אין אנדערע נייעס איז ר' אהרן טייטלבוים מרא דאתרא פון קרית יואל געגאנגען די וואך מנחם אבל זיין איינעם מארקאוויטש, און ווי א ריכטיגער הדיוט קופץ בראש האט ער זיך אריינגעשטיפט און אראפגעזעצט אויפן פאדערשטע רייע צווישען אנדערע עכטע רבנים און זיך גענומען דבר'נען ווי כאילו ער איז עפעס א ריכטיגער רב און ער באלאנגט צו זיצן נעבען נייפעסטער רב און דעם ספינקא רבי.
אין א דריטע נייעס האבן צושויער נישט געקענט גלייבן זייערע אויגן ווען זיי האבן געזען "דער בלאט" ליגן און די געשעפטן נעבן "דער איד" און "די צייטונג" כאילו זיי זענען א געהעריגע צייטונג ווי אלע צייטונגען און נישט סתם א לופטיגע פעפער מיט הוילע לצנות און ווילדע פאנטאזיעס.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.