דראמאטישע משכונות קריזיס אין פאריז

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

הבהרה: אויפקלערונג. צו ישראל קאפקע

שליחה דורך berlbalaguleh »

berlbalaguleh האט געשריבן:מ'דארף זיי (די פראנצויזישע רעגירונג) געבן עפעס קרעדיט אז כאטש לכה"פ יעצט נעמען זיי אן דעם מצב ערנסט. און זיי שיקן שטארקע מיליטער וואך ביי אלע אידישע מוסדות. די שאלה איז נאר, ווילאנג דאס קען אנהאלטן. אויך. אויב זיי מיינען עס ערנסט צו טון עפעס צו טוישן דעם מצב, דארף מען ארויפלייגן שטארקע באגרעניצונגען אויף די צוווילדעוועטע מוסלמענער חיות טרף און אנטיסעמיטן, וועלכע די פראנצויזישע רעגירונג האט ביז היינט געלאזט טון ככל אשר תאוה נפשם הטמאה...נאר וואס וועלן יעצט זאגן די אלע דורשי רעה פונ'ם אידישן פאלק ווי די הייליגע ארגאניזאציע "נטרונא" און נטורי קרתא. אויך א געוויסע ניק דא אויף ק"ש...?...!

ווען איך האב געשריבן "אויך א געוויסע ניק דא אויף ק"ש", האב איך נישט דיך געמיינט. אבער בכל אופן. זייענדיג א איד און (איך האף אזוי) אן אייניקל פון אברהם, יצחק ויעקב, טוט מיר זייער שטארק וויי ווען איינער פון מיינע פאלקס מענטשן ווערט געטראפן, און באצאלט ח"ו מיט זיין לעבן. און נישט ווייל ער אדער זי איז געווען א שלעכטער מענטש. און ער האט געהאט א פערזענליכע קריגעריי מיט א צווייטן. נאר פשוט פאר דעם ווייל ער באלאנגט צו דעם זעלבן פאלק וואס איך. די תירוצים מעגן זיין וואס זיי זענען. ווייל דאמאלס מיינען זיי מיך, פונקט אזוי ווי יענעם. און דאס מערסטע טוט מיר וויי ווען איינע וואס איז אנגעבליך אויך א מעמבער פון דעם זעלבן פאלק טוט אייביג בארעכטיגן די מעשים פון די אויסגערופענע רוצחים און מערדער. און טוט אייביג, אינסטינקטיוו באשולדיגן די מענטשן פון זיין אייגן פאלק. אויסער דעם וואס איך, פערזענליך האב נישט צו שטארקע געפיהלן פון רחמנות אויף די פרעמדע וועלכע זענען לכאורה בא'עוולה'ט געווארן. ווייל זיי זענען זיך אליינס שולדיג אין זייער גורל. אויך. זיי קענען זיך העלפן צו טוישן זייער אומגליקליכן מצב. נאר זיי וועהלן ענדערש אויס דעם וועג פון בלוטדורשטיגע רציחה און מארד. און נאכדעם קומען זיי און וויינען ווי אומשולדיגע שעפעלעך...!
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

טשאלאנדזש צו ר' בערל, פון ציווישן מיינע 1109 תגובות...

שליחה דורך ישראל קאפקע »

טרעף מיר איין, וואו איך האב בארעכטיגט א טעראר אטאקע.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

גלייב מיר ר' בערעלינו איך פארשטיי אייך גאר גוט פארוואס איר פילט אזוי. איך האב נישט איינס און נישט צווי ווארענונגן אריינגעכאפט פון די הנהלה ווייל איך האב מיך פארמאסטן מיט יענע ניק הידוע וואס פאר סאם אינעקספלעיניבל ריזען גענוסט ער פון א גאר שטארקע פראטעקשן ביי די ראשי ק''ש.

ד''ה ,סאמהאו פארשטייען זיי אז ער האט א רעכט צו טראכטן און שרייבן ווי א פולשטענדיגע שווארצע מוסלימענער וויסטע אנטיסעמיט וואס וועט אייביג (אבער אייביג!) זיין אקעגן די אידישע פאלק'ס אינטערעסן ,אבער וועט מען גיבט עם צוריק אין די באקציינער ווערט מען גערודפט און געווארענט. ב''ה פאר אייך דער זקן החבורה האט מען מער דרך ארץ און מען אנטשולדיקט זיך אבער די מער פשוטי העם כאפן נאך קלעפ.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן: איך טו נאכאלץ דעבאטירן (מיט מיר אליינס) אויב איך זאלל ממשיך זיין דא אדער איבערלאזן. אפילו אויב איך וועל מחליט זיין איבערצולאזן דעם קאווע שטיבל, וועט עס אויך זיין בכובד ראש. און נישט באאיינפלוסט פון עמאציאנעלע געפילן פון באליידיגונג אדער כעס. ווייל ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס מ'שניידט אן ארטיקל מיט מיינע מיינונגען. ווער ס'איז נישט צופרידן מיט מיין אויסגעדרוקטע מיינונג (יהיה מי שיהיה), האט אייביג א ברירה צו שרייבן א קעגן תגובה אין וועלכע ער קען אויסדרוקן זיין אומצופרידנהייט אדער קריטיק אויף דעם געשריבענעם. אבער גיין און שניידן אדער גענצליך עלימינירן יענעם'ס אויסעדרוקטע מיינונג ווען ס'איז נישט אין קעגנזאץ פון די גרונט פארארדנונגען פון דעם פלאץ. ווי למשל שרייבן אפיקורסות אדער ניבול פה, ח"ו. וואס דאס איז א פליכט פון די הנהלה צו פארמעקן. נאכאמאל א יישר כח...!

ר' בערל זיסער, ידבר נא עבדך דבר באזני אדוני, ואל יחר אפך בעבדך.
מיר ווילן נישט פארלירן קיין מעמבער'ס פון אונזער שטיבל, און זיכער נישט אזא זיסע פיגור ווי ר' בערל באלעגאלע.
ערשטנס וויל איך אויסדרוקן מיין גילוי דעת אז איך האב געשניטן על דעת עצמי, נישט בשם די הנהלה, ממילא האט דער געשניידעכץ נישט געהאט צו טון מיט די תקנות השטיבל, אולי אפשר אפילו אנטקעגן.
אבער והשנית והוא העיקר, ס'איז נישט די סיבה אז מ'איז געווען אומצופרידן אקעגן אייער מיינונג. עס האט געשיינט פון אייערע ווערטער אז איר טשעפעט ספעציפיש א חשוב'ע ניק וואס האלט אנדערש ווי כבודו הרמה, און בנוסף לזה איז עס געווען א ענין וואס כבודו האט שוין איבערגעשריבן אן א שיעור מאל, פוק חזי אין יעדע צווייטע תגובה אייערע, און עס איז דאך שוין ידוע ומפורסם בין אנ"ש שיטתו הק', ס'נישט פשט אז איר האט מגלה געווען עפעס פריש און מען האט דאס פארמעקט, לא מני' ולא מקצתי', עס איז פשוט געווען אביסל נמאס און אביסל שטעכעדיג, האב איך געטראכט פאר א ווערטל צוריקצושטעכן, כ'האב נישט גע'חלומ'ט אז איר וועט זיך אזוי נעמען צום הארצן אזש האבן אזעלכע מחשבות זרות אינמיטן שובבי"ם ווי פארלאזן אונזער שטיבל.

אלזא איך וויל נאכאמאל איבערבעטן און אייך בארואיגן, נעמט אייך נישט צום הארצן, און לאמיר צוריקדרייען דעם אשכול צו די ריכטיגע רעלסן, והכל על מקומו יבא בשלום.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

כבוד ידידי וידיד בית ישראל ר' שמעקי ני''ו

הן אמת אז ר בערל שליט''א חזר'ט איבער זיין מיינונג אסאך מאל אבער יענער ניק טוהט דאס אויך אייביג ומאי חזי דדמא דידה סומק מדמא דידה?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

איך אויך האט געשריבן:גלייב מיר ר' בערעלינו איך פארשטיי אייך גאר גוט פארוואס איר פילט אזוי. איך האב נישט איינס און נישט צווי ווארענונגן אריינגעכאפט פון די הנהלה ווייל איך האב מיך פארמאסטן מיט יענע ניק הידוע וואס פאר סאם אינעקספלעיניבל ריזען גענוסט ער פון א גאר שטארקע פראטעקשן ביי די ראשי ק''ש.

ד''ה ,סאמהאו פארשטייען זיי אז ער האט א רעכט צו טראכטן און שרייבן ווי א פולשטענדיגע שווארצע מוסלימענער וויסטע אנטיסעמיט וואס וועט אייביג (אבער אייביג!) זיין אקעגן די אידישע פאלק'ס אינטערעסן ,אבער וועט מען גיבט עם צוריק אין די באקציינער ווערט מען גערודפט און געווארענט. ב''ה פאר אייך דער זקן החבורה האט מען מער דרך ארץ און מען אנטשולדיקט זיך אבער די מער פשוטי העם כאפן נאך קלעפ.

איך אויך האט געשריבן:כבוד ידידי וידיד בית ישראל ר' שמעקי ני''ו

הן אמת אז ר בערל שליט''א חזר'ט איבער זיין מיינונג אסאך מאל אבער יענער ניק טוהט דאס אויך אייביג ומאי חזי דדמא דידה סומק מדמא דידה?

הרב איך אויך פליז גיס נישט צו קיין "פייער" צו די "אויל" ווארט עד כי יעבור זעם ווען די געמיטער וועלן זיך ביסעלע בארואיגן נאכדעם וועסטו שרייבן דיין ווייטאג.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

שמעקעדיג האט געשריבן:אבער והשנית והוא העיקר, ס'איז נישט די סיבה אז מ'איז געווען אומצופרידן אקעגן אייער מיינונג. עס האט געשיינט פון אייערע ווערטער אז איר טשעפעט ספעציפיש א חשוב'ע ניק וואס האלט אנדערש ווי כבודו הרמה, און בנוסף לזה איז עס געווען א ענין וואס כבודו האט שוין איבערגעשריבן אן א שיעור מאל, פוק חזי אין יעדע צווייטע תגובה אייערע, און עס איז דאך שוין ידוע ומפורסם בין אנ"ש שיטתו הק', ס'נישט פשט אז איר האט מגלה געווען עפעס פריש און מען האט דאס פארמעקט, לא מני' ולא מקצתי', עס איז פשוט געווען אביסל נמאס און אביסל שטעכעדיג, האב איך געטראכט פאר א ווערטל צוריקצושטעכן, כ'האב נישט גע'חלומ'ט אז איר וועט זיך אזוי נעמען צום הארצן אזש האבן אזעלכע מחשבות זרות אינמיטן שובבי"ם ווי פארלאזן אונזער שטיבל.

אלזא איך וויל נאכאמאל איבערבעטן און אייך בארואיגן, נעמט אייך נישט צום הארצן, און לאמיר צוריקדרייען דעם אשכול צו די ריכטיגע רעלסן, והכל על מקומו יבא בשלום.

מיט'ן גאנצן רעספעקט פאר'ן גרינדער און מייסד פון העיר המעטירה קאווע שטעטל יע"א, וועלכער האט אויפגעשטעלט זיין ריינע שטעטעלע מיט שווייס און בלוט בדם לבבו הטהור, איז דאס זיך באנוצן מיט דעם גבאות קנעפל אויף צו שטעכן סיי וועלכן שרייבער א ריכטיגע מעילה בהקדש, אפגעזען אויב ס'איז א ווערטל אדער נישט, און אפגעזען אויב דער באטרעפנדער נעמט זיך צום הארצן אדער נישט.
אגב, דער ניק הידוע האט עפעס א שייכות מיט'ן חטא הידוע אדער ס'איז צוויי באזונדערע זאכן?
האדם לא נברא אלא להתענג
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

שמעקעדיג.
די גאנצע איידיע אז די קענסט בכלל מעקן איז מיר א חידוש און לדעתי נישט יושר'דיג אז א ניק וואס איז נישט קיין גבאי החודש, און נישט קיין גרינער וואס זיי שרייבן נישט קיין מיינונגען נאר רעזערווירן זייער ניק בלויז אויף אדמיניסטראטיווע פליכטן, זאל קענען רעדאגירן א צווייטנ'ס תגובה.

פון דיינע צען טויזענט תגובות גלייב איך נישט אז "איינס" האט שוין אמאל איינעם וויי געטוען, און קוק וואס די ביסל כח השררה קען פארדארבן א מענטש, געב עס אויף און פטור די קאפ וויי
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

שמעקעדיג איך זעה די שפיזן פליען דא פון אלע זייטן
ווילסט ארויסגיין מיט מיר היינט ביינאכט פאר א טשיל?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א דאנק פאר די איינלאדענונג, ס'איז מיר א כבוד..
הער אויס, מוטב שיכנס החץ בי, אז כ'האב געטון שריט מוז איך באצאלן פאר דעם.
כ'לעב און כ'לערן זיך. ואין אדם עומד וכו' אא"כ נכשל בה. ואין חכם כבר נסיון.
כ'האף דאס וועט נישט פאסירן נאכאמאל, און עס וועט מקויים ווערן ואת והב בסופה.

מען קען שוין טוישן קעפל, דראמאטישע קריזיס צווישן ק"ש ניקס....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

אדער צו דראמאטישע משכנתא אויף שמעקעדיג
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישראל קאפקע האט געשריבן:טרעף מיר איין, וואו איך האב בארעכטיגט א טעראר אטאקע.

ס'איז נישט קיין פראגע פון אפן בארעכטיגן א טעראר אטאקע. אבער די משמעות דערפון. (אויב איהר פארשטייט נישט וואס משמעות איז קען איך עס מסביר זיין אין ענגליש) איז א בארעכטיגונג. ספעציעל, ביי די פארלאפענע מלחמה דעם פארגאנגענעם זומער. וואו די פארשאלטענע אראבערס פון עזה האבן געהאלטן אין איין באשיסן די אידישע יישובים מיט ראקעטן. און ווען דאס מיליטער פון מדינת ישראל האט רעאגירט און צוריקגעשאסן, נאכך אויסערגעווייליכע אנשטרענגונגען נישט צו שעדיגן די ציווילע פאפעלקערונג. וואס בדרך אגב, גייען ארויס און טאנצן אין די גאסן פאר שמחה א יעדעס מאל ווען עס בארטעפט ח"ו אן אומגליק דאס אידישע פאלק.
אפשר איהר זענט אזוי אן עהרענסווערטער מענטש צו האבן רחמנות געפיהלן אויף אזעלכע וועלכע וואונטשן אייך נאר שלעכטס און פרייען זיך צו אייער צרה. איך בין נישט אויף די מדריגה.מיין הארץ צוגייט פאר רחמנות אויף אמת'דיגע אומשולדיגע מענטשן פון סיי וועלכן פאלק. אבער נישט פאר א טייל פון א מערדער פאלק. וועלכע האבן שוין ערמארד'עט צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער. און זיי האלטן נאכנישט ביי אפשטעלן זיך. ניין פאר אזאלכע ברואים האב איך נישט קיין טראפ רחמנות געפיהלן אין מיין הארץ. און איך האב אויך נישט ליעב די סימפאטיזירער מיט זיי.אויסער דעם פאקט אז איך האלט אז די אידישע סימפאטיזירער מיט די רוצחים האנדלען זייער נאריש. ווייל די גוי'אישע רוצחים זענען נישט מבחין צווישן די אידעאלאגיעס פון איין איד און דעם צווייטון. נאר זיי הרג'נען אלע אידן וואס זיי קענען. און זיי געבן נישט קיין שאנס פאר דעם נארישן איד צו ערקלערן זיין אידעאלאגיע...!

n.b.: The meaning of the word ...משמעות is...Inference...To understand something by inference...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:א דאנק פאר די איינלאדענונג, ס'איז מיר א כבוד..
הער אויס, מוטב שיכנס החץ בי, אז כ'האב געטון שריט מוז איך באצאלן פאר דעם.
כ'לעב און כ'לערן זיך. ואין אדם עומד וכו' אא"כ נכשל בה. ואין חכם כבר נסיון.
כ'האף דאס וועט נישט פאסירן נאכאמאל, און עס וועט מקויים ווערן ואת והב בסופה.

מען קען שוין טוישן קעפל, דראמאטישע קריזיס צווישן ק"ש ניקס....

שמעקעדיג: איך הייב שוין אן צו האבן רחמנות אויף דיר... :lol: ...דו כאפסט אריין ימין ושמאול תפרוצי...! איך מצדי בין דיר מוחל. און איך שריי אויס בשער בת רבים...מחול לך, מחול לך, מחול לך. אין כאן לא מחיקה ולא מחי-ה..!...אבל יש כאן סליחה ו---- וכפרה.... :lol:
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

ישראל קאפקע האט געשריבן:טרעף מיר איין, וואו איך האב בארעכטיגט א טעראר אטאקע.


מיר האלטן דיר נישט פאר אזא בהמה עס אפענערהייט צו בארעכטיגן, אבער האסט שוין יא דא אויפגעברענגט די ארגומענטן וואס די וואס בארעכטיגן עס נוצן, אזוי אז עס איז גאנץ בארעכטיגט מיין חשד און בערל'ס הנחה אז די האסט קיין פראבלעם מיט פאליסטאנער טעראר.
און בכלל אפשר זאגסטו וויפיל פון דיינע כמעט צוועלף הינדערט תגובות זענען געוואודמעט צו פארדאמען די אינטערנאציאנאל איינשטימיגע מאראלישע פארברעכנס וואס די "פאליסטאנער" פאלק איז באגאנגען קעגן עם ישראל?
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

ישראל קאפקע האט געשריבן:
אבער פארוואס זענען די ירדנישע קעניג און זיין רעביצין, די טערקישע פרעמיער און די פרעזידענט פון מאלי אויך געגאנגען?


טערקיי אלס אי יו מיטגלידער מאכט סענס, ירדן אפשר אלס קאנטער באלאנס צו נתניהו וואס האט פארנומען דעם אויבן אן.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

די פראנצויזישע ארמיי העלפט מאלי פייטען איסלאמיש טעראריסטן אין מאלי. זיי האבן דארט אסאך טרופן. מאלי איז געווען אונטער פראנצוישע קאנטראל ביז 1960
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
פארשפארט