האב איך געזעהן אז דער ליובאוויטש'ער רבי ז"ל שרייבט אין זיין הגדה אז אויב קען מען נאר עסן איין כזית זאל מען זיך מתנה זיין אז עס איז א זכר לפי די שיטה שהלכה כמותה.
אין א בריסק'ער מאמענט קען מען חוקר זיין צו א 'זכר' [מצד עצם מהותה] לאזט זיך מאכן על תנאי...
--------
אז מען רעדט:
אין שו"ע הרב [סי' תע"ז] שטייט:
בזמן שבית המקדש היה קיים היו אוכלין הפסח בסוף כל הסעודה, כדי שיהיה נאכל על השובע, דהיינו שהפסח יהא גמר כל השביעה, כדי שיהיו נהנין באכילתו ותחשב להם, שאכילת כל הקדשים צריך להיות דרך חשיבות וגדולה, שנאמר קדשי בני ישראל לך נתתים למשחה, כלומר לגדולה וחשיבות כדרך שהמלכים והגדולים אוכלים.
ואין מפטירין אחר הפסח אפיקומן, כלומר שלא יהיו נפטרין מאכילת הפסח באפיקומן (פירוש אפיקומן כלומר הוציאו והביאו מזונות ומאכלים על השולחן), דהיינו שלאחר אכילת הפסח לא יאכלו שום מין מזון ומאכל בעולם, שלא יעבור טעם הפסח מפיו על ידי טעם אותו מאכל.
דער פסח האט מען געגעסן סוף סעודה על השובע, דהיינו אז מיט'ן שטיקל פלייש ווערט ער זאט, דערנאך מעג מען שוין גארנישט עסן כדי די טעם הפסח זאל נישט אוועקגיין.
[דר"א, דער מרדכי סוף פסחים האלט אז בזמן המקדש האט מען געפראוועט די סעודה פאר די סדר, קודם האט מען געגעסן סעודת יו"ט און ערשט דערנאך האט מען געזאגט די הגדה, געטרינקן די כוסות און געגעסן פסח מצה ומרור].
אין רמב"ם שטייט אבער אן אנדערע סדר, אין פ"ח פון חו"מ שרייבט ער:
ואחר כך מברך ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וצונו על אכילת הזבח ואוכל מבשר חגיגת ארבעה עשר תחלה. ומברך ברוך אתה ה' אלהינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וצונו על אכילת הפסח ואוכל מגופו של פסח.
ואחר כך נמשך בסעודה ואוכל כל מה שהוא רוצה לאכול ושותה כל מה שהוא רוצה לשתות. ובאחרונה אוכל מבשר הפסח אפילו כזית ואינו טועם אחריו כלל. ובזמן הזה אוכל כזית מצה ואינו טועם אחריה כלום. כדי שיהיה הפסק סעודתו וטעם בשר הפסח או המצה בפיו שאכילתן היא המצוה.
דהיינו, קודם עסט מען פון די חגיגה ביז מען איז כמעט זאט [וואס דאס איז דאך די סיבה פאר'ן ברענגען א חגיגה בכלל], דערנאך מאכט ער א ברכה על אכילת הפסח און ער עסט פונעם פסח, ערשט נאכדעם עסט מען די סעודה און צום סוף עסט מען נאך א כזית פונעם פסח און עסט גארנישט דערנאך כדי איהר טעם זאל בלייבן אין מויל.
עפ"י חשבון דארף אויסקומען אז לפי הרמב"ם איז די לעצטע כזית שוין געווען אן אכילה גסה, וואס איז שוין א שאלה צו מען איז יוצא [קודם געגעסן פונעם חגיגה ביז גמר שביעה ולא עד בכלל, דערנאך פונעם פסח און ערשט נאכדעם א סעודה].
לכאורה דארף מען זאגן אז דער רמב"ם טיילט עס טאקע אין צוויי עקסטערע זאכן [דינים?...], עס איז דא א חיוב אכילת הפסח, אכילה דוקא, דאס מוז זיין על השובע און נישט אן אכילה גסה און דאס איז מען מקיים פאר די סעודה מיט א ברכה על אכילת הפסח.
דערנאך איז דא א נייע ענין אז עס זאל בלייבן טעם מצוה בפיו, אויף דעם דארף ער עסן נאך א שטיקל פלייש צום סוף, און וויבאלד דאס איז שוין נישט קיין דין 'אכילה' קען עס זיין אן אכילה גסה אויך.
די ערשטע אכילה איז א מטרה, די צווייטע איז נאר אן אמצעי.
-----------------
אין שו"ע הרב [סימן תע"ח] שטייט:
אחר אכילת אפיקומן אסור לאכול שום מאכל בעולם חוץ ממצה שמורה משעת קצירה או משעת לישה כדי שלא יעבור מפיו טעם מצה שמורה של האפיקומן על ידי טעם אותו מאכל.
זאגט ער א חידוש אז מצה מעג מען עסן נאכ'ן אפיקומן.
במושכל ראשון האב איך געטראכט אז דאס איז מכח 'מאי חזית', ווער זאגט אז דוקא די ערשטע כזית איז געווען די אפיקומן, די לעצטע מצה וואס ער עסט איז דאך פונקט אזא מחותן, זאל ער זיין 'אפיקומן'.
וידוע די עצה פון דעם אבני נזר, אז אויב זעהט מען אז מען וועט נישט קענען אריינכאפן דעם אפיקומן פאר חצות, זאל מען עסן א כזית מצה פאר חצות על תנאי: אויב איז חצות מעכב דעמאלטס זאל דער כזית זיין לשם אפיקומן, און נאך חצות קען ער געהעריג עסן ווייל עס איז שוין נישט דער זמן הראוי פאר די מצוה [פונקט ווי מיר עסן דעם נעקסטן טאג], אבער אויב איז חצות נישט מעכב דעמאלטס עס איך דאס אלס א פשוט'ע שטיקל מצה - נישט לשם אפיקומן, און דער אפיקומן קען ער עסן נאך חצות.
האט דער בריסק'ער רב גע'טענה'עט אז מען דארף נישט בפי' אויסשמועסן דעם תנאי, ווייל אפיקומן איז נישט עפעס א חלות אויף א געוויסע שטיקל מצה, נאר וועלכע שטיקל מצה ער עסט די לעצטע [בתוך הזמן הראוי] איז אטאמאטיש 'אפיקומן'.
ועד"ז בענינינו.
למעשה, אויב וואלט ער דאס געמיינט וואלט ער לכאורה געדארפט אויסשמועסן אז לכתחילה זאל מען עס עסן אנגעליינט...
אלא מאי מיינט ער פראקטיש, אז מען עסט נאכ'ן אפיקומן נאך מצה נעמט עס נישט אוועק דעם ארגינעלן טעם מצת מצוה וואס ער האט פונעם אפיקומן, וואס האט מיר דערמאנט פון יאנקל'ס שיף...