מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א וויזשניצע בחור האט חתונה געהאט מיט א בעלזע מיידל . די ערשטע טאג האט זי עים אנגעגרייט פלייש צי די זאך ... אין ער קימט אהיים אין זי סערווירט עים אין נישט מער אין נישט ווייניגער זאגט ער ביי אונז זענן פסול די בעלזע שוחטים !עס איז געקומן ביינאכט אין ער איז געווען גרייט צי שטופען... ריפט זי זיך אן צי עים אה אנטשילדיגט ביי אונז זענען פסול די וויזשניצע מוהלים...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

צו געזען א אינטערעסאנטע סצענע ווי אן אמבולאנס פליט אראפ בעדפארד עוו' מיט אן עלטערן פרוי אינעווייניג אין פין אינטער דעם פליט אן אדעסי מיטן גאנצן קראפט . די הצלה מאן זעענדיג אין שפיגעל דאס .געבט זיך א שטעל אפ ביי קארנער ווילסאן סט' דער יונגערמאן פונעם אדעסי קימט צי לויפן מיט אל א טעם אין פרעגט פארסאפעטערהייט זי לעבט נאך ???.. אין ער פרעגט די ביסט איר זון די ווילסט מיט קומען אין שפיטאל? ניין זאגט ער איך וויל וויסן צי די דירה איז איז נאך עוועליבל...!..! :D
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:צו געזען א אינטערעסאנטע סצענע ווי אן אמבולאנס פליט אראפ בעדפארד עוו' מיט אן עלטערן פרוי אינעווייניג אין פין אינטער דעם פליט אן אדעסי מיטן גאנצן קראפט . די הצלה מאן זעענדיג אין שפיגעל דאס .געבט זיך א שטעל אפ ביי קארנער ווילסאן סט' דער יונגערמאן פונעם אדעסי קימט צי לויפן מיט אל א טעם אין פרעגט פארסאפעטערהייט זי לעבט נאך ???.. אין ער פרעגט די ביסט איר זון די ווילסט מיט קומען אין שפיטאל? ניין זאגט ער איך וויל וויסן צי די דירה איז איז נאך עוועליבל...!..! :D


זייער אלט, אבער ווערט א שמייכל
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די ספארדישע וואס ניצן די וואסער ספרעי זיך אפ צי " וואשן " נאכן מיכנען אין בית הכבוד ווערן " ברעין וואשט ".... ! (ווייל די ברעין ליגט זיי רובצת תחת...) :D
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

בידערמאן שבת אין מירון (נאר א וויץ- קיינעם נישט פערזענטליך)

שליחה דורך chusid »

