אונזערע היימישע גראסעריס - סעמי גזלנים
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
אונזערע היימישע גראסעריס - סעמי גזלנים
א גראסערי געשעפט מעג בעטן פאר א באטל מילך 100 דאללער אויך, ווי לאנג ער לייגט ארויף א פרייז צעטל אויפ'ן מילך אדער אויף די פלאץ וואו דער מילך ליגט אז די מילך קאסט 100 דאלל. איך מוז עס נישט קויפן איך קען מיך שטעלן אויפ'ן קאפ! -- וואס דער גראסערי טאר אבער נישט טון איז שטעלן (בטעות האף איך) א פראדוקט העכער א פרייז צעטל וואס זאגט אן א אנדערן פרייז וואס דער קאמפיוטער גייט געבן ביים אויסטשעקן.
און זייט וויסן אז זייער אסאך גראסערי רעדזשיסטעס (וואו מ'האלט די געלט) זענען אנגעפילט מיט גניבה גזילה געלט פלעין ענד סימפל!
איך בין אקארשט געווען אין א געשעפט געזען דארט א קליינע מארבל טשיז קעיק פון די קאמפעני "גלאבאל דייעט" די פרייז צעטל אונטער דעם זאגט אן 3.99, איך מאך זיכער צי איך זעה גוט. יא, אויפ'ן צעטל שטייט גלאבאל דייעט קעיק 3.99. ------ אינדערהיים זעה איך אויפ'ן רעסיט שטייט 6.49... איך גיי צוריק און פרעג דעם גוי פשט, זאגט ער סא טעות, און קענטליך אויך צומישט טרעפט ער ענדליך א מייל אוועק א גאר קליינע סייז פון די זעלבע סארט קעיק'ס, און יענץ - זאגט ער מיר - איז 3.99, איי די פרייז צעטל איז געווען פונקט אונטער די קעיק וואס איך האב גענומען? און נישט נאר איין צעטל ס'געווען 2 רייעס פון די קעיקס און אונטער דעם 2 צעטליך. איז דאס א מיסטעיק?? (איך גלייב ליידער אז נישט!)
איך וואלט עס קלאר נישט גענומען אויב ווייס איך דעם ריכטיגן פרייז! און צוריקצובעטן די געלט האב איך זיך געשעמט. איז ער נישט א סעמי גזלן ??
--------
אפאר וואכן צוריק אין אן אנדערן גראסערי האט ער געהאט א קעננד סעלמאן פיש אונטער דעם א פרייז צעטל וואס איז מיר געפאלן. אויפ'ן צעטל שפעטער האב איך געזען אז לא מיניה ולא מקצתיה. קומענדיגע מאל האב איך גערעדט צום מענעדזשער און ער קומט זעהן דער פראדוקט אויפ'ן שעלוו און זאגט מיר: "סארי סיז פאר א קלענערע סייז פיש וועלכע קומט מער נישט אריין, און ער טוט מיר א טובה אז ער נעמט אראפ די צעטל (פון אונטער א פלעסטיק). רבוש"ע ? וויפיל מענטשן האבן דאס געקויפט בלויז פאר'ן ביליגן פרייז?? נישט יעדער קוקט אויפן רעסיט נאכדעם, אידאס נישט פלעין פשוט גניבה??? וואספארא טערעץ האסטו אויף דעים?? -- דער מענעדזשער איז באמת געווען סארי אבער וויאזוי זעהט ער אויס אזוי גלייכגילטיג, אקעי סא מיסטעיק נעקסט קעיס... האבן זיי א העטער דערויף??
