berlbalaguleh האט געשריבן:מ'דארף זיי (די פראנצויזישע רעגירונג) געבן עפעס קרעדיט אז כאטש לכה"פ יעצט נעמען זיי אן דעם מצב ערנסט. און זיי שיקן שטארקע מיליטער וואך ביי אלע אידישע מוסדות. די שאלה איז נאר, ווילאנג דאס קען אנהאלטן. אויך. אויב זיי מיינען עס ערנסט צו טון עפעס צו טוישן דעם מצב, דארף מען ארויפלייגן שטארקע באגרעניצונגען אויף די צוווילדעוועטע מוסלמענער חיות טרף און אנטיסעמיטן, וועלכע די פראנצויזישע רעגירונג האט ביז היינט געלאזט טון ככל אשר תאוה נפשם הטמאה...נאר וואס וועלן יעצט זאגן די אלע דורשי רעה פונ'ם אידישן פאלק ווי די הייליגע ארגאניזאציע "נטרונא" און נטורי קרתא. אויך א געוויסע ניק דא אויף ק"ש...?...!
ווען איך האב געשריבן "אויך א געוויסע ניק דא אויף ק"ש", האב איך נישט דיך געמיינט. אבער בכל אופן. זייענדיג א איד און (איך האף אזוי) אן אייניקל פון אברהם, יצחק ויעקב, טוט מיר זייער שטארק וויי ווען איינער פון מיינע פאלקס מענטשן ווערט געטראפן, און באצאלט ח"ו מיט זיין לעבן. און נישט ווייל ער אדער זי איז געווען א שלעכטער מענטש. און ער האט געהאט א פערזענליכע קריגעריי מיט א צווייטן. נאר פשוט פאר דעם ווייל ער באלאנגט צו דעם זעלבן פאלק וואס איך. די תירוצים מעגן זיין וואס זיי זענען. ווייל דאמאלס מיינען זיי מיך, פונקט אזוי ווי יענעם. און דאס מערסטע טוט מיר וויי ווען איינע וואס איז אנגעבליך אויך א מעמבער פון דעם זעלבן פאלק טוט אייביג בארעכטיגן די מעשים פון די אויסגערופענע רוצחים און מערדער. און טוט אייביג, אינסטינקטיוו באשולדיגן די מענטשן פון זיין אייגן פאלק. אויסער דעם וואס איך, פערזענליך האב נישט צו שטארקע געפיהלן פון רחמנות אויף די פרעמדע וועלכע זענען לכאורה בא'עוולה'ט געווארן. ווייל זיי זענען זיך אליינס שולדיג אין זייער גורל. אויך. זיי קענען זיך העלפן צו טוישן זייער אומגליקליכן מצב. נאר זיי וועהלן ענדערש אויס דעם וועג פון בלוטדורשטיגע רציחה און מארד. און נאכדעם קומען זיי און וויינען ווי אומשולדיגע שעפעלעך...!