נאך אפאר דמעות על אדם כשר (מהנ"ל):
ליידער ליידער האבן מיר דאס פארלוירן, אזעלכע הארציגע דרשות אויף שמירת עינים, בבחי' כל עצמתי תאמרנה.
אלץ גאר יונגע בחור האב איך מיך פארגענומען פארשידענע גדרים אויף שמירת עינים נאך דעם וואס דער צדיק אמת האט אריינגעלייגט אזא קאכעדיגע עבודה אין מעורר זיין יודן אויף דעם, און אלעס במתק לשונו, מיט א שטיק אהבה צו יעדן אידיש קינד.
און איבער צדקת פזרונו וואס ווערט דא פארציילט איז פארהאן צענדליגע אזעליכע מעשיות וואס איך האב געהערט כמה וכמה פעמים פון אסאך אנדערע מענטשען אין אסאך אנדערע מקומות איבער די וועלט.
ווען איינער האט נאר גערעדט צו איהם איבער א צרה, נישט קיין חילוק צו וועגן א חולה אדער וועגן נחת פון די קינדער, א שווערע קארט קעיס, א איד דארף געהאלפן ווערן מיט קינדער, פרנסה, שלום בית וכו' וכו', אלץ האט מען געשפירט ווי ער פילט מיט די צער, און פרובירט צו העלפן מיט וואס ער קען נאר, צי געלט צי עצות, און נאך דעם האט ער הערשט אנגעוואונטשן.
אוי, מי יתן לנו תמורתו!!! א נייע וועלט! א וועלט אן ר' מיכעלע זי"ע! א וועלט אן די הייליגע דיבורים, די ברענעדיגע תפילות, די קאכעדיגע דרשות, די מהות פון זיך משתתף זיין בצרת הכלל והפרט, די גוט וארט פאר יעדן מדוכה.
אוי איך קען מער נישט שרייבן נישטא מער קיין ווערטער
ער איז געווען פאר א צירקע פופצן-צוואנציג יאר צוריק פארהערן ביי אונז אין תלמוד תורה עטליכע כתות. ער האט צוגעזאגט אז די מצויינים וועלן באקומען א טאשן-זייגער פאר א מתנה. למעשה האט ער זיכער געמאכט אז יעדער האט פיין געקענט אפילו ווער נישט... אלע האבן באקומען דעם צוגעזאגטן טאשן זייגער. (עס ליגט מיר נאך ערגעץ ביי מיין טאטן אינדערהיים, דארף איך עס אפיר זוכן.)
אן ערליך און זיס איד געוועזן. אזוי אויך א זעלטענער איש אמת.
איך האב איהם אמאל געהערט פרייטאג צונאכטס זאגן די ווערטער 'ולעורר לבי', ער האט עס איבערגעזאגט עטליכע מאל, מיט אזא השתפכות הנפש, מיט אזעלכע געגועים, און אזוי פלעגט אויך זיין ביים יהי רצון פאר חנוכה ליכט.
אין מיינע אינגע יארן פלעגט ער פארהערן די קינדער א עמוד גמרא אויסענווייניג (און בשעת'ן פארהער מיטזאגן הויך די לשון) און טיילן מתנות דערנאך.
ער איז געווען א צדיק נסתר ממש, עס איז הערשט די לעצטע 15 יאר וואס מען האט איהם אנגעהויבן רעספעקטירן, כאטש אז ער פאר זיך האט גארנישט געדארפט, ניטאמאל געוואוסט וואס כבוד מיינט. מיט זיין יראת שמים און זיין תמימות, איז ער געווען א יחיד בדורו. געלעבט בלויז פארן באשעפער.
איינמאל בשנת תשס"ט בין איך געווען ביי מלוה מלכה אין מאנסי ביי ר' מעכעלע, איז דארט געזעצן א איד וואס פון תשל"ט גלייבט ער אין קיינעם נישט, אבער האט זיך צוגעטשעפעט צו ר' מעכעלע זצ"ל
און ער דערציילט מיר מיט טרערן אין די אויגן, אז פאריגע פרייטאג איז ער צאמגעפאלן אין זיין געשעפט אין קרית יואל, און הצלה איז געקומען איהם ראטעווען. למעשה האט די הצלה פארארדענט ער זאל זאפארט אריין געפירט ווערן אין שפיטאל, זאגענדיג אז ס'קוקט אויס אז ס'איז די הארץ, און מ'ברויך שנעל אויפשטאפן אפאר אדערן, האט ער געזאגט אז ער טוהט נישט גארנישט אן זיך דורך רעדן מיט זיין רבי.
דער איד האט געקאלט ר' מעכעלע, וואס האט איהם געזאגט ער זאל אהיים גיין ווייל ס'איז יעצט ערב שבת, און ס'וועט בעז"ה זיין אלעס אין בעסטן ארדענונג. ער לייגט אראפ דעם טעלעפאון, און זאגט פאר די הצלה אז ער גייט אהיים ווייל זיין רבי האט אזוי געזאגט, פרעגן זיי איהם ווער איז דיין רבי, זאגט ער זיי ר' מעכעלע נתניה, זיי צושמייכלען זיך און פריוון איהם איבער רעדן ער זאל יא אריינפארן, אבער נאכן זיך עקשנ'ען האט מען איהם געהייסן חתמ'נען אז ער איז אויף זיין אייגענע אחריות נישט אריינגעקומען, און זיי האבן איהם געלאזט גיין.
זאגט מיר דער איד, זעהסט איך בין דא געזונט און פריש (דער איד לעבט נאך לאוי"ט).
אזוי אויך ווייס איך פון א חשוב'ן איד, וואס האט נישט געקענט ענדיגן דעם חודש, איז ער יעדן ערשטן למספרם ארויף צו ר' מעכעלע אויף ריטא עוועניו, און אויפגעפיקט דאס איבעריגע וואס האט איהם צוגעפעלט!
איך אליינס בין אויך אמאל געווען ביי איהם נאך געלט, און ער האט אויסגעליידיגט זיינע טאשן, אן צו קוקן וויפיל ער געט, און פאר וועם ער געט.
אזוי אויך ליגט מיר נאך אין די ביינער די חנוכה ליכט, וזרעי, וזרע זרעי, וזרע זרע זרע זרעי, וואס איז געזאגט געווארן מיט אזוי פיל טרערן און השתפכות הנפש.
זכותו הגדול יגן עלינו
ב"ה נהנה געווען פונעם צדיק, בימי הבחרות פלעג מיר זיך אריינרוקן א גרופע בחורים ביי אים אינדערהיים אויף שבתים אין מאנסי אויף ריטא. דעמאלס האט ער געהאט עפעס א תימינים רעביצין, געזעהן זיין עבודה בתמימות פרייטאג צונאכטס, זיך בכלל נישט געלייגט שלאפן, פלעגט ער שטיין מיט א ספר און איבערגעגאנגען דעם זעלבען שטיקל כסדר מיטן שטימע זיינעם, ארויף דעם טאן צוריק אראפ מיטן טאן (ווער קען דען דאס נישט נאכמאכן).. דערנאך צופרי פלעגט זיין א וועקן צום געדענקען, דאס הויז האט געדונערט פון די קנאקערייען אויף די ווענט מיט זיין באוואוסטן שטימע... קריטשמע, אויפשטיין קריטשמע ליינען וואס איז דא, וואס פאפט איר... זיסע בחורים ציז טשוין זמן קריטשמע, רבותע וואס טוט איר דא? באשעפער איינציקער קריטשמע... קיין ברירה האב מיר פוילע בחורים נישט געהאט נאר ארויסגעשפרינגען פון בעט אבי די זעצערייען זאל זיך אפשטעלן..
בדידי הוה עובדא, איך האב מיר צובראכן מיין קליינע פינגער אויף די רעכטע האנט, ס'איז געווען א שבת, ס'איז געווארן אויפגעשוואלן ווי א באל, מוצאי שבת בין איך געפארן קיין מאנסי, צו ר' מיכלי זצ"ל, ער האט מיר געפרעגט וואו טוט דיר וויי, איך האב אים געוויזן מיין האנט, ער האט עס געגלעט עטליכע מינוט, אויך די געשווילעכטץ, איך בין ארויס פון דארטן מיט א נארמאלע הענט, ווי גארנישט געווען.
נ.ב. איך האב בשעת מעשה שוין דערציילט די מעשה פאר אסאך אידן.
איך האב נאך א זאק מיט אמת'ע אזעלכע מעשיות וואס איך האב אליין מיטגעהאלטן, פירסט הענד. זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע.
כ'האב געהערט בערך 25 יאר צוריק (דעמאלט איז נאך געווען אסאך ערנסטע אידן פון פאריגן דור, מ'האט זיך נאך געקענט ערלויבן אים אנצוקוקן ווי א אינטערסאנטע איד....) פון זיינס א בעל אכסניא, אז דער איד שלאפט כמעט נישט ביינאכט, ענליכס האב איך געהערט פון א איד וואס אסאך גרויסע רבי'ס זענען ביי אים איינגעשטאנען, אז פון אלע רבי'ס איז ער געשלאפן די ווייניגסטע.
כ'געדענק זיינע מלוה מלכה'ס אין מאנסי, פלעגט פארציילן שיינע מעשיות, מאדנע וויצן, די קלימאקס פון די וויצן פלעגט זיין ווען ער אליין פלעגט זיך געבן א כאפ ביים נאז, און אויספלאצן אין א געלעכטער.... כ'געדענק גוט דעם תנו רבנן כיצד מרקדין..
ליגט מיר אין די ביינער זיינע דרשות, א שובבי"ם דרשה אין כולל.. פון עפעס א גדול וואס איז געקומען צו איינע פון די צדיקים, יענער האט געשריגן אז א נואף איז אריין געקומען וכו', למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז יענער האט זיך נישט געהיטן די אויגן וכו' ווי אויך פלעגט ער שרייען אז דאס וואס מזאגט יוה"ק אנו מתירים להתפלל עם העבריינים גייט ארויף אויף די מזיקים וואס ווערן באשאפן פונעם חטא הידוע רח"ל... און זיי לויפן נאך דעם מענטש, און בעטן אים מזונות.. הלמאי, דו האסט אונז באשאפן, ליגט מיר אין די ביינער זיין געשריי "נו, וויאזוי ווערט מען פון די חברה פאוטעררר (פטור)?!" עניוועי, געדענק נישט פונקטליך, מסתם אז מ'טוט תשובה..
חבל על דאבדין