ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
אויף אינטערנעט זעט מען א שלאף צימער. (ראבינאוויטש)
היינט האב איך אנגעטראפן ראבינאוויטש און איך זע וואו ער לויפט ארום האסטיג טיילן קונטרסים, פרעג איך אים: האסט דאך שוין לעצטנס געטיילט קונטרסים וואס איז דאס נאכאמאל? זאגט ער מיר, יעצט איז עס מורחב און אביסל מוגה. פרעג אים מיט וואס, מיט נייע דזשאקס? זאגט ער מיר יא. פרעג איך אים: אין די מהודרא האסטו שוין אריינגעלייגט מראה מקומות, אדער עס שטייט נאך אלעס פון דיר? זאגט ער מיר: נאר אינטערענט מעג מען שרייבן אן הסכמה, איך מעג אויך שרייבן אן א הסכמה!. #היפקאריטיע.
פרעג איך אים: זאג מיר די אמת, צו ווייסטו וואס אינערנעט איז? האסטו עס שוין אמאל געשפירט אדער געזען? פרעג ער מיר: זאג, ווען די רעביזיכרונעליבראכע האט געהאקט קעגן טעלעוויזיע האט ער דאס געזען? זאג איך אים: העכסט זיכער אז מען האט פונקטליך ערקלערט וואס טעלעוויזיע איז, זאגט ער: עה! די רבי האט נישט געוויסט, זאג איך: דו האלסט די רבי איז געווען א בהמה? געהאקט אויף עפעס אן וויסן מה זה ועל זה? פרעג איך אים וואס איז דאס אינטרענעט: זאגט ער מען זעט דארט שלאף צימער'ס, זאג איך אים: איך האב נאכקיינמאל נישט געזען קיין שלאף צימער אויף אינטערנעט. און איך לייג צו: מען דארף נישט זיין א גרויסע חכם צו וויסן וואס אינטרנט איז, בבחינת הכל יודעים כלה למה נכנסת לחופה, אבער דו ווייסט אדער נישט? וואס הייסט די רבי האט אויך נישט געוויסט!.. תמצית היוצא: היפקאריטיע, שטותים, וואסער מעלעריי, באבקעס, געהאקט ארבעס אין וואנט אריין.
פרעג איך אים: זאג מיר די אמת, צו ווייסטו וואס אינערנעט איז? האסטו עס שוין אמאל געשפירט אדער געזען? פרעג ער מיר: זאג, ווען די רעביזיכרונעליבראכע האט געהאקט קעגן טעלעוויזיע האט ער דאס געזען? זאג איך אים: העכסט זיכער אז מען האט פונקטליך ערקלערט וואס טעלעוויזיע איז, זאגט ער: עה! די רבי האט נישט געוויסט, זאג איך: דו האלסט די רבי איז געווען א בהמה? געהאקט אויף עפעס אן וויסן מה זה ועל זה? פרעג איך אים וואס איז דאס אינטרענעט: זאגט ער מען זעט דארט שלאף צימער'ס, זאג איך אים: איך האב נאכקיינמאל נישט געזען קיין שלאף צימער אויף אינטערנעט. און איך לייג צו: מען דארף נישט זיין א גרויסע חכם צו וויסן וואס אינטרנט איז, בבחינת הכל יודעים כלה למה נכנסת לחופה, אבער דו ווייסט אדער נישט? וואס הייסט די רבי האט אויך נישט געוויסט!.. תמצית היוצא: היפקאריטיע, שטותים, וואסער מעלעריי, באבקעס, געהאקט ארבעס אין וואנט אריין.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
אוי האט ער מיר געמאכט א ''יומא דחייכא רבי''שטייענדיג אין סאטמאר הער איך ווי ער שרייעט אז דא הערט ער א מיטעל יעריגן יונגערמאן מיט א ברייטען ריזען קאפעלוטש דרשנ'ט אין א קיפקע אויף רב שטערנבוך,- שטערנ''קוק'' אסור להסתכל... פוי.., תא'י איז דאך סתם א ציוני..ת'א איז א חופר שיכין ומערות.., ר' חיים קאניעווסקי יא פיין ער קען טאקע לערנען. אבער עס גייט דאך צום קליפת הציונות..., אין ער ברענגט נאך א מעשה פין רבינו הק' אז אין תשי''ז האט די רעבי געזאגט אויף די פרומע אגודה גדולים וכו..נו פיין מורא'דיגע פראבלעמן., אבער דער בעל הקיפקע אויף זיין פאוין קיקט ער אויף ''נאקעטע ציונים'' דאס איז נישט קיין פראבלעם.... ! הא..!?