------------
מיין לעצטע מעשה איז נישט געווען מיט מיר, און איך האב זייער הנאה געהאט. ס'געווען לעצטן פרייטיק אין א קלענערע פשוטע גראסערי. אינמיטן שאפן זעה איך ווי ס'ווערט א דין ודברים, עפעס אן עלטערע אמעריקאנער אידל מיט א דאזשיק אויפ'ן קאפ האט איינגעקויפט א ווייסע געשניטענע טוילעט פאפיר, דער סקענער זאגט 1.49 אדער 1.09 (נישט זיכער) און דער איד'ל זאגט פארן רעדזשיסטער מאן אז ס'שטייט 79 סענטס אוי'פן צעטל. דער רעדזשיסטער מאן זאגט אז ס'זיכער נישט פאר דעם ס'מוז זיין פאר עפעס אנדערש. איך בין צוגעגאנגען קוקן און איך זעה טאקע ווי ס'שטייט "CUT PAPER .79", איך קוק צי אפשר גייט עס ארויף אויף די אנדערע פאפיר וועלכע קומען ארומגענומען מיט א ברוינעם פאפיר, אבער ניין! יענץ האט אויך א פרייז - א באזונדערן צעטל - פון א דאללער. איז פון וואו אין ג-ט'ס וועלט איז דער צעטל פון 79 סענטס געקומען צופליען? און וואס זוכט עס אונטער די ווייסע טוילעט פאפיר?? -- דער איד'ל האט זיך גע'טענה'ט פאר נאך א 10 סעקונדן און ס'האט נישט געהאלפן, איך האב געזען ווי אויסגענארט דער אלטער שפירט זיך, מ'פילט ווי מ'קען שוין קיינעם נישט טראסטן.
דער אלטער אידל האט זיך געגעבן אזא איידלן רעג אויף, ער הייבט זיינע הענט אזוי אויף ארויף און זאגט "איים אוטע הער! איך גיי קויפן ערגעץ אנדערש!" (גוט!!)
איך האב געזען דא מיט מיינע אייגענע אויגן "וויאזוי איינער אנטלויפט פון א היימישן געשעפט"....
--
איך האב נאך א שווער הארץ אויפ'ן גראסערי וואס האט מיר איינגענארט מיט מיין נארישן טשיז קעיק (מיט ספלענדע UGH!)
וויפיל גניבה געלטער דרייען זיך אזוי ארום אין אונזערע היימישע גראסערי געשעפטן? און מיט וואס פארא העטער זענען זיי אזוי גלייכגילטיג דערצו?

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
מיין שאלה איז נאר פארואס האסטי אזוי ליב דע וארט ""סעמי"" ?
סקימט נושט דא אריין, דעס איז געהעריג גניבה גזילה
אפשר איז די קען טונא פיש געוען סעמאן האסטע געמאכט א גזירה שוה סעמי סעמאן?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קרעקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קרעקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
ווייל למעשה טוט ער עס נישט בידים און מיט א כוונה. ס'קומט פון גלייכגיטיגקייט. און אפשר האט טאקע יא די סעמאן געהאט אן השפעה.... אבער דאס איז שוין געווען א שטיק צייט צוריק. -- אפשר זענען זיי טשיזי גזלנים?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זר זהב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
ס'רייסט דער בריוו. יעדע ווארט אמת. 2 הגהות נאר, ער שרייבט אז די היינטיגע גראסעריס לייגן ניטאמאל א פרייז אויף די שעלוו. מיינע 2 רויבעראציעס איז פארגעקומען ביי א שעלוו וואו ס'יא געווען פרייזן, וויפיל העלפט עס...?? --- נאך עפעס, די גראסעריס וואס לייגן ארויס סקענערס עפ"ר איז עס צובראכן און ער קימערט זיך נישט עס צו פיקסן. און אפילו ווען ס'ארבעט יא נעמט עס א שעה ווילאנג ס'כאפט. קענסט אסאך מאל זעהן מענטשן דרייען אן אייטעם ביים סקענער ווי דעם הינדל ביים כפרות שלאגן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
יואליש האט געשריבן:מיין פרוי האט מיר שוין לאנג געזאגט אז זי האט באמערקט אז גראסעריס ווי רוב קונדן זענען פוד סטמעפס באנוצער, טרעפט זי נישט קיין פרייזן געלעיבעלט. פשוט ווייל ס'אינטערסירט נישט קיינעם. די פאר מענטשן וואס שלעפן ארויס גרינע דאלארן זענען א מיעוט.
ס'דא קליינע גראסעריס וואס די עיקר ביזנעס זייערע באשטייט פון טעלעפאנישע באשטעלונגען. און די פלעצער זוכן זיי בכלל נישט צו סערווירן דעם פיסגייענדן קונד, און דארט איז נישט פארהאן א ביזנעס סיבה צו האלטן די פרייזן געקלעבט אויף די שעלווס.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 21
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 08, 2012 7:51 pm
- האט שוין געלייקט: 10 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
האלט דער עולם אז מען דארף ווען אויסרעכנען די גראסערי אויף די נעמען? אדער מען טאר נישט גיין אזוי ווייט ווייט? ווייל ביידע פראבלעמן סיי די פאלטשע פרייזן אין סיי דאס נישט לייגן פרייזן איז לכה''פ אן ערמה אין די היימישע גראסערי ב'גנבנ'ן אינז טאג טעגליך מיט זייערע פילע רעזשיסטערס,
איך ווער נאך רויט ווען איך זאג ליגענט!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 21
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 08, 2012 7:51 pm
- האט שוין געלייקט: 10 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
עס קומט זיי טאקע קרעדיט פאר'ן לאזען אויפשרייבן, אבער פין די אנדערע זייט האבען זיי א 10 פאכיגע טובת הנאה דערפון וויל איך קען אייך גאראנטירן אז אויב דארף איך ביי יעדע מאל קויפן ארויסנעמן א דאללער פין טאש וואלט איך קיינמאל נישט געקויפט אזוי אפט (מיט ק''ק קען מען דאך נישט באצאלען נאר אויב איך קויף פאר $20 אדער מער,) איך גלייב אז דאס אויפשרייבן טריפעלט די סעילס פין די היימישע געשפעטן
איך ווער נאך רויט ווען איך זאג ליגענט!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 101
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 2:24 pm
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
קראנט האט געשריבן:עס קומט זיי טאקע קרעדיט פאר'ן לאזען אויפשרייבן, אבער פין די אנדערע זייט האבען זיי א 10 פאכיגע טובת הנאה דערפון וויל איך קען אייך גאראנטירן אז אויב דארף איך ביי יעדע מאל קויפן ארויסנעמן א דאללער פין טאש וואלט איך קיינמאל נישט געקויפט אזוי אפט (מיט ק''ק קען מען דאך נישט באצאלען נאר אויב איך קויף פאר $20 אדער מער,) איך גלייב אז דאס אויפשרייבן טריפעלט די סעילס פין די היימישע געשפעטן
די 10 פאכיגע טובת הנאה דארף מען האבן זייער א גוטע קאלקיאלעיטאר צוליב די אלע גראסעריס וואס לאזו אויפשרייבן האבן זייער א גרויסען בוך פון חובות, וואס לאזט נישט דעם געשעפט וואקסען ווי למשל ער קען נישט איינקויפן קוואנטיטי פאר א גוטע פרייז מיט COD ,ווייל עס ליגט ביי די קאסטומערס אין טאש, און דערנאך וועסטו פרעגן פארוואס אנדערע גראסעריס געבן בעסערע ספעשילס.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 359
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
אין דערנאך קומט אן ארטיקל אין די אויסגאבעס פרעגענדיג מיט קראקאדיל טרערען פארוואס מען פארט אריבער די אנדערע זייט ברידזש איינצוקויפן !!!!!!!
ר' איד נאר דיין געלט איז טייער ????? וואס איז מיט מיין געלט ????????
איך פארשטיי אז נישט די האסט געשוויצט דערפאר אבער עס איז פינקט אזוי אידיש געלט איז דען מיין בלוט גרין?????????

