז מ.י. איז גערעכט, ברענגט ער קאפי פעיסט שטיקער פון די ברייטע פרא ציוניסטישע פרעסע, זאכן וואס זענען פיל מיט לאגישע לעכער אדער אינגאנצן אומרעלעוואנט,
און אלס דער קלוגער וואס איך קען אים, זאל ער דאך זיך באנוצן מיט לאדזשיל פעלעסיס נאכאנאנד, וואס איז מיר אוממעגליך נאכצולויפן אפילו אויב איך זאל זיצן און טייפן זעכצן שעה א טאג, האב איך אנשטאט דעם אים געגעבן אנצוהערן אז וואס דער סירישער אדער איראקער פאליטיקאנט האט געזאגט אין 1943 איז נישט נוגע צי מ.י. פארלעצט אינטערנאצינאלע געזעץ אין עיר דוד אין 2015, (גלייב מיר אז א צווייטן וואלט איך (טו איך) איגנארירט.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

גוט, יעצט קען איך שוין נישט רעדן אין זיין נאמען.

שווייגן קען אגב צונוצקומען אויך ווען מ'קומט אן צו א מבוי סתום.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

פלאוויוס האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:עס איז היינט דא אינטערנאצינאלע געזעצן איבער אקופירן לאנד געוואונען אין קריג, געזעצן איבער וואס אן אקופירנדע מאכט מעג און מעג נישט טון, און התחייבות'ן וואס זי מוז טון, די זאכן זענען בינדענד פאר יעדע לאנד (איראק - קואוועיט), אויך איז דא אנדערע טריטיס פאקטן און געזעצן וואס די לענדער וואס האבן אונטערגעשריבן מוזן אויספירן.

די יו.ען. טוט זיך נישט פארלייגן דווקא אויף מ.י. צוליב די אראבער, אנטיסעמיטיזם, ראסיזם, וכו', נאר ווייל מ.י. פארלעצט די געזעצן אויף א גרויסן פארנעם, און פאר די לעצטע פופציג יאר.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Interna ... ettlements


ישראל טייערער, מ'קומט די גאנצע צייט צוריק צום זעלבן. ס'הייסט, וואס איז דער ציל?

אז מען קומט צוריק צום שמועס איז דאס אליינס א ציל,

מופטי שמופטי, איך בין נישט דא אים צו פארטיידיגן, און מען רעדט נישט יעצט וועגן מ.י. ראלע אין די האלאקאוסט, מען רעדט (ווי יעדע קען זיך גרינג איבערצייגן, געב נאר א בליק אויפן קעפל פון דעם אשכול) וועגן לעגאלע און מאראלישע אומרעכט קעגן אכמאד ווהאטעווער אין שכם.

איך בין זייער באקוועם צו האלטן דעם שמועס קאנצענטרירט צום ענין פון וואס מען רעדט, אבער אנדערע ווארפן דווקא אריין די גאנצע מיטל מזרח, אנטיסעמיטיזם און די האלאקאוסט אין טעלער.

דערנאך פרעגט פלאוויוס פארוואס מען קומט צוריק צום זעלבן.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

גוט געזאגט ישראל! די טעמעס פון האלאקאסט, אנטיסעמיטיזם, מיטל-מזרח וכו' האבן נישט קיין שום שייכות צום ענין, חוץ ווען מ'קוקט פונעם אידישן-ציוניסטישן פערספעקטיוו (נאר וועמען גייט דען אן דער פערספעקטיוו?)

כ'האב הנאה אז דו האסט עס אזוי גוט ארויסגעברענגט! מיט דער סאמע אויפריכטיגקייט.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אינטערסאנט אז "וויקעפידיע" -- דער מקור פון מיין קאפי-פעסט -- רופט ער אן; "ברייטע ציוניסטישע פרעסע" ווען א רגע שפעטער ברענגט ער אליינס פון "וויקיפידיע" דאס פארלעצונג פון אינטערנאציאנאלער געזעץ.

בעצם האט ער אביסל פארדרייט די היערארכיע פונעם שמועס, מיין תגובה איז אינגאנצן נישט ארויף איבערן פונקט פון אינט. קריגס פארברעכן, (ס'איז געשריבן געווארן איידער די טעזע איז אנגעקומען צום שמועס) אויפן וויכוח צו די פאלעסטינער האבן א מאראלישער רעכט זיך אויפצופירן ווי זיי פירן זיך אויף היינט צוטאגס אויפן חשבון פון די אומרעכטן 60 יאר צוריק, אדער זענען זיי געטריבן פון פוסטע שנאת ישראל, וואס אויף דעם איז דער מופטי'ס הערצה צו נאציזם אין מיינע אויגן א נושא וואס איז יא אין פלאץ, אומאפהענגינג צו ס'איז א גערעכטע טענה.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

איך מיין אז איידער מ'גייט ווייטער אינעם דעבאטע דארף מען אראפלייגן גדרים, ווייל וואס ביי איינעם איז "פאקט" איז ביי א צווייטן "פאלעסטינער פראפאגענדע," און וויסע ווערסא. אלזא אויב איינער ברענגט א דעה צום טיש איז געוואונטשן אז מ'זאל זיך באציען בלויז צום עצם הטענה, אנע כאראקטעריזירן דעם טענה אדער טוען.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

נישט ריכטיג. (מאטי 8:42)
די שמועס איז איבער די אומרעכט פון מ.י. אקופאציע פון פאלעסטינער אין די אקופירטע געביטן.
נישט א בארעכטיגונג צו פאלעסטינער וויילענס (חוץ פראטעסטן און אנדערע לעגעטימע קעגנערשאפט צו אקופאציע).

יו.ען. רעזאלוציעס און אינטערנאצינאלע געזעץ איז טאקע דאס, אינטערנאצינאלע געזעץ און רעזעלוציעס פון די יונייטיד נעישנס, נישט קיין פראפאגאנדע.

וואס סירישע איראקער אדער דער מופטי וכו האבן געזאגט זעכציג יאר צוריק איז נישט נוגע צום שמועס, און דעם ארטיקל ציטירט אויף וויקיפעדיע איז אן ארטיקל געשריבן דורך א פרא ציוניסטישע אפעראטיוו.
פארשפארט