שמן זית האט געשריבן:הער איך אז מ'האט אים ארויסגעטראגן פון גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל ווען ער האט זיך צושריגען אז "איין מאל קוקן אויף די אונטערנעט, איז ערגער פון טאנצן אויף טויזענט עטרת מאיר צבי חתונות"!!!....
#דברים כדרבונות..
ער האט געזאגט דארט אז די רבי באדערט 1 בלעקבערי מער ווי 1,000 מאיר צבי חתונות... [ פארשטייט זיך איינע פון זיינע דזאויק'ס..]
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
פרייוויליג האט געשריבן:אבטולמוס האט געשריבן:כ'וואלט נישט געווארן שאקירט אז נישט נאר ווייסט ער וואס אינטערנעט איז, נאר אז נאכ'ן לייענען דיין קאמענטאר דא אויף קאווע שטיבל, פרובירט ער זיך צו דערמאנען ווער דו ביסט.
איך וואלט דיר אויך געגעבן א לייק ווען איך וואלט פארשטאנען וואס דו זאגסט, אפשר ריפרעסטו דיין פראזע? א דאנק.
ראובן זאגט בלשון נקיה אז דער אנשיקעניש ראבינאוויטש ווייסט גוט וואס פארן (מיט א קמץ) איז ,נאר עס קומט עם אויס עסער צו שפילן דעם שפיל אזוי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
אבטולמוס האט געשריבן:כ'וואלט נישט געווארן שאקירט אז נישט נאר ווייסט ער וואס אינטערנעט איז, נאר אז נאכ'ן לייענען דיין קאמענטאר דא אויף קאווע שטיבל, פרובירט ער זיך צו דערמאנען ווער דו ביסט.
איי וועסטו פרעגן וואסי שלעכט. על איך דיר זאגן אז דער רבי פון וועם ער רעדט האט נישט געקוקט קיין טעלעוויזיע אבער קיינמאל. און רבי מיכעלע מנתני לרפו"ש וואס האט אנגעפירט די מערכה אקעגן טעלעווישאנס האט אויך קיינמאל נישט געקוקוט. אמת פארקויפט זיך. זיך נעריש מאכן אין ביהמ"ד מיט שיינע מעשה'לעך מסתמא נישט ווייל סארקאזם איז א סארט שקר און לצנות קען א לץ בעסער ווי אים. א חוץ אז די זאגסט מיר אז כבין נישט גערעכט.נו וואס זאגט איר ראבינאוויטש. כמיין וואס טוט ער א גאנצן טאג
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום shem-tov, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
א איד האט געשריבן:איך הער אז ער גייט יעצט ארום אין אפערט פאר ווער עס איז עם מברר עפ״י הלכה אז ראיות אסורת איז מותר לצורך פרנסה גיט ער הונדערט טויזנט דאללער.
רבותי א גרינגן דאללער, זייטס מברר און ער שיקט ענק אריין דעם טשעק.
זאל אים איינער פרעגן פארוואס סאטמאר רב האט געלאזט גיין ארבעטען און מאנהעטען, דאס איז זיכער אז די ערגסטע וואס מ'האט געקענט דעמאלטס זעהן איז געווען אויף די מאנהעטענע גאסן, זאל מעו זיצען אינדערהיים ארעם און נישט ח"ו נכשל ווערן
ער קען שרייבען ביז מארגען, א תירוץ איז נישטא, אויב פאר ראיות אסורות מוז מען אויפגעבן א פרנסה טאר מען נישט ארבעטען און מאנהעטען, וואס ער קען יא טוען איז ער קען שרייבען וועגן דעם לאנג ווי די גלות ביז די וועסט מיינען אז ס'איז שוין פארענטפערט, אדער קען מען נעמען די געאייגענסטע מהלך אז די רבי האט טאקע נישט געלאזט ארבעטען און מאנהעטען, איי גאנץ סאטמאר האט געארבעט דארט? זיי האבן טאקע נישט געפאלגט דעם רבין. נו אויב אזוי זאגט אים אז איך דארף דאן אויך נישט פאלגען.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 819
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
- האט שוין געלייקט: 434 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל
ער שרייבט אז די רעבע האט נאר געלאזט גיין אין מאנהעטען אזעלעכע אידן וואס ער האט געוויסט קלאר אז זיי קענען זיך גובר זיין אויף הסתכלות, אבער אזא איינער וואס ער האט געוויסט אז ער וועט סוף כל סוף דורכפאלן (אפילו מיט איין) הסתכלות האט ער בשום אין אופן נישט געלאזט גיין.