- ידיד השטיבל
- הודעות: 279
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
zamel האט געשריבן:קראנט האט געשריבן:עס קומט זיי טאקע קרעדיט פאר'ן לאזען אויפשרייבן, אבער פין די אנדערע זייט האבען זיי א 10 פאכיגע טובת הנאה דערפון וויל איך קען אייך גאראנטירן אז אויב דארף איך ביי יעדע מאל קויפן ארויסנעמן א דאללער פין טאש וואלט איך קיינמאל נישט געקויפט אזוי אפט (מיט ק''ק קען מען דאך נישט באצאלען נאר אויב איך קויף פאר $20 אדער מער,) איך גלייב אז דאס אויפשרייבן טריפעלט די סעילס פין די היימישע געשפעטן
די 10 פאכיגע טובת הנאה דארף מען האבן זייער א גוטע קאלקיאלעיטאר צוליב די אלע גראסעריס וואס לאזו אויפשרייבן האבן זייער א גרויסען בוך פון חובות, וואס לאזט נישט דעם געשעפט וואקסען ווי למשל ער קען נישט איינקויפן קוואנטיטי פאר א גוטע פרייז מיט COD ,ווייל עס ליגט ביי די קאסטומערס אין טאש, און דערנאך וועסטו פרעגן פארוואס אנדערע גראסעריס געבן בעסערע ספעשילס.
דאן פארוואס שרייבן זיי נאך אויף?
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 377
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל
כ'פארשטיי נישט דיע גאנצע קאך,
די באקומסט א פ.ס. קארטל, און דע גראסערי באקומט דאס געלט, נו, מעג נישט די גראסערי טוהן ככל העולה על רוחו, אתמהה.
זאג שקויעך און נעם וואס מ'געט דיר,
נישטאזוי ..??
אה, די גייסט אראפ צו די אפיסעס, ני גיט, אבער איך בין דער גראסערי מאן,
איך זאג דיר נישט וואס צו טוהן, און די זאג מיר נישט,
..אקעי נישט ממש,
אגב, אזוי אויך ביי אלע אנדערע אונזערע\זייערע\ענקערע פראגראמען, צ.ב.ש. ס.8. די לענדלארד שרויפט ארויף די פרייזן, ואין פוצה פה ומצפצף, דאס פארשטייסטו יא ..!?
וואוטשער'ס, באקומסטו קרעדיט פון די מוסדות, פאר קעמפ וכדו' ?,
מעדיקעיד - אינשורענס, דער זאגט איך נעם דאס יא, און דער זאגט צאל צו נאך,
ועוד ועוד.
..און מיין נישט, אלע מן הסתם בויען א בנין אזוי, אז זיי מעגן טוהן מיט דיין, יענעם'ס-באצאלטע-שטייער פראגראמען\אינקאם,
עס איז אזא מין גלגל,
דער (גראסערי מאן\לענדלארד\דאקטער'ס אפיס) באצאלט שטייער, די (זר זהב\...) און יענער נעם'ט עס ארויס, און דא ביינונז איז די שמועס אז דער גראסערי מאן נעמט עס צוריק אריין, וחוזר חלילה,
נישט פארדעם הייסט עס זוזים, שהם זזים מזה לזה ?!
אפשר א שטיקל לימוד זכות ??!

- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
דעיניש, סך הכול זאגסטו אז די גראסעריס זענן נישט די איינציגע גנבים, ביזט כשר גערעכט ביי אינז ערליכע יודען איז שווער צו טרעפן א כשר דאלער פריי פון חשש גזל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- נס קאווע
- היימישער באניצער
- הודעות: 411
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל
פארוואס ארבייט די סקענער אין די בעק אייביג שוואכער ווי די אין די פראנט און נאכדעם איז ער א גוטער קום אהער כ'על די עס סווייפן און איך דארף זיין קהל'ס נער צוריקצולייגן ווייל כ'האב געמיינט ס' ביליגער, און מיין נישט אז ער לייגט עס פאר דיין באקוועמליכקייט ליגאל דארף מען לייגן פרייזן עטליכע סטארס אין וויליאמסבורג האבן גאנץ לעצטענס באקומען טיקעטס פאר נישט האבן פרייזן אפילו נישט גראסעריס, אז דו ווילסט ער זאל זיך פיהרן ליגאל פארלאנג עס פון איהם (נאר אויב דו ווילסט ער זאל זיך פיהרן ליגאל (אלך ואמסור איז שוין אסור)