ק/פ (קרעדיט: חיים שאולזאהן)
אתה צריך להבין ר' מיילעך בידערמאן טוב לשני סוגי אנשים או מגידים ובעלי דרשנים שרוצים לדלות מבארו המלא פנינים ואמרות יקרת, [אשר בלי שום ספק שהוא חידוש גדול בזה, ואפילו כשהוא חוזר מאות פעמים על אותן בדיחות וסיפורים של דער בער מיט דעם לייב מיט יענער אראבער וכדומה, אבל אין ביהמ"ד בלא חידוש],
או מגיעים אליו אשכנעזישע חצאי בעלי תשובה שרוצים קצת טערעפי על המח, ואותם כבר רק משעשע רק מי שרוקד על השולחן מלא בחבית שכר וזורק מנעליו ומעיף כובעים, וכמובן שאם שומעים עוד באמצע סיפור מרבי מאטיל סלאנימער זה כבר משהו ענק, והוא מסביר שלא צריך כלום ואפילו דו ביזט גארנישט, דו שטינקסט, דו סראחעסט, אבער דער אייבישטער האט דיר ליב אזוי ווי דו האסט ליב דיין קינד אפילו ער האט געמאכט אין פעמפער, און דער עיקר איז די פינטעלע אמונה אין הארעעעעעעעעץ, אבל זה באמת לא מחייב שום דבר, הנהירה והסחף אליו הוא מאותה סיבה שכל הבעלי עבירות והבעלי תשובות מתחברים דייקא לברסלב ולחב"ד, כי שניהם אין מחייב שום דבר, אתה יכול להסתובב עם האייפאן ולזלול מאכלים בלי הכשר באמצע דיזנגאוף ולהיקרא חבדני"ק, ואתה יכול שלא ללמוד חודשיים ולהסתובב עם קדירה על הראש ונעלי קראק"ס על ווייסע זאקן מיט א רויטע קאפל ולצחוק כגלי הים, ולהגיד שאתה מחובר לרבינו נחמן ועובד על שמחה.
ה"ה כן כל הר' מיילעך בידערמאן, הכל ריגושים של שטויות, ועל כן אין כאן בארץ ישראל בני עליה או אברכים עובדי ה' מאף חצר שבעולם שמסתובבים אצלו רק או מגידים וסקרנים, או אנשים שאינם שבעים וממלאים בטנם בדברים של ממש, ואינם נהנים מלהיות נארמאל.
אבל לבני אמעריקא זה ממש מוציא מיט האניג, כי שם יש תאווה גדולה להנות מטל השמים ומשמני הארץ יחדיו כרוכים מן השמים, לחטוא ולשוב בתשובה בכפיפה אחת, ורק ע"י שניהם ביחד הוא מרגיש את גודל התענוג בזה שהוא חי, די אידן וואס לערנען א בלעטל גמרא אבער מיט א גלעזל ווייסע הייניקען ביר, לערנען א שיעור גמרא אויפן וועג צום ביטש, שבועות זינגען די פלאנטשע אהבה רבה דייקא מיט לאנגע רצועות של בשר ולשונות בחרדל, זיי קומען צו הרב עפגי'ן פון ראש העין אויף יום כיפור אין זינגען דעם רבינ'ס ונתנה תוקף, ראש השנה פארן קיין אומאן אבער דאווענען מיט א מנין וואס זאגט צוויי מאל 'יביא יביא' ביי בראש השנה יכתבון און עסן מיט אידן וואס שטעלן צו חריין צו די פיש, און לעם פלייש די צווייטע נאכט ראש השנה, פארן וויינען קיין ווילעדניק און שלאפן אין די גרויסע האטעל אין קיעוו, פארן קיין סיגעט און מאכן א ווידיא ווי אזוי זיי זענען זיך משתטח אויפן ציון צו קענען גראד שיקן פאר זיין יענטע אין מעי"ל, זיי ווילן באקומען אין וואטאצאפ די בכיות פון ר' יוסף חיים גריננואלד אין ראדעשיץ, און סקולענער רבי ביים אנגרייטן די קנויטלעך.
פאר די מענטשן מיין איך אז עס גייט גוט געלונגען דעם שבת, ווייל אזוי ווי עס שנייט אין מירון, איז די פלאן ווי פאלגענד:
מ'וועט פארן אויף שבת קיין נירוואנע נעבן ים המלח, מ'וועט אריבער ברענגען דארטן אין חצר רבי שמעון בר יוחאי מיט נפתלי פרידמאן מיט די בגדי לבן, און ר' מיילעך וועט דארט דרשענען און ווארפן די שטריימל, יואלי קליין וועט דארט זינגען אפילו בהסתרה, און מוטי שטיינמעץ וועט קוויטשען ויהו רחמיך מתגוללים, מאיר אדלער וועט שפילען אמר רבי עקיבא רבי מיילעך וועט אנצינדען א ציגרעטל,
פרייטיג וועט מען ברענגען הרב אבוחצירא אויף חכמת הפרצוף, און הרב משי זהב אויף חכמת היד, מ'וועט מעביר סדרה זיין אין סווימינ"ג פאל, און פארלערנען אור החיים הקדוש ביים טועמיה פון יענקל אטיק פון אלע חלקי הבהמה צלי אש על ראשו ועל כרעיו ועל קרבו, ביים שפאציר על שפת הים וועט ר' מיילעך פארזינגען די שירה, מ'וועט דערציילן סיפורי צדיקים ביים אנשמירן די שוועבל און מ'וועט זיך אונטער זינגען דעם קאלובער ניגון פון גלות גלות, שלש סעודות וועט זיין פרישע שטיקער בשר בהמה אנאיינעם מיט זינגען די ד' בבות און די נענועים ניגון, מ'וועט טיילן מטבעות פון רבי יעקב מאיר שעכטער און פשעווארסקער קנאבל, מוצאי שבת וועט מען מתפלל זיין ביי לוט'ס ווייב, און מ'וועט פארענטפערן די אור אלטע קשיא פון אברהם אבינו אולי יש חמישים צדיקים בתוך העיר.
שיין זעהן מיר אויס....
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שפעטיווקער רעבי קומט אריין צום דאקטער אין דער דאקטער פרעגט עים וואס איז דיין נאמען ?זאגט ער שפעטיווקער רעבי ,זאגט עים דער דאקטער איך האב געפרעגט דיין נאמען נישט דיין קרענק... :D
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הוגה האט געשריבן:
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:די אידן פון וויליאמסבורג האבען ענדליך געווינען דעם געריכט אז די תורה איז צו שווער. האט דער באשעפער געזאגט, מסכים, מארגען צופרי 10 אזייגער וועלען שטיין גרויסע טרעילערס ביי ליע עוועניו ביי די הייוועי און אויך ביי בעדפארד און די הייוועי און דער עולם ווערט געבעטען מיר צוריק געבען די תורה.

צופרי האט זיך אנגעהויבען א געשלעפאכטס מען האט געברענגט...
שטריימלעאך ספאדיקעס, ווייסע זאקען, שווארצע זאקען, שווארצע (עקעלדיגע) קעצי גלעזער, בעקיטשעס, רעזשאווילקעס, ישיבה חאלאט, ר"ת גאטשעס, שפיצלעך...

אין מיטען קומט ארויס א בת קול...

איין מינוט! איך האב געבעטען מיין תורה, פארוואס ברענגט מיר איעדער זיין גארביטש?


דאס איז אן אלטע משכיל'ישע ווערטל, עפ"ל, וואס גייט אזוי:

די באשעפער האט געזעהן אז אידן באקלאגן זיך אז די תורה איז צו שווער, האט ער געזאגט אז פאר וועם די תורה איז צו שווער וועט מען קומענדע זונטאג צופרי קענען צוריק ברענגן די תורה צום מארק פון די שטאט און ער וועט עס צוריק נעמען. ויהי ביום הראשון, די גאנצע שטאט שלעפט פעק און זעק פון ספרים. דער ברענגט זיין חתן ש"ס, דער זיין סעט טור און שולחן ערוך, דער זיין דרשות חתם סופר, דער זיין סעט נטעי גבריאל, דער זיין כתבי רבי חיים וויטאל, דער זיין דברי יואל וכו' וכו' צענדליגע טויזענטע ספרי קודש האט מען געברענגט אין מארק יענעם זונטאג. ביינאכט איז די באשעפער אנגעקומען און האט גענישטערט אהין און אהער ביז ער האט געטראפן א חמשה חומשי תורה און ער רופט זיך אן, "דאס איז מיינס, די איבעריגע ווייס איך נישט וועמענס עס איז".


.

הוגה: דאס איז נישט אזא געפערליך אדער משכיל'יש ווערטל. מיין ראש ישיבה האט עס אויך געזאגט אויף אן אנדערן אופן. אז ווען משיח וועט קומען וועט זיך דער אייבישטער (כביכול) אנרופן...איך האב ענק געשיקט אין גלות אריין מיט איין חומש'ל און עטץ זענט אנגעקומען מיט א גאנצע ספרים שאפע...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די שניי איז אזוי ווי א שוויגער ,איז שיין די ערשטע פאר מינוט. אין נאר די קינדער האבען איר ליב..
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:די שניי איז אזוי ווי א שוויגער ,איז שיין די ערשטע פאר מינוט. אין נאר די קינדער האבען איר ליב..

און לאזט איבער א חורבן אויף אפאר וואכן
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א יוד שטעלט אפ ר'אייזיק שניטצלער אין פרעגט עים צי ער גייט אויפן ברית אין ראדני .זאגט ער גיין אויפן ברית זאלן אלע גוים איך גיי אויף די פיס... :D
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

א מנהל פון א ישיבה אין ירושלים רופט אן א מלמד און זאגט איהם...
היינט דארפסטו נישט אריין קומען ווייל צוליב די שניי זענען נאר 6 קינדער פון דיין כתה אנגעקומען.