גיי פרעג אים אפ.
גיי פרעג אים אפ.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו האט געשריבן:ער שרייבט אז די רעבע האט נאר געלאזט גיין אין מאנהעטען אזעלעכע אידן וואס ער האט געוויסט קלאר אז זיי קענען זיך גובר זיין אויף הסתכלות, אבער אזא איינער וואס ער האט געוויסט אז ער וועט סוף כל סוף דורכפאלן (אפילו מיט איין) הסתכלות האט ער בשום אין אופן נישט געלאזט גיין.
גיי פרעג אים אפ.
נו האב איך נישט געוואוסט אז ער וועט זאגן אז די רבי האט טאקע נישט געלאזט? די תירוץ דערויף איז זייער פשוט ער איז א שקרן ווייל יעדער האט געארבעט דארט.
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
קוקט אויס אז יעדער קען זיך גובר זיין, און באמת מוז טאקע זיין אזוי, ווי די גמרא זאגט שוין, אין הקב״ה בא בטרוניא עם בריותיו, איז ווען דער אויבערשטער ברענגט איינעם אריין אין א נסיון, מוז זיין אז דער באשעפער ווייסט אז דער מענטש קען עס ביישטיין.
ווי אויך קוקט אויס פון דעם אז די רבי זיכרוננעליוורוכע האט געהאט שטארקע קאנפידענט אין זיינע חסידים אז זיי וועלן נישט דורכפאלן די נסיונות.
ווי אויך קוקט אויס פון דעם אז די רבי זיכרוננעליוורוכע האט געהאט שטארקע קאנפידענט אין זיינע חסידים אז זיי וועלן נישט דורכפאלן די נסיונות.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
איך האב אמאל געהערט אז א יוד האט געפרעגט ביי כ"ק אדמו"ר מרחמסטריווקא שליט"א אויף א ענין וואס שטייט אין שו"ע אז "בעל נפש יחמיר" צו ער דארף אפהוטן אזא ענין,
צו ער גייט אריין בגדר בעל נפש,
האט די רבי געפרעגט ווי ארבעטסטו"
זאגט די יוד אין מאנהעטן, פרעגט די רבי ווי אזוי פארסטו אהין.
זאגט די יוד מיט די טרעין.
זאגט די רבי אויב אזוי ביסטו שוין פון לאנג נישט קיין בעל נפש
(כידוע האבן צדיקים געזאגט פאר איינער וואס האט געזאגט אז די ראיות אסורות שאטן איהם נישט "וויפיל ראיות אסורות האט ער געזען אז ס'שאט שוין נישט"
צו ער גייט אריין בגדר בעל נפש,
האט די רבי געפרעגט ווי ארבעטסטו"
זאגט די יוד אין מאנהעטן, פרעגט די רבי ווי אזוי פארסטו אהין.
זאגט די יוד מיט די טרעין.
זאגט די רבי אויב אזוי ביסטו שוין פון לאנג נישט קיין בעל נפש
(כידוע האבן צדיקים געזאגט פאר איינער וואס האט געזאגט אז די ראיות אסורות שאטן איהם נישט "וויפיל ראיות אסורות האט ער געזען אז ס'שאט שוין נישט"
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
לויט ווי עס זעט מיר אויס איז דער ראבינאוויטש א באַצאָלטע אַקטיאָר עס גייט אים באמת ווייניג אָהן וואס א סעלפאון דו האסט , ער וויל נישט זיין נאך א ירושלימער שנארער וואס שטויסט אויף טיהרן עלעף אזייגער ביינאכט האט ער זיך געמאכט א אייגענע פירמע פון מוחה זיין אויף סעלפאונס און אזעליכע תמימות׳דיגע אידן ווי ר׳ הערשל שרייבער וכודמה ווארפן אים אריין אפּאר טאללער
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius