וואס איך האב צו זאגען
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
וואס איך האב צו זאגען
געווענטליך געשעהט אזוי, איך מאך אויף קאווע שטיבל אויף מיין קאמפיאטער אדער טעלעפאון, קוק ארום אין די פארשידענע אשכולות אין די "אקטיווע אשכולות" טעב, קוק ארום אויב עפעס א קעפל כאפט מיר די אויג, ליין עס, און ווארף אריין מיינע פאר צענט אויב די נושא אינטרעסירט מיר און איך האב וואס צו זאגען. למעשה קען מען טענה'ן אז דאס איז א זייער נישט אפעקטיווער וועג פון שפילען דער שפיל, ווייל דאס באגרעניצט מיר צו די נושאים און נקודות וואס אנדערע האבען דא אריינגעלייגט. ווידער טאמער האב איך וואס צו זאגען סתם אזוי וואס זאל איך טוהן, מאכען אן אשכול וועגן דעם פאדערט שוין ארבעט געבן די גאנצע בעקגראונד און אלעס ארום אז מען זאל וויסען אויף וואס איך רעד און דאס בין איך שוין פויל. האב איך מחליט געווען בעקבות פארשידענע אנדערע דא אז איך וועל זיך מאכען אן אשכול מיוחד צו מיינע חידושים און געדאנקען דא, ווי איך וועל קענען אריינווארפען זאכען אפילו אז עס האט נישט קיין קאנטעקסט וואס א צווייטער האט געמאכט. וזה החלי.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ווער/וואס הייבט אן די שמועס
כדרכי, אז איך האב אנגעהויבען מיט אזא הקדמה, הייב איך שוין אן צו טראכטען וועגן דער הקדמה אליינס. אסאך מאל אפילו אז איך שרייב נאר דער דאטום פון ווי איך הייב אן א בריעף מיט אזא פתיחה לכבוד ידידי רעב סאו ענד סאו, פאנגט מיר שוין אן די מוח צו טראכטען וואס איז דאס דער ענין פון דער דאטום און פארוואס שרייבט מען די דאטום אנהייב בריעף און וואס איז דאס לכבוד און מיהו זה מלך הכבוד.
יעצט, צו רעדן טאקע פון דעם אליינס, וואס איז דאס דער תכונה וואס אנשטאטס טראכטען אויף די תכלית לכאורה פון וואס דער שמועס רעדט הייבט ער אן צו טראכטען פון דער שמועס אליינס און פון דעם אליינס. אויף א מער פילאזאפישע שפראך קען מען דאס רופען טראכטען די די מעטא פון יעדער זאך. די ווארט מעטא קומט פון די גריכיש ווארט וואס מיינט פשוט נאכדעם, וויבאלד דער מסדר פון כתבי אריסטו האט זיי מסדר געווען אין א סדר פון לערנען ווי קלאסען וואס מען לערנט מן הקל אל הכבד פון די הקדמות און אזוי ארויפבויען ווייטער, האט ער געמאכט א בוך פיזיק, און דערנאך מעטא-פיזיק, וואס מען דארף צו לערנען נאכדעם וואס מען האט ארויס די פיזיקס. שפעטער איז דער מעטא-פיזיקס געווארען אזא שם כולל אויך טראכטען א לעוועל טיפער און ברייטער, אזויווי דער יחס פון פיזיקס ביז מעטאפיזיקס. בשעת וואס פיזיקס איז זיך עוסק אין די תכלית, מסביר זיי די נאטור, גייט מעטאפיזיקס א לעוול שפעטער, אדער בעצם פריער, ווי אריסטו האט דאס גערופען די ערשטע פרינציפאלען, און האט פראבירט מסביר זיין וואס איז דאס א הסבר, און וואס מאכט אז די הסברים אויף די נאטור זאלן ארבעטן. איך מאך א הפסק בין ההודעות ליתן ריווח להתבונן.

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
באמת דארף מען דאס טאקע פארשטיין, וואס איז דאס ענין פון בכלל אנהויבן א שמועס, וואס וואלט געווען שלעכט אז מ'שמועסט סתם אזוי, אן מאכן עפעס אזא ספעציעלע אנהויב?
באמת קען טאקע זיין אז באמת וויל מען טאקע די שמועס אליין, נאר פשוט דאס אנהויבן איז דער געדאנק ווייל אן אנהויבן קען מען דאך נישט מאכן קיין שמועס. האט מען אזוי מתקן געווען אז מען זאל קודם אנהויבן נאכדעם זאל מען שמועסן.
איי, איז דאך גארנישט פארענטפערט, זאל מען טאקע מתקן זיין אז מען זאל שמועסן און מען זאל נישט דארפן אנהויבן. אפשר זאל מען גאר קודם צוטרעטן צום שמועס און נאכדעם אויב עס פעלט אויס קען מען שפעטער צולייגן אן אנהויב? אבער דאס איז שוין פשוט פארענטפערט, ווייל איינמאל מען שמועסט האט מען דאך שוין אויטאמאטיש אנגעהויבן, איז באמת וואלט מען טאקע נישט געדארפט דעם אנהויב, אבער איינמאל מען האט שוין יא געמאכט דעם אנהויב דארף מען שוין א סיבה דאס אוועקצונעמען. נאר דא ווערט ווידער שווער, אויב מיט'ן שמועסן הויבט מען שוין אויטאמאטיש אן, איז דאך פשט אז ס'איז איין זאך, דער שמועס און דער אנהויב, איז וואו איז בכלל חל דער אנהויב און וואו איז דער שמועס. יעדער שטיקל שמועס קען דאך ווערן באטראכט אלס א חלק פון דעם אנהויב, ווייל אן אנהויב איז נישטא קיין שמועס און אן א שמועס איז נישטא קיין אנהויב.
לויט דעם קען מען פרעגן א פארקערטער שאלה, וואס איז שלעכט סתם אנצוהויבן, ווער זאגט מ'דארף א גאנצער שמועס? וחוזר חלילה, הפך בה והפך בה דכולא בה.
(ואמר רבינו שבשיח הפילוסופי הלזו רמוזים כל סודות נטילת סמים).

האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ווער הייבט אן דער שמועס 2
צוריק צו ווי איך האב אנגעפאנגען, לאור דעם הייבט מען אן חוקר זיין וואס איז טאקע קודם צו וואס, פון איין זייט קוקט דער וואס טוהט וואס די וועלט רופט "תכלית" אויף דער וואס טראכט און מאכט טעאריעס וועגן דער זאך וואס ער מאכט אלץ א בטלן א ליידיגער און א פאראזיט וואס מאכט נישט קיין שום אריגענעלער קאנטריביאשין צו דער שמועס נאר קומט אלץ לאחר המעשה מסביר זיין פארוואס און וויאזוי די מעשה איז געשעהן. דו חכם זאגט ער, ווען איך האב געבויט דער בנין האב איך עס נישט געבויט וועגן דיינע טעאריעס, נאר ווייל איך האב געזוכט ווי צו וואוינען, וואס העלפען מיר דיינע טעאריעס, בסך הכל זענען זיי מסביר וויאזוי מיין הויז שטייט און פאלט נישט איין, און דו רעדסט זיך נאך איין אז דיינע תורות זענען וויכטיגער ווייל ווען נישט די מעטא-חוקים פון ענדזשינירינק און מעכאניק וואלט מיין הויז איינגעפאלען, אבער פון תורות בויט זיך גארנישט נאר פון האלץ ליים און ציגל.
פון די זעלבע סארט איז די טענה איבער דער ארטיסט אדער קריטיק. שטייט דער ארטיסט און מאכט בילדער אדער שרייבט שירים און מעשיות וועגן א שיינע שטאט, ני מי נתלה במי דער פויער אין דער ארטיסט אדער דער ארטיסט אין דער פויער. ווען נישט דער פויער וואלט דאך דער ארטיסט נישט געהאט וואס צו מאלען, איז דאך דער פויער וויכטיגער. מאידך, נאר בלייבט נאר און ארטיסט בלייבט ארטיסט. דער פויער קען פארקויפען זיין הייזקע מיט די פערד און ווייב ביי די זייט פאר פופציג דאלער, און דער בילד וואס ער האט געמאלען פארקויפט זיך פאר פופציג טויזנט דאלער.
פון די זעלבע סארט איז די טענה איבער דער ארטיסט אדער קריטיק. שטייט דער ארטיסט און מאכט בילדער אדער שרייבט שירים און מעשיות וועגן א שיינע שטאט, ני מי נתלה במי דער פויער אין דער ארטיסט אדער דער ארטיסט אין דער פויער. ווען נישט דער פויער וואלט דאך דער ארטיסט נישט געהאט וואס צו מאלען, איז דאך דער פויער וויכטיגער. מאידך, נאר בלייבט נאר און ארטיסט בלייבט ארטיסט. דער פויער קען פארקויפען זיין הייזקע מיט די פערד און ווייב ביי די זייט פאר פופציג דאלער, און דער בילד וואס ער האט געמאלען פארקויפט זיך פאר פופציג טויזנט דאלער.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ווער הייבט אן דער שמועס 3
עס איז די הלכה ביי ניחום אבלים אז מען דארף לאזן דער אבל פותח זיין דער שמועס, דאס פירט אפט צו אן אומאנגענעמנע סיטואציע ווען דער אבל איז אויסגעלאפען פון מעשיות צו פארציילען פון די מאמע און וואסארא גוטע קוגל זי פלעגט מאכען און ער זוכט א היתר להלכה אז מאכען א ברכה אויף די קוגל איז אויך א פתיחה און זאל דער מנחם טרעפן עפעס א נייע פאליטיק וואס צו אנהייבען דער שמועס.
אן ענליכע ערשיינונג, טאקע נישט קיין הלכה, מאכט זיך אפט אין סאציאלע געלעגנהייטען ווי מען זוכט אן אייזברעכער זאל אנהייבען פון ערגעץ די שמועס.
דאס איז נאך א משל אז מען דארף עפעס אויף וואס א שמועס זאל חל זיין. די זעלבע אפילו פילאספער ווען זיי הייבען אן רעדן א שיעור וועגן די מהות פון ריאליטעיט פאנגען זיי אלץ אן מיט א משל. נאר וויבאלד פילאספער זענען געווענטליך אזוינע בארינג ליטוואקעס רעדן זיי געווענטליך וועגן דער טיש אדער בענקל ביי וואס זיי זיצען. אדער אפשר טאקע וויבאלד זיי זענען פילאסאפער און ווען זיי זעצען זיך אוועק ביי א טיש נעמט ער זיך יעדעס מאל מעיין זיין אויב דער טיש עקזעסטירט טאקע אדער אפשר האט עם עפעס א סייענטיסט שוין צוגעכאפט זיין בענקל.
ביי די חסידישע רביס איז געווען איינגעפירט (ביז אזוינע ווי ר מרדכי דוד אונגאר ליידער ויתערבו בגוים וילמדו מעשיהם אנגעהייבן זאגען סתם שיעורים) אז עס איז נישטא אזא זאך מען שטעלט זיך זאגען א דרשה, ווי כאילו סתם אין די וועלט אריין א טעאריע. נאר מען וואשט זיך צו א סעודה, וואשט אויס די מויל מיט בראנפען, און ארום דעם האט מען פון וואו צו רעדן.
אן ענליכע ערשיינונג, טאקע נישט קיין הלכה, מאכט זיך אפט אין סאציאלע געלעגנהייטען ווי מען זוכט אן אייזברעכער זאל אנהייבען פון ערגעץ די שמועס.
דאס איז נאך א משל אז מען דארף עפעס אויף וואס א שמועס זאל חל זיין. די זעלבע אפילו פילאספער ווען זיי הייבען אן רעדן א שיעור וועגן די מהות פון ריאליטעיט פאנגען זיי אלץ אן מיט א משל. נאר וויבאלד פילאספער זענען געווענטליך אזוינע בארינג ליטוואקעס רעדן זיי געווענטליך וועגן דער טיש אדער בענקל ביי וואס זיי זיצען. אדער אפשר טאקע וויבאלד זיי זענען פילאסאפער און ווען זיי זעצען זיך אוועק ביי א טיש נעמט ער זיך יעדעס מאל מעיין זיין אויב דער טיש עקזעסטירט טאקע אדער אפשר האט עם עפעס א סייענטיסט שוין צוגעכאפט זיין בענקל.
ביי די חסידישע רביס איז געווען איינגעפירט (ביז אזוינע ווי ר מרדכי דוד אונגאר ליידער ויתערבו בגוים וילמדו מעשיהם אנגעהייבן זאגען סתם שיעורים) אז עס איז נישטא אזא זאך מען שטעלט זיך זאגען א דרשה, ווי כאילו סתם אין די וועלט אריין א טעאריע. נאר מען וואשט זיך צו א סעודה, וואשט אויס די מויל מיט בראנפען, און ארום דעם האט מען פון וואו צו רעדן.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
ווער הייבט אן דער שמועס 4
אמת'ן אריין אבער, און דא קום איך שוין צו צו פארענדיגען די פוינט וואס איך האב געוואלט מאכען פון אנהייב, איז דער וואס איז קאנשיס פון די אלע התחלות און פתיחת הארון'ס און פרעימס פון ווי מען הייבט עפעס אן, אסאך מער פאן און אסאך מער קריעיטיוו פון דער וואס מאכט זיכער אלץ אז דער שמועס פארט אויף ראציאנאלע רעלסן כאילו צו'ם תכלית, אראפ צו ביזנעס (פארוואס גייט מען אלעמאל דאון צי ביזנעס, זעהט אויס דאס איז א ירידה, ארויפציען א שמועס איז צו רעדן פון וועטער, עס אראפציען איז צו רעדן תכלית). איך וועל דאס ווייזען אין פארשידענע משלים.
יעדער איינער פון אונז האט הנאה פון א קינסטליש געשריבען שטיקל פאעזיע אדער סתם גוטע שרייבעריי. די גאנצע חילוק פון א געשמאקע ליטעראטרע ווערק ביז א בארינג סייענטיפישע ארטיקל, איז אז דער ארטיסט איז קאנשיס פון די מעטא קאנטעקסט. ביידע קענען זאגען פונקט די זעלבע תוכן. אבער בשעת דער חצי-אוטיסטיש חצי-אפסערגער סייענטיסט איז נאר פארנומען אז די תכלית זאל שטומען, און וואס גייט עם אן אז די כלי די שפראך וואס ער שרייבט אין זאל זיין שיין, מצדו זאל מען אלץ שרייבען אין אן אויסגעטראכטער פארמאלער שפראך אבי אלץ שטימט פונקטליך. פארשטייט אבער דער ארטיסט שרייבער אז די ווערטער זענען פונקט אזוי וויכטיג ווי די תוכן. טאקע מהאי טעמא ווייל אן שפראך הייבט זיך אוודאי נישט אן קיין שום שמועס. און קונסטליך נוצען שפראך איז טאקע ווען מען איז מקשר די ווערטער און די מעסעדזש זייערע.
דאס איז אויך די חילוק פונעם ארטיסט ביזען פויער. דער פויער באמערקט בכלל נישט ווי שיין זיין האלב איינגעזונקענע הייזקע און האלב בארוועזע פרוי זענען קעגן די ביימער און די זון נאכמיטאג. ביי עם זענען זיי ביידע פשוט א היכי תימצי צו שלאפען. דער ארטיסט באמערקט אבער דער מעטא- קאנטעקסט, וואס איז הערליך נעים לעין אז מען באטראכט דאס, און אז ער מאכט א גוטע בילד גיט ער אריבער אין דעם די קאנטעקסט אפילו אן די טירחא פון די פארשינקענע הייזקע מיט די פערד, פארקויפט זיך עס טאקע פאר זיין פארדינטע ווערט וואס דער פויער האט נישט קיין שכל הנאה האבען דערפון.
יעדער איינער פון אונז האט הנאה פון א קינסטליש געשריבען שטיקל פאעזיע אדער סתם גוטע שרייבעריי. די גאנצע חילוק פון א געשמאקע ליטעראטרע ווערק ביז א בארינג סייענטיפישע ארטיקל, איז אז דער ארטיסט איז קאנשיס פון די מעטא קאנטעקסט. ביידע קענען זאגען פונקט די זעלבע תוכן. אבער בשעת דער חצי-אוטיסטיש חצי-אפסערגער סייענטיסט איז נאר פארנומען אז די תכלית זאל שטומען, און וואס גייט עם אן אז די כלי די שפראך וואס ער שרייבט אין זאל זיין שיין, מצדו זאל מען אלץ שרייבען אין אן אויסגעטראכטער פארמאלער שפראך אבי אלץ שטימט פונקטליך. פארשטייט אבער דער ארטיסט שרייבער אז די ווערטער זענען פונקט אזוי וויכטיג ווי די תוכן. טאקע מהאי טעמא ווייל אן שפראך הייבט זיך אוודאי נישט אן קיין שום שמועס. און קונסטליך נוצען שפראך איז טאקע ווען מען איז מקשר די ווערטער און די מעסעדזש זייערע.
דאס איז אויך די חילוק פונעם ארטיסט ביזען פויער. דער פויער באמערקט בכלל נישט ווי שיין זיין האלב איינגעזונקענע הייזקע און האלב בארוועזע פרוי זענען קעגן די ביימער און די זון נאכמיטאג. ביי עם זענען זיי ביידע פשוט א היכי תימצי צו שלאפען. דער ארטיסט באמערקט אבער דער מעטא- קאנטעקסט, וואס איז הערליך נעים לעין אז מען באטראכט דאס, און אז ער מאכט א גוטע בילד גיט ער אריבער אין דעם די קאנטעקסט אפילו אן די טירחא פון די פארשינקענע הייזקע מיט די פערד, פארקויפט זיך עס טאקע פאר זיין פארדינטע ווערט וואס דער פויער האט נישט קיין שכל הנאה האבען דערפון.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
קריטיק קריעיטיוויטי און וויכוחים
דאס איז אזא תכונה וואס ברענגט אויך צו אסאך קריטיק. אנדערע, דהיינו מענטשען וואס זענען סטאק לעבנדיג אין די סארט קאנטעקסט וואס אנדערע האבען געמאכט פאר זיי, ווערן זייער נערוועז ווען דער אויבער חכם שבחבורה פרעגט אויף יעדער זאך מהיכי תיתי, וואס דארף ער זיך דינגען אויף יעדער זאך. אפטמאל קומט דאס אויך צו מאראלישע כעס, דער מחוצף ער וואגט זיך צו דינגען אויף וואס ביי אונז איז שוין לאנג ידוע איז טוב אדער רע.
דער עיקר חילוק אבער פון די תמימים און דער קריטיקירער, איז אז ביי דער קריטיק איז אסאך ברייטער די נושא ארום וואס ער איז גרייט צו שמועסען אדער טראכטען. בשעת וואס די 'נארמאלע' מענטשען קענען אלץ שמועסען זייער שיין אין א געוויסער שפראך אדער קאנטעקסט פון הנחות וואס זיי רירען נישט צו, קומט דער קריטיק און איז קאנשיס פון די שפראך אליינס, ווער זאגט דען אז מען דארף רעדן די שפראך, מען קען דאך רעדן אנדערש אויך.
