וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

פרישע אפדעט- מוצאי שבת -זינטאג מעגליכע שניי שטורם

שליחה דורך וועטערבאריכט »

קודם כל, איך האב פינקט וועיקעטשען דער וואך, אנישט וואלט איך נישט געקענט שרייבען א פאר מאל א טאג :P . אבער מיט די נייע דעוועלאפמענטס פאדערטס זיך מיטציהאלטען מיט׳ן עולם. ווי לאנג די מיטוואך שניי איז אמערסטע געגאנגען צי גרונד, זעהט אבער אויס אז א עכטע שניי שטורם לאקערט אויפ׳ן הארייזען. נעכטען נאכט האט די european model אנגעהויבען צי ווייזען א שטורם וואס רוקט זיך נאנט גענוג אין ווערט זייער שטארק ווען עס קומט אדורך, די לופט איז נישט אזוי קאלט גראדע אבער די כלל איז אז ווען א שטורם שטארקט זיך ווען עס רוקט זיך northeast געניג נאנט ברענגט עס איהר אייגענען קאלטע ליפט. מען רופט עס dynamic cooling. יעצט איז ארויסגעקומען די אמעריקאנער וועטער מאדעל מיט׳ן זעלבער track. געווענטליך ווען אפאר מאדעלס ווייזען בערך די זעלבער רוזאלט, האט דאס א גיטע טשאנס צי געשען.
ווייל אפאר מאדעלס ווייזען עפעס אויף איין מאל מיינט נאך נישט אז מען דארף ארויסלויפען קויפען ברויט אין מילך אבער איטס סאמטינג to think about .
דא האט איר א פאר בלידער פון די היינטיגע אמעריקאנער וועטער מאדעל דאס איז פאר שפעט שבת-זונטאג.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

דינסטאג אווענט - וועטער באריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גיטען אווענט, עס איז אינטערסאנט ווי אפאר טעג ציריק האבען מיר גערעדט וועגען א טריקענע אין קאלטע ווינטער אין דערווייל נישט קיין גרויסע שנייען. פלוצלינג זעט אויס אז דער פעטטערן גייט טוישען אין עס קען זיין אפילו צוויי צו דריי snowstorms אין די נעקסטע 10 טעג. דער מארגענדיגע שניי וועט נאר זיין א לייכטע אין מען קען זעהן בערך אן אינטש, דערנאך וועט מען האלטען אן אויג אויף דער שבת שניי. ווי דערמאנט קען עס זיך נאך טוישען אפאר מאל, אבער עס קען זיין א 6-12 אינטש גרויסע שניי מיט שטארקע ווינטען, אדער רעגען מיט שניי, אדער גארנישט.
פאר נעקסטע וואך וועט מען זען איין זיניגער טאג אויף זינטאג , פאר די צווייטער מעגליכער שניי וואס קען קומען מאנטאג -דינסטאג עס איז נאך צו פרי צו שאצען ווי שטארק דאס וועט זיין.
איך וועל האלטען דעם עולם אפדיעטעט אי״ה ,ווי נאר מעגליך.

וועטער ברוקלין


דינסטאג נאכט-פארוואלקענט , קלאר שפעטער, 30.
מיטוואך- עס ווערט פארוואלקנט אינדערפרי,שניי מעגליך נאכמיטאג, קאלט, 36.
מיטוואך נאכט - לייכטער שניי, בערך 1 אינטש , 26.
דאנערשטאג אין פרייטאג- טיילווייז זיניג , קאלט ,33-38-ביי טאג, 25-30 ביי נאכט.
שבת- פארוואלקענט , שניי אדער רעגען טוישט זיך איבער צו שניי שפעט, ווינטיג,37
זינטאג- זיניג אין קיל, 35
מאנטאג-דינסטאג-פארוואלקענט , שניי מעגליך שפעט, ביינאכט ,אין פרי דינסטאג, 30-35 ביי טאג, 22-27 ביי נאכט.

וועטער לעקוואוד -

דינסטאג נאכט-פארוואלקענט , קלאר שפעטער, 27.
מיטוואך- עס ווערט פארוואלקנט אינדערפרי,שניי מעגליך נאכמיטאג, קאלט, 36.
מיטוואך נאכט - לייכטער שניי, בערך 1 אינטש , 27.
דאנערשטאג אין פרייטאג- טיילווייז זיניג , קאלט ,33-38-ביי טאג, 25-ביי נאכט.
שבת- פארוואלקענט , שניי אדער רעגען טוישט זיך איבער צו שניי שפעט, ווינטיג,38
זינטאג- זיניג אין קיל, 38
מאנטאג-דינסטאג-פארוואלקענט , שניי מעגליך שפעט, ביינאכט ,אין פרי דינסטאג, 30-35 ביי טאג, 22-27 ביי נאכט.

וועטער מאנסי -

דינסטאג נאכט-פארוואלקענט , קלאר שפעטער, 23.
מיטוואך- עס ווערט פארוואלקנט, קאלט, 32.
מיטוואך נאכט - לייכטער שניי, ווייניגער ווי אן אינטש , 23.
דאנערשטאג אין פרייטאג- טיילווייז זיניג , קאלט ,35-ביי טאג, 20-25 ביי נאכט.
שבת- פארוואלקענט , שניי מעגליך שפעט, ווינטיג ,34
זינטאג- זיניג אין קיל, 32
מאנטאג-דינסטאג-פארוואלקענט , שניי מעגליך שפעט, ביינאכט אין פרי דינסטאג, 28-32 ביי טאג, 18-22 ביי נאכט.

וועטער מאנרא -

דינסטאג נאכט-פארוואלקענט , קלאר שפעטער, 15.
מיטוואך- עס ווערט פארוואלקנט, קאלט, 28.
מיטוואך נאכט - לייכטער שניי , 20.
דאנערשטאג אין פרייטאג- טיילווייז זיניג , קאלט ,32-ביי טאג, 18-22 ביי נאכט.
שבת- פארוואלקענט , שניי מעגליך שפעט, ווינטיג ,34
זינטאג- זיניג אין קיל, 30
מאנטאג-דינסטאג-פארוואלקענט , שניי מעגליך שפעט, ביינאכט אין פרי דינסטאג, 25-30 ביי טאג, 15-20 ביי נאכט.

נעקסט אפדעט מיטוואך אווענט אי״ה.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מיטוואך צופרי אפדעיט - דא קומט די שניי!

שליחה דורך וועטערבאריכט »

א גוט מארגן,
עס גייט אי"ה זיין א ביזי פאר טעג פאר וועטער.
קודם האבען מיר די היינטיגע קליינע שטורם וואס קומט פון די מידוועסט, דער שטורם וועט פארען ווייט סאוט אין דאס אליינס וועט נישט ברענגען מער ווי אן אינטש, אבער ווען עס קומט אן צו דער ים וועט עס זיך פארשטערקערן און צוריקווארפן מער שניי אין סאוט אין סענטרעל ניו דזערסי, דאס מיינט אינקלאדינג לעיקוואוד, וואס קען זעהן אפשר 2-3 אפשר אפילו פיר אינטשעס אינעם ערגסטען פאל. פאר ברוקלין זעהט אויס ארום 1 אפשר 2 . מאנסי און מאנרא נישט אפילו איין אינטש. די שניי וועט אנקומען אין די נאכמיטאג שעות היינט.

למעשה איז דאס נאר א פארשפייז, עס זעהט אויס ווי א גרויסע שניי קומט פאר שבת קודש פרשת בא. איבערנאכט האבן כמעט אלע מאדעלס געהאלטען ביי זייערס אז א שטורם וועט ארויפקומען צו די נארטאיסט, עס קען זיין מער אדער ווייניגער צום סוף אבער כאטש 6 אינטשעס פלאס פון שניי און שטארקע ווינטען פון שבת אינדערפרי ביז שפעט מוצאי שבת. נעקסטע וואך קומט לכאורה נאך א שניי, אויך אפשר א גרויסע, אויף מאנטאג אין דינסטאג. געט רעדי, רבותי!

א גוטן טאג.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך וועטערבאריכט »

וועטערבאריכט האט געשריבן:א גוט מארגען, עס גייט אי״ה זיין א ביזי פאר טעג פאר וועטער. קודם האבען מיר די היינטיגע קליינע שטורם וואס קומט פון די מידוועסט, דער שטורם וועט פארען ווייט סאוט אין דאס אליינס וועט נישט ברענגען מער ווי אן אינטש , אבער ווען עס קומט אן צו דער ים וועט עס זיך פארשטערקערען אין צירוקווארפען מער שניי אין סאוט אין סענטרעל נאו דזערסי, דאס מיינט אינקלאדינג לאיקוואוד וואס קען זעהן אפשר 2-3 אפשר אפילו פיר אינטשעס אינעם ערגסטען פאל. פאר ברוקלין זעהט אויס ארום 1 אפשר 2 . מאנסי אין מאנרא נישט אפילו איין אינטש. די שניי וועט אנקומען אין די נאכמיטאג שעות היינט.
למעשה איז דאס נאר א פארשפייז, עס זעהט אויס ווי א גרויסע שניי קומט פאר שבת קודש פרשת בא. איבערנאכט האבען כמעט אלע מאדעלס געהאלטען ביי זייערס אז א שטורם וועט ארויפקומען צו די נארטאיסט, עס קיין זיין מער אדער ווייניגער צום סוף אבער כאטש 6 אינטשעס פלאס פון שניי אין שטארקע ווינטען פון שבת אינדערפרי ביז שפעט מוצאי שבת. נעקסטע וואך קומט לכאורה נאך א שניי אויך אפשר א גרויסע אויף מאנטאג אין דינסטאג . געט רעדי רבותי!
א גוטען טאג.

״הערה: די ערשטע מעפ פון snow accumulation איז פאר די שבת שטורם״
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מיטוואך מיטאג אפדעט.

שליחה דורך וועטערבאריכט »

די נייער european וועטער מאדעל איז יעצט אריינגעקומען. עס ווייזט גאר א שטארקע שטורם, heavy snow and strong winds even blizzard conditions, מיט אזוי סאך ווי א פוס פון שניי פאר שבת. יעצט אז די מאדעלס ווייזען דאס פאר צוויי טעג מיינט עס אז עס גאנץ מעגליך צו ווערען א ריאליטי, מער פרטים היינט אווענט מיט די רעגאלער אפדעט.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

Snowfall totals. Euro model showing up to 12-16 inches nyc.

שליחה דורך וועטערבאריכט »

Wow!
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מיטוואך נאכט -וועטער באריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »



א גיטען אווענט, קודם כל לאמיר רעדען וועגען די יעצטיגע שניי, די שניי האט זיך אנגעהויבען אין לעיקוואוד אין אויך אסאך פון סאוט אין סענטרעל נאו דזערזי אבער דערווייל האט עס א שוועריקייט ארויפציקומען ביז ברוקלין עס זעט אויס אז אדער עס וועט בכלל נישט שנייען היינט נאסט דא אין שטאט אדער אפילו אויב יא ווען עס זיין זייער לייכט אדער flurries.
לגבי דער צווייטער אין גרעסערע שטורם איז אויך אריינגעפאלען א מאנקי רענטש, דער וועג די זאכען גייען איז אז דער וועטער סערוויס ווי אויך די מידאראלאגיסטס פארלאזען זיך אויף וועטער מאדעלס אין טוישען די forecast , לויט ווי עס זעט אויס אין די לעצטע מאדעלס, עס איז א מחלוקת געווארען יעצט מיט די אמעריקאנער וועטער מאדעלס וואס ווייזען אז דער שטורם פאר שבת וועט זיך אוועקציען מער ווייט ווי גערעכנט אין וועט ברענגען א לייכטע שניי אדער א געמיש פון רעגען אין שניי, אין אנטקעגען דעם דער european and canadian מאדעלס וואס ווייזט א שטערקערער שניי, די אמת איז אז געווענטליך איז דער european פאררעכענט ווי די קעניג לגבי אזעלעכע שטורמס אין דער אמעריקאנער קען סווינגען אהין אדער ציריק אין איז נישט אלעמאל גערעכט. איך קען נישט טיהן מער ווי איבערגעבען וואס איך זעה אין דאס איז געווען נישט אזוי קלאר יעצט. וואס איך קען יא זאגען איז אז עס זעט אויס ווי א וויכטיגע שטורם קומט אויף שבת, אבער צי מען וועט טאקע זעהן א פיס שניי אדער א פאר אינטשעס אין א רעגען שניי געמושט איז up in the air.

איך וועל פרובירען צו אפדעטען ווען מען ווייסט מער, דאס איז א hobby פאר מיר נישט מיין job. סא אנטשולדעגט מיר פאר די בעק אין פארט. I will try to do the best I can אי״ה.

וועטער ברוקלין

מיטוואך נאכט - לייכטער שניי מעגליך , -27
דאנערשטאג אין פרייטאג- טיילווייז זיניג , קאלט ,33-38-ביי טאג, 25-30 ביי נאכט.
שבת- , שניי אדער רעגען געמישט מיט שניי, ווינטיג, 35
זינטאג- זיניג אין קיל, 35
מאנטאג-פארוואלקענט , שניי מעגליך שפעט אין ביינאכט 32-ביי טאג, 22-ביי נאכט.
דינסטאג&מיטוואך-זיניג אין קעלטער, 28-32 בייטאג, 16-22

וועטער לעקוואוד -

מיטוואך נאכט - שניי ענדיגט זיך שפעט ,2-3 אינטשעס -25
דאנערשטאג אין פרייטאג- טיילווייז זיניג , קאלט ,38-ביי טאג, 25 ביי נאכט.
שבת- , שניי אדער רעגען געמישט מיט שניי, ווינטיג, 37
זינטאג- זיניג אין קיל, 37
מאנטאג- שניי מעגליך ביז שפעט ביינאכט 35-ביי טאג, 22-ביי נאכט.
דינסטאג&מיטוואך-זיניג אין קעלטער, 30-32 בייטאג, נאכט-18-22


וועטער מאנסי -

מיטוואך נאכט - לייכטער שניי מעגליך , -23
דאנערשטאג אין פרייטאג- טיילווייז זיניג , קאלט ,30-35-ביי טאג, 18-23 ביי נאכט.
שבת- , שניי מעגליך, ווינטיג, 32
זינטאג- זיניג אין קיל, 32
מאנטאג-פארוואלקענט , שניי מעגליך שפעט אין ביינאכט 28-ביי טאג, 18-ביי נאכט.
דינסטאג&מיטוואך-זיניג אין קעלטער, 25-30 בייטאג, נאכט 10-15


וועטער מאנרא -


מיטוואך נאכט - לייכטער שניי מעגליך , -20
דאנערשטאג אין פרייטאג- טיילווייז זיניג , קאלט ,30-35-ביי טאג, 15-20 ביי נאכט.
שבת- , שניי מעגליך, ווינטיג, 32
זינטאג- זיניג אין קיל, 32
מאנטאג-פארוואלקענט , שניי מעגליך שפעט אין ביינאכט 25-ביי טאג, 15-ביי נאכט.
דינסטאג&מיטוואך-זיניג אין קעלטער, 20-25 בייטאג, נאכט 10-15

נעקסט אפדעט דאנערשטאג אווענט אי״ה.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

אפדעט דאנערשטאג אינדערפרי

שליחה דורך וועטערבאריכט »

היינט אינדערפרי איז מען נאך זייער אומקלאר וועגען די שבת שניי שטורם, עס זעט אויס ווי עס זיין שניי, רעגען אין אביסעל אייז , מען וועט קענען זעהן אפאר אינטשעס ביז אפשר 6 , אבער די גרויסע נאמבערס מען האט ארומגערעדט נעכטען זעהט נישט אויס צו זיין יעצט. אויף מאנטיג קען נאך זיין נאך איין שטורם וואס דאס וואלט געווען all snow.

אינטערסאנט איז אז א כלל בלייבט א כלל. פאר א גרויסע שניי שטורם דארף מען האבען 1.א קאלטע היי פרושור אין קאנאדע לעבן טאראנטא אדער מאנטריאל ,2. א 50/50 low pressure וואס דאס שפארט אריין די קאלטע לופט אין לאזט נישט דער שטורם ארויסלופען אינעם אטלאנטיק צי שנעל. 3. א גרינלאנד בלאק אדער negative Nao, אלע דריי זענען נישט דא יעצט סאו וויאזוי זעהט מען א גרויסע שטורם, דער european האט געוויסען אז דער שטורם וועט זיין אזוי שטארק אז דאס וועט אריינשלעפען איהר אייגענע קאלטע לופט (dynamic cooling) אויב אבער איז דער שטורם נישט נאנט אדער שטארק געניג בלייבען מיר מיט די שניי, רעגען, אייז slushy mess.

די נייערע אמעריקאנער מאדעלס קומען ארויס בערך 11 אזייגער, אין דער european קומט ארויס ארום 1. איך וועל ארויפלייגען אפדעטס ווי מעגליך אי״ה.

איך לייג צו די לעטעסט שניי מאפס פון די national weather service , אבער וויסען זאלט איהר דאס טוישט זיך נאך אפאר מאל פאר א שטורם.
א גיטען טאג.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

חילוק ציווישען א שטורם מיט א קאלטע היי פרעשור אין ווען נישט.

שליחה דורך וועטערבאריכט »

זעט די בילד פאר א גיטע משל ווי א קאלטע היי פרעשור אין קאנאדע קען העלפען א שטורם בלייבען שניי אין פארקערט. אויף די לינקי זייט איז דער שבת׳דיגע שטורם , אויף די רעכטע זייט דער מאנטיג׳דיגע. די arrow ווייזט די לופט וואס קומט אריין אינעם שטורם. פון צפון -קאלט, דרום- ווארעם.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

מיטאג אפדעט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

דערווייל זענען די נייער מאדעלס די אמעריקאן אין די קאנאדיען אריינגעקומען אין עס זעט נאך אויס ווי שניי וואס וועט זיך טוישען אויף רעגען אין ציריק צו שניי. אין מאנסי וואלט מען געזען די העכסטע שניי פון 6-8 , ברוקלין- 2-4 , מאנרא -2-4, לעיקוואוד 1-3. דערווייל זעהן מיר נישט אזא שטארקע אנטוויקעלטע שטורם ווי זיי האבען געוויזען ביז נעכטען, אין ווי געזאגט היינט אידערפרי -דאס אז עס איז נישט דא א קאלטע היי פרעשור צי אינזער נארט, וועט העלפען אריינברענגען ווארעמערע לופט. Sounds familiar? ווי נישט ווי זעהט עס אויס דאס שבת שניי נאך צו זיין אונזער ״גרעסטער״ שניי פאר דאס ווינטער.
אויב דער european ווייסט עפעס א גרויסען חידוש וועל איך אפדעטען, אויב נישט וועל איך שרייבען די רעגאלער פארקאסט אין די אווענט אי״ה.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

די european model

שליחה דורך וועטערבאריכט »

דער european ווייזט נישט קיין גרויסע changes, אפשר קעלטער מיט מער שניי פאר נאו יארק 4-6 inches. אבער עס האט פארלוירען די מעגא-סטארם idea.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וועטערבאריכט האט געשריבן:אין מאנסי וואלט מען געזען די העכסטע שניי פון 6-8 , ברוקלין- 2-4 , מאנרא -2-4, לעיקוואוד 1-3.

ווי אזוי מאכט עס סענס אז אין מאנסי איז העכער סיי פון ברוקלין און סיי פון מאנרא?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך וועטערבאריכט »

די טעם איז אז מאנסי איז נענטער צו דעם שטורם, מאנרא איז טאקע קעלטער אבער מיט ווייניגער precipitation. די העכסטע שניי amounts וועלען מסתם זיין גלייך north and west פונעם שטאט.
באניצער אוואטאר
צדיק נסתר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 28, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך צדיק נסתר »

א גרויסן דאנק פאר דיינע קלארע באריכטן, ס'איז ממש א פלעזשור צו ליינען.

אבער דאס מאכט נישט קיין סענס און איז אומשכל'דיג אז מאנסי זאל זיין 6-8 און מאנרא 2-4 (יא כ'האב געזעהן וואס דו האסט געשריבן אין די אויבערשטע תגובה פאר שמעקעדיג)

סארי
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

דאנערשטאג אווענט - וועטער באריכט

שליחה דורך וועטערבאריכט »



א גיטען אווענט, היינט זענען די אויסזיכטען פאר אונזער שבת שניי שטורם געווארען אביסעל קלאר, דאס וועט נישט זיין א גרויסער שניי אדער א בליזארד, אבער עס זעט אויס ווי די גרעסטע שניי פונעם ווינטער וועט עס יא זיין. היינט נאכט וועט זיין קלאר אין געווענטליך קאלט אין מארגען וועט צוביסליך ווערען פארוואלקענט דורך די טאג, די שניי וועט אריינקומען אין שטאט שפעט ליל שבת נאך 1-2am.
עס וועט זיך אויסמישען מיט רעגען אדער אייז שבת אינדערפרי אין דערנאך ענדיגען אפשר ווי מער שניי נאכמיטאג. אין מאנסי וועט עס זיין רוב שניי, אין מאנרא וועט עס זיין שניי אבער נישט אזוי heavy. אין לעיקוואוד וועט זיך עס אנהויבען ווי שניי אין אייז אבער טוישען אויף רעגען שבת צופרי.
זינטאג וועט זיין זיניג אבער נאך דער בריעק קען קומען נאך א שטורם פאר שפעט זינטאג נאכט אין מאנטאג, דאס זעט אויס צו זיין נאר שניי,א קעלטערע שטורם, אין קען זיין א גרעסערע פון די שבת׳דיגע אויב אלס פאלט אין פלאץ. נאך דער מאנטיג וועט ווערען ווינטיג אן אסאך קעלטער פאר די משך פון נעקסטער וואך.

וועטער ברוקלין

דאנערשטאג נאכט-קלאר אין קאלט, 25
פרייטאג- טיילווייז זיניג , פארוואלקענט נאכמיטאג,קיל ,38.
ליל שבת-פארוואלקענט , שניי פאנגט זיך נאך 1-2 אזייגער, 30
שבת- , רעגען געמישט מיט שניי, אדער שניי ,ווינטיג, 34 (3-5 אינטשעס סך הכל)
זינטאג- זיניג אין קיל, 37 , שניי מעגליך שפעט ביינאכט, 26
מאנטאג-שניי מעגליך 32-ביי טאג, טייל פארוואלקענט ביינאכט 18-ביי נאכט.
דינסטאג&מיטוואך-זיניג אין קעלטער, 22-28 ביי טאג, 12-18 ביי נאכט

וועטער לעקוואוד -

דאנערשטאג נאכט-קלאר אין קאלט, 23
פרייטאג- טיילווייז זיניג , פארוואלקענט נאכמיטאג,קיל ,38.
ליל שבת-פארוואלקענט , שניי אין אייז אווענט ,טוישט אויף רעגען צופרי,(1-2 אינטשעס סך הכל) 30
שבת- , רעגען געמישט מיט שניי,ווינטיג, 38.
זינטאג- זיניג אין קיל, 38 , שניי מעגליך שפעט ביינאכט, 28
מאנטאג-שניי מעגליך 34-ביי טאג, טייל פארוואלקענט ביינאכט 18-ביי נאכט.
דינסטאג&מיטוואך-זיניג אין קעלטער, 22-28 ביי טאג, 12-18 ביי נאכט



וועטער מאנסי -

דאנערשטאג נאכט-קלאר אין קאלט, 20
פרייטאג- טיילווייז זיניג , פארוואלקענט נאכמיטאג,קיל ,36.
ליל שבת-פארוואלקענט , שניי פאנגט זיך נאך 2-3 אזייגער, 27
שבת- , שניי, אדער שניי מיט אייז ,ווינטיג, 32 (3-6 אינטשעס סך הכל)
זינטאג- זיניג אין קיל, 35 , שניי מעגליך שפעט ביינאכט, 21
מאנטאג-שניי מעגליך 29-ביי טאג, טייל פארוואלקענט ביינאכט 12-ביי נאכט.
דינסטאג&מיטוואך-זיניג אין קעלטער, 18-22 ביי טאג, 5-10 ביי נאכט


וועטער מאנרא -


דאנערשטאג נאכט-קלאר אין קאלט, 18
פרייטאג- טיילווייז זיניג , פארוואלקענט נאכמיטאג,קיל ,34.
ליל שבת-פארוואלקענט , שניי פאנגט זיך נאך 4 אזייגער, 24
שבת- , שניי, מעגליך ,ווינטיג, 32 (2-4 אינטשעס סך הכל)
זינטאג- זיניג אין קיל, 33 , שניי מעגליך שפעט ביינאכט, 18
מאנטאג-שניי מעגליך 26-ביי טאג, טייל פארוואלקענט ביינאכט 8-ביי נאכט.
דינסטאג&מיטוואך-זיניג אין קעלטער, 16-20 ביי טאג, 0-8 ביי נאכט

נעקסט אפדעט פרייטאג אינדערפרי אי״ה.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

יישר כח פאר דיינע קלארע און בע'טעם'טע באריכטן
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

שניי deficit ביז יעצט פאר א פאר שטעט

שליחה דורך וועטערבאריכט »

דא האט איר א ליסטע פון שטעט, די שניי וואס איז געפאלען ביז יעצט אין די געווענטליכער שניי ביז דער דאטום.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך וועטערבאריכט »

געוואלדיג האט געשריבן:יישר כח פאר דיינע קלארע און בע'טעם'טע באריכטן

עס איז מיין פארגעניגען צוצישטעלען וואס בעסער פאר׳ן עולם , ווי פריער דערמאנט האב איך געהאט וועקעישען דער וואך, האב איך געהאט צייט צו שרייבען מער די וואך.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יישר כח!
זעה אלץ צו נעמען וואקאציע בעפאר א מעגליכע שניי שטורעם...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
צדיק נסתר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 28, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך צדיק נסתר »

אויב מעג איך פרעגן ביסטו אפשר דער וועטער עקספערט וואס זיצט ביי קול מבשר'ס וועטער-טישל מיט הענדל ברייער?
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך וועטערבאריכט »

צדיק נסתר האט געשריבן:אויב מעג איך פרעגן ביסטו אפשר דער וועטער עקספערט וואס זיצט ביי קול מבשר'ס וועטער-טישל מיט הענדל ברייער?

ניין, איך בין נישט נישט איהם.
באניצער אוואטאר
צדיק נסתר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 28, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך צדיק נסתר »

איך זעה אז דיין חתימה לינקט צו wunderground.com
איז דאס קראנטער ווי עקיו וועטער?
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2205
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך וועטערבאריכט »

צדיק נסתר האט געשריבן:איך זעה אז דיין חתימה לינקט צו wunderground.com
איז דאס קראנטער ווי עקיו וועטער?

די לינק איז צו מיין וועטער סטעשען, וואס מעסט די טעפראטור, ווינט, נאסקייט, זין שטארקייט, וכו׳ איך האב עס אויף מיין דאך אין בארא פארק, דאס ווערט ארויסגעשיקט דורך underground , זיי האבען א נעטווארק פין 26,000 וועטער סטעשענס פון איבער די גאנצע וועלט. לגבי די בעסטער וועטער source, ווענדט זיך, די נייער וועג פון מאכען א forecast, איז על פי רוב מיטען קומפעטור, דאס געט ארויס די טרוקענע נאמבערס אבער עס נעמט א וועטער עקפערט אויסצוקלויבען מער פונקטליך לאקאל זאכען וואס קען דאס טוישען. דא אין דער שטאט איז accuweather גוט ווען די meteorologist רעדט אויפן רעדיא, די וועבסייט accuweather is אדער די weather channel זייער נישט פראקטיש עס שפייט ארויס א וועטער פארקאסט גלייך פונעם קאמפוטער. Wunderground האט די forecasts פון די national weather service אין אויך א הסברה אין ענגליש מיט וואס עס האנדעלט זיך.
פארשפארט