chusid האט געשריבן:דאס זיך אפהיטן די אויגן איז לכאורה א סייג אז מ'זאל נישט צוקומען צו געפערליכע עבירות....יא? איז דע מאדערענע יודן און אלע סעקולארע מענטשן וואס קוקן איבעראל און געבן זעך אפילו די האנט... קומען זיי טאקע צו אזוי אפט לידי המעשה עבירה?
ניין.
אין די הקדמה צו דרך פקודך פרעגט ער פארוואס מ'איז נישט מקפיד אויף "אל תראה שיחה עם אשה"? אויף וואס ער שרייבט אז וויבאלד מ'איז רגיל צו רעדן מיט פרויען רייצט עס נישט אזוי אן.