זאגט איהם צוריק דער מלמד... איך גיי סיי ווי ווייל דא אינדערהיים האב איך 16
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך טרעף מיינ'ס א חבר אויפן גאס צובלוטיגט זאג איך עים יוסי לויף אהיים , זאגט ער מיר ניין איך קום יעצט פון דארט...!
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

א מנהל מיט א סענס אוו הומאר!!!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

א רבי אין חדר פארהערט א אינגעל פרשת נח.
דער אינגעל זאגט...
צא - גיי ארויס
אתה - דו
ואשתך - אםםםם איך ווייס נישט די טייטש

זאגט דער רבי... ואשתך איז אזא זאך וואס איך האב, דיין טאטע האט דאס אויך, און ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו דאס אויך האבען...

זאגט דער אינגעל... איך ווייס שוין... ואשתך - א הויקער.
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מאן: איך גיי פייערן מיין נייע ארבייטער ! ווייב: פארוואס? מאן: שוין דריי מאל וואס ער איז מיר כמעט איבערגעפארן אין דערהארגעט ! ווייב: אפשר דאך גיב עים נאך איין טשענס ...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

צוויי גאליציאנע חברה .נו יענקל די פארסט קיין לאדזש?, ניין איך פאר קיין קראקע !, הע די מיינסט איך ווייס נישט אז די פארסט טאקע קיין קראקע נאר די זאגסט קראקע אז איך זאל מיינען די פארסט קיין לאדזש ...!
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

פארציילט מיר א מלמד.

נעכטן איז געווען די יומא דהילולא פונעם בעל התניא זי"ע.

האט ער געפרעגט אין חדר צו סאיז דא א אינגל וואס ווייסט וויאזוי דער בעל התניא האט געהייסן.

נאר איין אינגל האט געוויסט, ער האט געהייסן מעכעלע...

C/P
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביי איינע פין די רעבישע הויפן פרייטאג צונאכטס ביים טיש האט דער רעבי געוואלט מכבד זיין איינע פין די אייניקלעך מיט ברכת המזון אין ואיננו ער איז נישט צום געפונען נאך א מינוט רופט זיך אן דער רעבי אז יעצט פארשטייט ער שוין דעם מאמר גדול ה"עונה" יותר מן המברך... :D
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:ביי איינע פין די רעבישע הויפן פרייטאג צונאכטס ביים טיש האט דער רעבי געוואלט מכבד זיין איינע פין די אייניקלעך מיט ברכת המזון אין ואיננו ער איז נישט צום געפונען נאך א מינוט רופט זיך אן דער רעבי אז יעצט פארשטייט ער שוין דעם מאמר גדול ה"עונה" יותר מן המברך... :D

די מעשה איז פארגעקומען דעם שבת?
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

נעה, אן אלטע ווערטל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

אלץ קינד האב איך מורא געהאט פונם טונקעל, היינט נאכן באקומען עלעקטריק בילס האב איך מורא פונם לעכטיקייט...
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

און פרשת ויחי שטייט "ואת יהודה שלח לפניו להורות" זאגט רש"י "לתקן לו בית תלמוד"

איז שווער, אויב ער גייט עפענען א ישיבה פארוואס עפעס בית התלמוד? פארוואס נישט בריסק? אדער פאנעוויטש?

נאר עס שטייט "וירא את העגלות" יוסף הצדיק האט געשיקט די וועגענער (עגלות) צו ווייזען אז ער געדענקט אז די לעצטע זאך וואס ער האט געלערענט מיט יעקב איז געוועהן די סוגי' פון עגלה ערופה... דאס מיינט אז ער האט נאך אלץ געלערענט די זעלבע זאך...

צוויי און צוואנציג (22) יאהר קוועטשען אויך די סוגי' פון עגלה ערופה? דאס איז נאר אין בית התלמוד!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ציבעלע-קיגל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אין הימל זענען דא צוויי שורות,
איין שורה פאר די וואס האבן געהערשט אויף זייערע פרויען
די צווייטע שורה פאר די וואס די פרויען האבן געהערשט אויף זיי,
קומט איינער אן דארט און זעהט ווי ביי די ערשטע שורה שטייט איינער וואס האט כל ימי חייו מקיים געוועהן בהידור דעם והיא תמשול בך
פרעגט ער איהם וואס זוכסטו אין די שורה?
שש.... מיין ווייב האט מיר אזוי געהייסן
:lol: :lol:
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט