אוי ציגארעטעלע... וויאזוי האלט מען צוריק איינעם?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל
קאנטאקט:

אוי ציגארעטעלע... וויאזוי האלט מען צוריק איינעם?

שליחה דורך קאמפיאטער »

אנגעפאנגען האט זיך עס ווען איך בין נאך געווען א קליינע יעשיבע קעטאנע בחור'ל, איך וואלט אים היינט אנגערופן נאך אין די פעמפער'ס, אין איך האב געהאט אפאר פרענדס פין א עיטש עלטער פון מיר, זיי זענען געווען ריפערס קילע בחורים, איינער האט מיר אויסגעזאגט בסוד סודות אז ער האט א באקס ציגארעטלעך וואס ער האט פארשאפט פון זיין ברידער וואס איז גוט מיטן גוי פון זיין ישיבה, אין ער פלאנט עס מיטצוברענגען אין קעמפ, אבער איך זאל פאר קיינעם נישט אויסזאגן.

איך האמיר געגרייט צו גיין אין קעמפ, איינגעקויפט אלע גוטע זאכן, ווען מיין מאמע האט נישט געזען האב איך געקויפט פאר פופציג צענט א לייטער, און פונקט דעמאלטס האט דזשי ען דזשי אנגעפאנגען צי מאכן די טאש אין די הויזן וואס איז אזוי באהאלטן אינטערן פאסיק, הקיצור עס איז געווען ווי געגאסן..

איין ליל שישי איך בין אויפגעשטאנען פרי, צו לערנען שטייצעך, דעמאלטס האב איך געהאט די זכי' מיטצוגיין מיט יענעם בחור, ער זאגט מיר אז ער איז שוין א העווי סמאקער ער קען זיך שוין נישט איינהאלטן, ער מוז איינמאל א וואך כאפן א ציגרעטעל...

ער קען אבער נאר אויב ער רייכערט ציזאמען מיט א קאפפי, סא איך זאל אים מאכן א קאפפי און איך זאל אים ווארטען אין בעק פון די פול, איך קום דארט אן, איך זאג אים גלייך אז איך האב א לייטער אויב ער וויל קען ער עס אנצינדען מיט מיינס, ער האט מסכים געווען אנצוצינדען זיין ציגרעטעל מיט מיין לייטער, דעמאלטס האב איך די ערשטע מאל געזען ווי ער נעמט ארויס א האלב אויסגעניצטע ציגרעטעל פין א זילבער פאפיר אזוי האלט זיך עס פריש. איך קען נישט סמאקען אלטע ציגרעטליך, איז ער מסביר, אז מען סמאקט מיט א גאפל בין איך געוואר געווארן הערשט אין פיטום....

נאך אפאר מאל אריין ציען נעמט ער זיך שפייען און איז מסביר ווייל סמאקען מאכט שליים ווייל די שטאט הייסט עס דווקא אזוי מאכן ווייל אזוי וועלן מענטשן נישט וועלן אנפאנגען צי סמאקען.

א יאר שפעטער ביי כ"א כסלו האט מיר איינער פארקויפט א ציגרעטעל פאר פינעף אין זיבעציג צענט אין איך האב געגעבן מיין ערשטע צי, איך האב געוויסט אז איך גיי היסען סא איך הא מיר גלייך אוועקגעדרייט פון מיין חבר אזוי אז ער זאל נישט זעהן, זייט דעמאלטס האב איך אנגעפאנגען אויפצושטיין יעדע ליל שישי לערנען מיט מיין חבר וואס האט געהאט די שליסלעך פין זיין קאזינס לאקער אין שול און.....

יעצט שוין נאך ווייסעך וויפיל יאר, קאסט עס געלט און געלט, וואס וועט זיין דא ווייסעך נישט. סא אויב האט איר א זון וואס גייט יעצט אין קעמפ און איר טראכט אז עס מעגליך אז ער זאל אנפאנגען, ניין!! זאלט איר נישט רעדן צי אים ווייל עס וועט בדרך הטבע נישט אויפטין, נאר אפשר א קאפיטל תהלים.

אה, אבער עס איז געווען גוטע צייטן דעמאלטס יעדע קליינע לעכל אין וויליאמסבורג געוויסט וואו ער איז מוכשר פאר א ציגרעטעל..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאמפיאטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
actually; i'm using my blackberry more than my computer

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר