petergrifin האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס די גאנצע וועלט נעמט זיך נישט צוזאם און גייט אריין אין מלחמה מיט אייסיס עד חרמה. קען זיין מען איז צו פארדומט מיט שטותים אז די רוב לענדער געבן נישט צו קיין סאך. מען דארף אויף וועקן עשיו'ס כוחות זאל ער גיין שחט'ן די סקאם.
נאך אביסל וועלן מיר אלע זעהן די מלחמה צווישן ישמעאל און עשו און צום סוף ועלו מושיעים בהר ציון בב"א
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
petergrifin האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס די גאנצע וועלט נעמט זיך נישט צוזאם און גייט אריין אין מלחמה מיט אייסיס עד חרמה. קען זיין מען איז צו פארדומט מיט שטותים אז די רוב לענדער געבן נישט צו קיין סאך. מען דארף אויף וועקן עשיו'ס כוחות זאל ער גיין שחט'ן די סקאם.
ס'איז זייער שווער צו געווינען אזא מלחמה. די אייסיס חברה זענען אויסגעמישט מיט סעוויליענס און א מלחמה מיט זיי וועט קאסטן אסאך אומשילדיגע קרבנות. מדינת ישראל האט נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט אינטערנעמען די לעצטע עזה מלחמה ווייל אירע בירגער האבן נישט געקענט אנגיין מיט'ן טאג טעגליכע לעבן צוליב די ראקעטן. ס'האט זיי געברענגט אסאך שאדן און קאפ וויי אבער ווי געזאגט האבן זיי עס געמוזט טון.
chusid האט געשריבן:איך טראכט פון א מאראלישע שטאנדפונקט צו יאפאן זאל זיי אויסלייזן, קען מען לאזן צוויי אומשילדיגע מענטשן ווערן בוודאי געשאכטן וועגן לעגעטימע פאלאסיס? אויבן אויף וואלט איך געזאגט אז די "גערעכטע" זאך איז זיי אויסלייזן. עגרי?
זייער ווייטאגליך. די סיבה אויף נישט אויסלייזן איז ווייל דאס טרייבט אריינצוכאפן נאך אנדערע. דאס איז די הינטערגרונט צו דער הלכה'דיגער באשטימונג אז "אין פודין את השבויין יותר מכדי דמיהן". נאר ווי מאטי זאגט, ס'איז שווער צו רעדן אין דעם...
אײנער מוז דאך גײן זיך שלאגן מיט זײ נישט נאר באמבעדירן פון די לופט. רוב פון די איראקער און סיריע זעלנער קענען זיך נישט פארמעסטען מיט אײסעס. אפילו על קעידע קען נישט.
די קורדישע קרעפטן ביינעזאם מיט די פעשמערגא טרופן האבן באוויזן צי פייערן (א שטיקל) זיג אין קובאני ווי עס זענען פארגעקומן העווי שלאכטן פנים אל פנים די לעצטערע תקופה , זיי זאגן אז נעכטן אליין האבן זיי דערהארגעט א קנאפע 200 "שוחטים ובודקים" פין די אייסיס ארמיי , וואס דאס איז א מוראדיגע קלאפ פאר אייסיס,אין אזוי אויך מעלדט אמעריקע אז זיי האבן שוין באוויזן צי פארניכטן בערך 6000 קעמפער וואס איז בערך צווישן א פערטעל אין א דריטעל פין זייער ארמיי , אין דערהארגעט א 50 פורערס וואס איז בערך האלב , אבער עם כל זה לבי אומר לי אז זיי זענען ווייט פין פארטיג ווייל זייער סומפאטיקער באזע אין די גאנצע וועלט נכלל "סיווילייזט קאנטריס" שטייגט אויף שיינע פראצענטן , לאו דווקא חברה מיט טורבאנען אין שבעה נקיים פודזשאמעס ווי יעלא קעב דרייווערס א שטייגער , נאר אפילו חברה מיט די שיינע סאן גלעסעס אין געקעמטע טשופרינעס וואס דאס איז א חלק פין וואס עס פארנאנדערשיידט זיי פין על קעידא טאליבאן ודומיהן אין דאס מאכט דער זאך אסאך מער ראזיקאליש ,
עזריאל האט געשריבן:ס'איז נאר צום האפן אז זיי באקומען נישט יעצט פון אמעריקא טרעקליך און אנדערע כלי מלחמה וואס וועט שפעטער גענוצט ווערן קעגן מדינת ישראל.
Exactly!
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס..אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
איך מיין אז חיזבאלא איז ווייט נישט אריינגעמישט אין די פנים אל פנים שלאכטן ווערסעס אייסיס, אמעריקא שטיצט די פעשמערגא טרופן און זיי זענען די וואס קעמפפן ציין און נעגל, מענער און פרויען, זיי באקומען די וואפן און שטיצע, די פעשמערגא קעמפער זענען וואוילע אראבער (עס איז דא אזא זאך?) על כל פנים נישט פארוועם מיר דארפן פארלירן א סאקונדע שלאף. און בכלל מאכט נישט קיין געוויסן אז זיי זאלן נוצן די געווער קעגן אמעריקא נאכדעם וואס אמעריקא און די איבריגע מערב וועלט לענדער האבן פשוט אפגעראטעוועט זייער עקזיסטענץ וואס האט געוואקלט מיטן אייסיס אויפשטייג.
בעל מדות האט געשריבן:און בכלל מאכט נישט קיין געוויסן אז זיי זאלן נוצן די געווער קעגן אמעריקא נאכדעם וואס אמעריקא און די איבריגע מערב וועלט לענדער האבן פשוט אפגעראטעוועט זייער עקזיסטענץ וואס האט געוואקלט מיטן אייסיס אויפשטייג.
פונקט דאס האט אל קאידא געטוהן
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
בעל מדות האט געשריבן:און בכלל מאכט נישט קיין געוויסן אז זיי זאלן נוצן די געווער קעגן אמעריקא נאכדעם וואס אמעריקא און די איבריגע מערב וועלט לענדער האבן פשוט אפגעראטעוועט זייער עקזיסטענץ וואס האט געוואקלט מיטן אייסיס אויפשטייג.
פונקט דאס האט אל קאידא געטוהן
יעדער פארשטייט אבער די דיפערענץ פון אט די שתי מחנות. על קאידא איז (געווען) א טעראריסטישער קלאב פון ערשטקלאסיגע מערדער געגרונדעט און געווארן אנגעפירט דורך די אמאליגע וועלט'ס שרעק אנווארפנדן אסאמא בין לאדין און ווען אמעריקא האט זיי געשטיצט (ביי די קריג מיט רוסלאנד) האט מען נישט געהאט דאס מינדענסטע עקספיריענס מיט די בני ישמעאל און אפילו אזוי האט מען נישט געקענט חלומ'ען וואספארא אומ'מענטש דער איז.
די פעשמערגא טרופן און פאלק דארונטער זענען פונעם גאר איידילער טיפ און זענען נישט אין געיעג צו ערייכן לאנד אדער סיי וואס אז זיי זאלן זיכן טעראר און זיי לעבן שוין יארן גוט מיט די מערב וועלט לענדער, זיי זענען מער טראסטבאר און עס איז נישט מסתבר אז זיי זאלן נאך אמאל אויסדרייען דעם רוקן צו די וואס האבן זיי צוגעווארפן א לעבנס וועסטל ווען זיי זענען געווען דערטראנקען אין שטורעמישע וואסערן.
בעל מדות האט געשריבן:איך מיין אז חיזבאלא איז ווייט נישט אריינגעמישט אין די פנים אל פנים שלאכטן ווערסעס אייסיס, אמעריקא שטיצט די פעשמערגא טרופן און זיי זענען די וואס קעמפפן ציין און נעגל, מענער און פרויען, זיי באקומען די וואפן און שטיצע, די פעשמערגא קעמפער זענען וואוילע אראבער (עס איז דא אזא זאך?) על כל פנים נישט פארוועם מיר דארפן פארלירן א סאקונדע שלאף. און בכלל מאכט נישט קיין געוויסן אז זיי זאלן נוצן די געווער קעגן אמעריקא נאכדעם וואס אמעריקא און די איבריגע מערב וועלט לענדער האבן פשוט אפגעראטעוועט זייער עקזיסטענץ וואס האט געוואקלט מיטן אייסיס אויפשטייג.
די פאשמערגא קרעפטן זענען קורדן נישט קיין אראבער, זיי קריגן זיך מיט אייסיס אין צפון איראק און אויף א פיל קלענערע פארנעם אין צפון סיריע, זיי זענען אייביג געווען מער פרא מערב וועלט, און סיי פארטיידיגן זייער היימלאנד.