דאס איז די עומק הסיבה פארוואס די עיקר וויכוחים למשל וואס קאווע שטיבל שלאגט מען זיך קעגן געוויסע נושאים, אדער רוב פאליטישע און רעליגיעזע שמועסען, קומט קיינמאל גארנישט ארויס. וויבאלד א שמועס צווישען צוויי מענטשען דארף קודם זיין אז זיי זאלן רעדן איין שפראך. אסאך מאל מיינען די צדדים זיי רעדן א שפראך אבער למעשה רעדן זיי אנדערש. על פי רוב באזעצן זיך די זאכען ביי מענטשען אין א פלאץ וואס איז דער מעטא-פונדאמענט און נישט דער עצם שמועס. ער שמועס מיט דיר זיין פאליטיק נישט אלץ שמועס וואס עפענט טאקע די שאלות פון די פאליטיק, נאר דער פאליטיק דאס איז דער שפראך, יעצט בלייבט נאר אדער דיר צו משכנע זיין אדער מוחה זיין. ווען מ'זאל כאפן די נקודה פארמיידט מען אסאך עגמת נפש און איבעריגע דעבאטעס וואס ברענגען צו גארנישט.
דער עיקר חילוק אבער פון די תמימים און דער קריטיקירער, איז אז ביי דער קריטיק איז אסאך ברייטער די נושא ארום וואס ער איז גרייט צו שמועסען אדער טראכטען. בשעת וואס די 'נארמאלע' מענטשען קענען אלץ שמועסען זייער שיין אין א געוויסער שפראך אדער קאנטעקסט פון הנחות וואס זיי רירען נישט צו, קומט דער קריטיק און איז קאנשיס פון די שפראך אליינס, ווער זאגט דען אז מען דארף רעדן די שפראך, מען קען דאך רעדן אנדערש אויך.
דאס איז די עומק הסיבה פארוואס די עיקר וויכוחים למשל וואס קאווע שטיבל שלאגט מען זיך קעגן געוויסע נושאים, אדער רוב פאליטישע און רעליגיעזע שמועסען, קומט קיינמאל גארנישט ארויס. וויבאלד א שמועס צווישען צוויי מענטשען דארף קודם זיין אז זיי זאלן רעדן איין שפראך. אסאך מאל מיינען די צדדים זיי רעדן א שפראך אבער למעשה רעדן זיי אנדערש. על פי רוב באזעצן זיך די זאכען ביי מענטשען אין א פלאץ וואס איז דער מעטא-פונדאמענט און נישט דער עצם שמועס. ער שמועס מיט דיר זיין פאליטיק נישט אלץ שמועס וואס עפענט טאקע די שאלות פון די פאליטיק, נאר דער פאליטיק דאס איז דער שפראך, יעצט בלייבט נאר אדער דיר צו משכנע זיין אדער מוחה זיין. ווען מ'זאל כאפן די נקודה פארמיידט מען אסאך עגמת נפש און איבעריגע דעבאטעס וואס ברענגען צו גארנישט.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
דיבורים פועלים ודברים בטלים
מיר דא זענען עוסק אין די פעולה פון דיבורים, שמועסען שרייבען און וויכוחים. מען דארף אבער אלעמאל קלאר וויסען וועלכע סארט ווערטער מען רעדט. עס זענען ביסוד פארהאן צוויי סארט דיבורים. איינס איז דעסקריפטיב. איך פארצייל א מעשה וואס איז געשעהן. און דער צווייטער פרעסקריפטיב. איך זאג דיר וואס צו טוהן. ווען מען וויל גיין טיפער פון רעדן צו טראכטען, כלומר אן אידיאלאגישער שמועס ווי מען רעדט אידיאלאגישע נושאים, קען מען מער טיפער מבחין זיין. איך קען טראכטען באופן תיאורי, וואס שפיר איך וואס מיין איך און זיכען ווערטער און טענות דאס גוט ארויסברענגען. און איך קען טראכטען באופן וואס די מחשבה האט באמת א כח, ווען איך טראכט וואס זאל איך מיינען און טראכטען. דאס איז אויך ענליך צו די מעטא פון טראכטן. אנשטאט טראכטען וואס איך טראכט, טראכט איך וואס איך זאל טראכטען.
רוב דיבורים און אידיאלגישע דעבאטעס שפילען ווי כאילו זיי זענען פרעסקריפטיב, כאילו אז די ווערטער מאכען דא די זאך, ווען איינער טענה'ט פאר א געוויסער שיטה אז עס דארף שולט זיין, מאכט ער עס על פי רוב אויסזעהן ווי די געדאנק איז טאקע דאס וואס ער איז דא משליט. בשעת וואס לאמיתו של דבר איז פארקערט, די שלטון פון דער אידיאלגיע מאכט עם טראכטען דער געדאנק.
מענטשען וואס זענען מוכשר אין עולם המחשבה, זעהן אסאך מאל דער כוח פון דיבור ומחשבה. ער קען גוט משכנע זיין דער שיטה אדער געדאנק וואס ער האלט, און קלערט אז מיט דער כוח קען ער טאקע איינפלוסען מענטשען אז זיי זאלן טוהן אזויווי דעם. ער פארגעסט אבער אז על פי רוב איז די געדאנק א תולדה פון כוח און נישט פארקערט. וויבאלד אז דער געדאנק זאל טאקע האבען דער כוח דארפן די משתתפים זיין אין גאר א ספיציעלער פאזיציע פון זיך לאזן טראכטען וואס צו טראכטען. דאס איז זייער שווער און שרעקעדיג פאר רוב מענטשען. אפילו פאר דער משכנע זעלבסט. וויבאלד צו עפענען אזא סארט שמועס דארף ער דאך אליינס זיין אין א מצב פון נישט וויסען בעצם וואס ער האלט או טראכטען וואס צו האלטן. קען דאך זיין אז סוף שמועס וועט ער האלטן פארקערט פון וואס ער איז געקומען משכנע זיין.
רוב דיבורים און אידיאלגישע דעבאטעס שפילען ווי כאילו זיי זענען פרעסקריפטיב, כאילו אז די ווערטער מאכען דא די זאך, ווען איינער טענה'ט פאר א געוויסער שיטה אז עס דארף שולט זיין, מאכט ער עס על פי רוב אויסזעהן ווי די געדאנק איז טאקע דאס וואס ער איז דא משליט. בשעת וואס לאמיתו של דבר איז פארקערט, די שלטון פון דער אידיאלגיע מאכט עם טראכטען דער געדאנק.
מענטשען וואס זענען מוכשר אין עולם המחשבה, זעהן אסאך מאל דער כוח פון דיבור ומחשבה. ער קען גוט משכנע זיין דער שיטה אדער געדאנק וואס ער האלט, און קלערט אז מיט דער כוח קען ער טאקע איינפלוסען מענטשען אז זיי זאלן טוהן אזויווי דעם. ער פארגעסט אבער אז על פי רוב איז די געדאנק א תולדה פון כוח און נישט פארקערט. וויבאלד אז דער געדאנק זאל טאקע האבען דער כוח דארפן די משתתפים זיין אין גאר א ספיציעלער פאזיציע פון זיך לאזן טראכטען וואס צו טראכטען. דאס איז זייער שווער און שרעקעדיג פאר רוב מענטשען. אפילו פאר דער משכנע זעלבסט. וויבאלד צו עפענען אזא סארט שמועס דארף ער דאך אליינס זיין אין א מצב פון נישט וויסען בעצם וואס ער האלט או טראכטען וואס צו האלטן. קען דאך זיין אז סוף שמועס וועט ער האלטן פארקערט פון וואס ער איז געקומען משכנע זיין.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך וואלט פראבירט מסביר זיין און מער צונעמען, אויב עפעס א שטיקל איז נישט גענוג מובן צייכענט צי אויב ווילט איר איך וועל פראבירען מער מסביר זיין.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
נאך א פשט
חז"ל זאגען כשם שאין פרצופיהם שוות כך אין דעותיהם שוות. די אנדערע צד פון דעם איז כשם שפרצופיהם דומות זו לזו כך דעותיהם דומות זו לזה. קלארער געזאגט, כשם וואס די פרצופים פון מענטשען טייילען זיך אין געוויסע עטליכע קאטאגאריעס, אזוי קען מען פארזעהן כמעט אלע דעות פון מענטשען אין געציילטע קאטאגאריעס.
געמאכט האט זיך דאס ווען איך האב געליינט דער באווסטער יומענס אוו ניו יארק, וואס איז בעיני איינע פון די מערסטע אינטרעסאנטע ליטעראוטורע און ויזואלע ווערק פון דער היינטיגער טאג. דארט זעהט מען יעדער טאג אפאר נייע פרצופים מיט נייע דעות. יעדער מיט זיינע מעשיות און דברי חכמה וטיפשות. פונקט אזוי אינטרעסאנט ווי די בילדער זענען אבער די תגובות פון טויזנטע ליינער וואס לייגען צו זייערע הערות אויף די מעשיות פון די מענטשען. דא טרעף איך זיך יעדן טאג מיט טויזנטער פרעמדע יומאן ביינגס וואס איך האב זיך קיינמאל מיט זיי נישט געטראפען.
וואלט מען געקענט מיינען, אז אזויפיל טויזנטער מענטשען זענען מעיר אויף עפעס, וואלט מען געדארפט אוועקגיין מיט לפחות אפאר הונדרעט נייע קוקווינקלאך אויפ'ן מענטש און אויפ'ן לעבן יעדער טאג. ניין זאג איך דיר. על פי רוב קען מען אידענטיפיצירען אויף יעדער בילד בערך פינף זעקס אנדערע תגובות און די זעלבע פינף זעקס חזר'ן איבער הונדרעטער מענטשען יעדער איינס. אין די היינטיגע טעכאנאלגיע וויאזוי פעיסבוק שטעלט אויס די תגובות מאכט דאס גרינג צו זעהן. איז אי האב געמיינט איך וועל דא הערן אנדערע קולות פון צען טויזנט אנדערע פרעמדע מענטשען, דערווייל זעה איך זיי זענען גארנישט אזוי אנדערש און פרעמד, בערך צען וועגן איז דאס צו קוקן אויף יעדער זאך און שוין. איך ווארט אלץ ווי איז דער עלפטער מיינונג דא, איז דען נישט דא עפעס א נייע וועג דא צו קוקען?
אמאל האב איך זיך גע'חבר'ט מיט אן אינטרעסאנטער איד אזא חכם הכולל, א תלמיד פון ר' יאשע בער און ר' איטשע מאיר צוזאמען, עכ"פ האט ער מיר געלערנט אזא טעכניק שקיבל מרבותיו, פרעג מיך נישט וועלכע, אז ווען מלערנט עפעס א סוגיא בעיון און מ'זוכט א פשט א הגדרה א חקירה, אז נאכ'ן דן זיין אין די אלע צדדי החקירה וואס מען האט מעלה געווען, און מ'מיינט מ'האט שוין דורכגערעדט אלע צדדים, זאל מען זיך געבן א שטעל אפ, מפנה זיין די קאפ א מינוט, און פרעגן, איז דא דא נאך א פשט צו לערנען. לטענתו, יעדער איינציגער מאל טרעפט מען עס איז גאר דא א נייער פשט וואס עס איז פריער בכלל נישט איינגעפאלן.

פישל'ע העררינג האט געשריבן:אקעי, לעיקוואד. יעצט למען השם, וויאזוי ענדיגט מען א שמועס?...
אויף דעם זענען ווייזט אויס אנדערע גרעסערע מומחים פאר מיר.. אפשר אז מ'מאכט א ציניש ווערטל אויפ'ן חשבון פונ'עם בעל השמועס ?
איך האב נאך אין מיין לעבן נישט גענדיגט א שמועס. א שמועס ענדיגט זיך ווען די זון קומט ארויף און מ'מוז בעל כרחך אהיימגיין אדער גיין צו די ארבעט צווואס. דער נושא ענדיגט זיך קיינמאלנישט מען טראכט און וועבט ווייטער און די נעקסטע מאל איז עס ממשיך. פארדעם בלייבען מענטשען אמאל חברים יארען לאנג זיי האלטן נאך פשוט אינמיטען דער שמועס..
שוין, אז דו ווייסט נישט וויאזוי צו ענדיגען וואס הייבסטו אן, קשיא. לא עליך המלאכה לגמור ואי אתה בן חורין להיפטר ממנו.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
אלע טראכטן וואס איך טראכט? אדער איז דאס נאר איך דער פויער וואס לייען עס אזוי ארויס?לעיקוואד האט געשריבן:דער פויער באמערקט בכלל נישט ווי שיין זיין האלב איינגעזונקענע הייזקע און האלב בארוועזע פרוי זענען קעגן די ביימער און די זון נאכמיטאג. ביי עם זענען זיי ביידע פשוט א היכי תימצי צו שלאפען.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

לעיקוואד האט געשריבן:מיר דא זענען עוסק אין די פעולה פון דיבורים, שמועסען שרייבען און וויכוחים...............
מענין לעינן איך ווייס נישט צו ס'קומט אריין אבער די אשכול איז געמאכט פאר זאכן וואס קומען טאקע נישט אריין במילא אז מטראכט באמת קומט עס טאקע גאר גוט אריין דא, דאס איז בעצם מיין גאנצע תגובה וואס איך וויל שרייבען אבער איך האב אמאל געזען א בריוו פון א שיינער יוד וואס האט גערעדט זייער צום זאך און ענדיגט צו כדאי נישט צו לאזן די צעטל ליידיג שרייבט ער אויך א דבר תורה און דארט האט ער אנגעהויבען צו זיין נישט צום דבר, די זעלבע איך וויל איך ענדיגען די תגובה מיט א ווארט וואס איך האב געהערט פון א ירושליעמער סארט מעשיגענער (דהיינו קלוג דורך און דורך און משוגע פשוט ווייל ס'גרינגער אזוי) אז יארן ווינדערט ער זיך וואס מענטשען רעדן, ער זעהט מענטשען וואקן אויפן גאס און יעדער רעדט, וואס האבן זיי אזויפיל צו רעדן אגאנצען טאג, ער טענהט נאך מער אז ער האט קיינמאל נישט וואס צו רעדן און האט פונקט אזוי א לעבן ווי זיי, נאכן אונטער הערן עטליכע מענטשען איז ער געקומען צום החלטה אז אייביג איז דא איינער וואס האט געלט און דער צווייטער וויל עס, דאס איז די ציל פונעם שמועס אבער רעדן רעדט יעדער עפעס אנדערשט אלעס כדאי אנצוקומען צום ציל, און היות ער דארף נישט קיין געלט ווייל זיין שווער געט אים, ווי אויך האט ער נישט צו געבן פאר יענעם מילא רעדט ער נישט מיט קיינעם און קיינער רעדט נישט צו אים
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:
וואלט מען געקענט מיינען, אז אזויפיל טויזנטער מענטשען זענען מעיר אויף עפעס, וואלט מען געדארפט אוועקגיין מיט לפחות אפאר הונדרעט נייע קוקווינקלאך אויפ'ן מענטש און אויפ'ן לעבן יעדער טאג. ניין זאג איך דיר. על פי רוב קען מען אידענטיפיצירען אויף יעדער בילד בערך פינף זעקס אנדערע תגובות און די זעלבע פינף זעקס חזר'ן איבער הונדרעטער מענטשען יעדער איינס. אין די היינטיגע טעכאנאלגיע וויאזוי פעיסבוק שטעלט אויס די תגובות מאכט דאס גרינג צו זעהן. איז אי האב געמיינט איך וועל דא הערן אנדערע קולות פון צען טויזנט אנדערע פרעמדע מענטשען, דערווייל זעה איך זיי זענען גארנישט אזוי אנדערש און פרעמד, בערך צען וועגן איז דאס צו קוקן אויף יעדער זאך און שוין. איך ווארט אלץ ווי איז דער עלפטער מיינונג דא, איז דען נישט דא עפעס א נייע וועג דא צו קוקען?
איך האב אמאל געטראכט דאס זעלביגע סיי טאקע לגבי פרצופים ממש און ספעציעל לגבי כאראקטערן . ס'איז דא לאמיר זאגן א צען גרופעס פון כאראקטערן סעטס (ס'איז טאקע דא און אפי' ווייניגער. כ'רעד אבער אויף א מער פערזענליכער נואנסירטער לעוול) און יעדעס מאל ווען איך טרעף מיך מיט א נייע מענטש דוכט זיך מיר ווי ס'וועט נאר געדויערן א וויילע און כ'וועל אים קענען פלעיסן אין איינע פון די קאטעגאריעס מענטשן אין די בעק אף מיי העד, ווי כאילו אזא סארט deja vu אז כ'האב שוין אים - אדער מעגליכער זייער ענליכעס צו אים - אמאל באגעגנט. דער מאדנער פילינג קען אמאל גיין אזוי ווייט ביז'ן זיך דוכטן אז כ'קען עקספעקטן וויאזוי ער וועט רעאגירן, אויפ'ן פנים אדער מיט התנהגות - זאל איך אים זאגן אדער זאל געשען אזוי און אזוי.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
איך האב מיין אייגענארטיגער וועג פון טראכטן, וואס בין איך שולדיג אז א כאפטע מענטשן האבן זיך גענומען דעם זעלבן געדאנקנגאנג...
רעדנדיג פון ווי אזוי צו ענדיגן א שמועס. כ'האב מיר טאקע אלעמאל געוואונדערט ווי אזוי א ראדיא סטאנציע קען דבר'ן ארום דעם זייגער אנע אויפהער. איך וואלט געגעבן אן אווארד פאר א סטאנציע וואס רופט אויס; "ס'איז נישטא איצט קיין שום אינטערסאנטע נייעס צו באריכטן פאלגט נאך ווייטערדיגע מודעות."

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך האב שוין ווייטער עפעס צו זאגן
עס איז ליל ששי שובבי"ם, און דער מנהג איז דאך צו זיין אויף דער נאכט, הגם אז ביי אונז אין קאצק פלעגט מען זיין אויף יעדער נאכט, דאך איז דאך היינט היינט, און עס האט מיר זיך ווידער פארזאמעלט פארשידענע עניינים וואס איך האב צו זאגען מקשר זיין די עולמות בין איך צוריק אין דער אשכול אראפלייגען מיין מהלך.
דאס מאל וויל איך צוגיין צו דער גאנצער מטרה פון אן אנדערע קוקווינקעל. פריער האב איך מסביר געווען עס איז פשוט גרינגער צו קענען אריינרעדן אין נושאים אן זיך מוטשען געבן די גאנצע מעשה ארום אדער אז יענער זאל מאכען די קאנטעקסט. פארשטיי איך היינט נאך א טיפערער סיבה פאר דעם. וכדהלהלן:
אז איך האב עפעס וואס צו זאגען, און עס איז טאקע עפעס וואס איך האב צו זאגען, נישט סתם איבערגע'חזר'ט א געוויסע צד פון א וויכוח וואס אלע ווייסען שוין, און אויך נישט סתם ממשיך זיין לאגיש א געוויסע טענה ביז די אבסורדיטי דערפון ([tag]יאיר[/tag] איך מיין דיר), וואס די אלע זאכען קען בעצם א קאמפיוטער שוין טוהן ווען מ'זאל עם נאר געבן פון פריער די טאלקינג פוינטס ארום א נושא אדער די לאגישע מהלך וואס טוהט זיך. נאר אז איך האב טאקע עפעס וואס צו זאגען, איז מורא'דיג שווער אז דאס זאל ארויסקומען ווען איך לייג עס אריין אין א שמועס וואס א צווייטער האט שוין געמאכט.
אמשול לכם משל ווי איך זעה דאס למשל. אין דער דאזיגער אשכול האבען פארשידענע ארויסגעדרוקט זייער פארדרוס אדער זלזול אז לא ידעי מאי אנא קאמר בכלל. דאס איז אוודאי א לעגיטימער טענה און איך דינג זיך נישט דערמיט דא. אבער עס איז זעלטן אז ווען איך מיש זיך אריין אין א צווייטער שמועס זאל איך באקומען אזא תגובה. הגם איך שטעל מיך פאר אז אסאך מאל זאג איך דארט אויך קאמפליצירטע נישט גענוג מוסבר'דיגע מינונגען וואס אנדערע כאפן נישט. וואס איז פשט דערפון? ווייל דארט זעהט מען שוין גלייך אויף וועלכע צד איך בין אין דער קאנטעקסט וואס עס איז שוין דא דערצו. אה, לעיקוואד נעמט זיך אן פאר די אט"ד, אה לעיקוואד נעמט זיך אן פאר אכשר דרא, אה לעיקוואד נעמט זיך אן פאר די אראבער, וכו' וכו'. און שוין, האט ער שוין פארשטאנען די עיקר נקודה, די פרטים מאכן שוין נישט אזוי פונקט אויס. אבער ווען איך מאך אליינס די קאנטעקסט, באקום איך עטוואס מער פרייהיייט קלארצושטעלן און מגדיר זיין דער פלאץ פון ווי איך קום אויף מיינע טערמינען. וואס, אויב איך זאג עפעס בכלל, איז טאקע שווער צו פארשטיין וויבאלד עס איז נישט נאר א חזרה אויף עפעס א צד מוגדר מראש.
ולכשנתבונן בדבר, וועט מען פארשטיין אז די איינציגסטע זאך וואס א מענטש קען באמת מחדש זיין, און וואס קען בכל אנגערופען ווערן געטראכט אויף א נושא, איז טאקע די פרישע קוקווינקעל וואס ער קען נעמן אויף אנקוקען א זאך. מדגים צו זיין: אז מען גיט א קאלקולעיטער סיי וועלכער חשבון צו מאכען, מאכט ער עס אין א רגע אסאך בעסער און שנעלער פון א מענטש. דאך זענען דא מאטעמאטישע פראבלעמען און ענינים וואס פאדערן א מענטש א בשר ודם זאל זיי באטראכטען. פארוואס קען מען נישט פשוט פרעגן דער קאמפיוטער? ווייל מען ווייסט נאכנישט וויאזוי צו פרעגן די שאלה. די גאנצע גאונות וואס מען זעהט אין מאטעמאטיק, אדער מענטשען וואס טרעפן וועגן פותר זיין שווערע רעטענישען דורך קאמפיוטער פראגראמען וכדומה, איז נישט די פעולת המאטעמאטיק גופא וואס איז מוראדיג סימפל. נאר די conceptualiztion בכלל פון דער פראבלעם אזוי אז עס זאל זיין אזוי סימפל פותר צו זיין. און דער קאנצעפטואליזאציע פאדערט מען זאל קענען נעמען א גאנצער נייע קוק טאקע אפילו אויף זאכן וואס זענען פריער געווען מורא'דיג פשוט. אקעי גענוג פאר איין תגובה.

גאט רעדט מאטעמאטיק אבער נאר צו'ם פילאזאפיש אויער
ממשיך צו זיין דער געדאנק, ווען דער משלי יאיר זאגט אז דער שפראך פון די וועלט איז מאטעמאטיק, וואס איז דא דער עומק וואס איך זעה דא אין דער געדאנק. צו זאגען אז דער שפראך פון די וועלט איז מאטעמאטיק איז בעצם גערנישט געזאגט, ווייל מאטעמאטיק איז נישט מער ווי רעדוצירט יעדער זאך צו די מערסטע מוחש'לאזע און גרינג צו מבטא זיין אין קלארע וועגן באשטאנדטייל פון זיין עקזיסטענץ. פילאזאפיש גערעדט, איז מאטעמאטיק אלעמעל גערעכט וויבאלד עס זאגט אונז גארנישט איבער דער וועלט (עס איז אפריארי אלעמאל ריכטיג, ואכמ"ל). אבער דער טיפקייט פון דער ווארט ליגט אין דער יכולת פון דער התבוננות מתמטית צו קאנצאפטואלעזירען טאקע די גאנצע וועלט אין נוסחאות פון מאטעמאטיק. לדוגמא פאר דער ערשטער האט אונז געלערנט די יחסים פון די זייטן פון ד שעיפ , איז די שעיפ געווען מוגדר ביי אונז אין די פיזישע ביטוי דערפון. דער מאטאמאטיזאציע פון דעם איז געקומען מיט גאר א נייע קאנטעקסט אדער שפראך דאס אנצוקוקען. און דער שפראך איז מאיר עיניים עס מאכט דיר פלוצלינג זעהן די וועלט אנדערש מיט פארשידענע מעלות. אויף אזוי ווייט אז נאך וואס ניוטאן איז מרחיב און לערנט אונז ווי גאנץ פיזיק קען מען ליינען מאטעמאיש, קומט דיר אזא התפעלות דו זאגסט איך האב געטראפען די שפראך פון גאט.
אבער דער פילאזאף שטייט אין דער זייט און טראכט נאך איין לעוועל טיפער. קען זיין מאטעמאטיק איז גאט'ס שפראך. אבער דאס יכולת איבערטראכטען די וועלט אין נייע קאטאגאריעס און שפראך יעדער טאג מאכט דער מענטש שטערקער פון גאט. אין אנדערע ווערטער עס גיט עם אן אינסופו'תדיגער מעגליכקייט צו באקוקען די וועלט יעדער טאג מיט א נייער שפאקטיוו. און צו טרעפן אן אינסוף פון גאט יעדער טאג מחדש ומתחדש בטובו בכל יום תמיד.
דאס קען מען זאגען איז דער עומק המכוון איזהו חכם הלומד מכל אדם. א חכם איז נישט דער וואס ווייסט אויסצורעכענען יעדער זאך ביז'ן סוף. דאס קען א שטיין אויך טוהן. (אדער א שטיקל סיליקאן ארגאנאזירט אזוי ער זאל דאס טוהן). א חכם איז איינער וואס אנערקענט אז יעדער מענטש האט אן אייגענער שפראך אן אייגענער וועלט און ער איז גרייט יעדען טאג אנצוטוהן נייע גלעזער און לערנען פון יעדער נייער מענטש וואס ער טרעפט קען ער מקבל זיין פון עם א נייער קוק.
ומכאן לוויכוחים. בנוהג שבעולם אין רוב וויכוחים געשעהט איינער פון צוויי זאכן אדער איז דער וויכוח בארינג און אומאונטרעסאנט, וויבאלד ביידע צדדים פארשטיין זיך צו גוט און קענען שוין אליינס אויסרעכענען דער צווייטער'ס טענות ביז'ן סוף. (@טעגינג דו ווייסט ווער דו ביזט). דער וויכוח איז אפשר גוט אויף טאקע אויסרעכענען קלאר בדיבוק חברים אבער איז למעשה גאנץ בארינג און איז מער אין די ריעלם פון קאמפיוטערס ווי פון מענטשען. אדער מצד שני רעדן ביידע צוויי אנדערע שפראכן און פארשטיין בעצם בכלל נישט וואס דער צד שכנגד זאגט. די סארט וויכוחים קענען ווערן זייער לעבעדיג אבער זיי ברענגען לכאורה נישט קיין הבנה. די אמת'ע וועג פון מחכים זיין איז טאקע דווקא ביי די צווייטער סארט, אבער ווען ביידע צדדים קענען באשטיין לומד זיין מכל אדם און כאפן ווי צו דער זעלבער נושא קען מען טאקע צוגיין פון פארשידענע אנדערע וועלטן. איך מיין אז אין די גוטע דיאלוגען פון אפלטון אדער להבדיל אין די דיאלאגען פון תלמוד ופוסקים זעהט מען אז דאס ארבעט אזוי.

אבער וויאזוי זאג איך עס - דורך וואס מען פארשטייט מיר נישט
עוד רגע אדבר בענין. דא מאכט זיך אבער א פראבלעם. אויב יעדער איינער רעדט זיך זיין שפראך, וויאזוי איז בכלל מעגליך אז איך זאל אדורכמאכען די חומה און לאזן א צווייטער הערן אז איך זאג דא גאר עפעס אנדערש. וואס איך וועל נאר זאגען וועט ער אדער נישט פארשטיין בכלל אדער מפרש זיין לויט עפעס אן אלטער זאך וואס ער מיינט שוין. פאר דעם קום איך צוריק צו דער משל שהזכרתי למעלה. וווען מען זאגט מיר איך פארשטיי דיר נישט. טאקע רוב מאל ווען מפארשטייט נישט איינעם איז דא א טענה אז ער האט זיך נישט גענוג קלאר מסביר געווען. אבער קודם כל אז דו זאגסט אז דו פארשטייסט מיר נישט ווייס איך כאטש אז דו האסט מיר נישט פאלטש פארשטאנען. דער נישט וויסען וואס איך רעד מוז זיין גאר א וויכטיגער שלב ווען איך וויל איבערגעבן א חידוש. ווייל אפילו עס איז יא מוסבר ומובן, מוז בהכרח זיין א רגע וואס יענער פארשטייט נישט. נאר, כלשון הגמרא, משתומם כשעה חדא, ער כאפט דא ליגט עפעס וואס איך ווייס נישט וואס דאס איז איך מוז זיך מוטשענען פארשטיין. נאר טאמער אזא שלב געשעהט קען בכלל זיין דער שלב פון טאקע מפנים זיין און פארשטיין דער נייער מהלך.
קען זיין אז דאס מיינען די וואס זאגען אז אמונת חכמים און וויסען אז מיר פארשטיין נישט עומק דבריהם איז די הקדמה פאר חכמה. א ווארט וואס איז אין די מאדערנע תקופה אסאך באשמוצט. אבער דער אמונה קען מיינען די הנחה אז דער רבי זאגט דא עפעס וואס איך ווייס נאכנישט. דאס גיט סיי א שטופ אויף זיך מתייגע זיין טאקע מקבל זיין נייע פאראדיגמעס פון טראכטען וואס עס איז נישטא קיין אנדערע וועג מקבל זיין. און סיי מער באופן מהותי, דער מציאות פון השתוממות ופליאה אז דא ליגט א חכמה וואס איך בין נישט משיג עפענט עפעס אין דער מוח און נפש פון א מענטש ער זאל קענען טאקע מקבל זיין תורה חדשה. (אין ספרי חסידות איז מבואר אז אשתומם כשעה חדא איז דאס וואס דער מוח הייבט זיך העכער פון בינה וואס איז דער שכל צו'ם כח המשכיל און דער אין וואס איז ממציא די השכלה).
אסאך מאל וואקלען זיך חכמים צווישען די דילעמע פון שרייבען גרינג אדער שווער, קורץ אדער לאנג. מצד אחד, לעולם ישנה אדם לתלמידו דרך קצרה, אז מען קען עפעס זאגען קורץ און קלאר פארוואס עס מסבך צו זיין. אבער מצד שני, אויב האט נישט דער תלמיד די ריכטיגע הקדמות, וועט ער על פי רוב נישט לערנען קיין נייע זאכען אזוי. אסאך מאל זעהט מיר אויס, און עס זעהט מיר אויס געוויסע ספרים זענען דירעקט געשריבען אזוי, אז אמת די עיקר ווארט קען מען זאגען אין א שורה. אבער אויף צו פארשטיין ריכטיג דער ווארט דארף מען צולייגען קאפ צו דעם און טראכטען א האלבער שעה. פשוט אזוי איז דער מציאות פון מענטש עס נעמט עם די צייט מתעמק זיין אין דער ענין עס צו פארשטיין. יעצט דער מחבר הספר, וויאזוי מאכט ער זיכער אז יענער וועט טראכטען דערפון א האלבער שעה? איז ער א לעבעדיגע רבי, קען ער פראבירען פשוט זאגען דער ווארט און מאכען די גאנצע צימער תלמידים שווייגען און זיך מתבונן זיין אין דעם לחצי שעה. אבער אז ער שרייבט א ספר, איז אן עצה עס שרייבען באריכות אדער קונסטליש און אומקלאר אזוי עס זאל זיך פאדערן פשוט א האלבער שעה עס דורכצוליינען, ובזה הרוויח אז מען טראכט אריין אין דעם גענוג לאנג און מען נעמט עס גענוג ערנסט מען זאל קענען פארשטיין. (אלא שצריך ליזהר שלא יחליף יגיעת הבנת כוונת מילותיו את יגיעת הבנת הענין).