דער 15טער ירחי כלה פון אגודת ישראל פון אמעריקע האט זיך אנגעהויבען פארגאנגענעם מאנטאג פרשת בא בשטומ"צ אין ירושלים עיה"ק מיט איבער 300 משתתפים, א בּאדייטענדער צאל מער פון ירחי כלה פון פריערדיגע יארן, וואס צוליב דעם האט מען געמוזט אויפמאכען א צווייטער זאַל כדי צו פּלאַצירען דעם גרויסען עולם
דער ערשטער שיעור איבער די סוגי' דכלה –ברכת המזון- האט איבערגעגעבען הגאון הרב אשר ווייס שליט"א - אב"ד וראש הישיבה דרכי תורה. און ווי עס איז שוין זיין חזקה יעדעס יאר ביי ירחי כלה, האט הרב ווייס איבערגעגעבען א היקף'דיגע 'הקדמה שיעור' אויף ברכת המזון - די איינציגסטע ברכה מדאורייתא. דער רב האט ארויסגעברענגט דעם חילוק פון 'אכילה' און 'שביעה', און וויאזוי זיי האבען א שייכות צו די ווערטער פון 'ואכלת ושבעת' פון דעם פסוק, און וויאזוי עס איז א נפקא מינא להלכה.
נאך אים האט אויפגעטרעטען הגאון הרב פנחס פרידמאן שליט"א – ראש הכוללים בעלזא און ער האט איבערגעבען א לענגליכע ביאור אויף די 4'טע ברכה פון ברכת המזון. דער רב האט דערמאנט די באקאנטע סיבה פארוואס עס איז נקבע געווארן די ברכה פון הטוב והמטיב – צוליב דעם וואס הרוגי ביתר זענען ניתנו לקבורה.
הרב פרידמאן האט מדגיש געווען אז די מצוה פון ברכת המזון געבט דעם מענטש דער מעגליכקייט זיך צו דערמאנען פון דעם חורבן און און פון די הרוגי ביתר וואס דאן איז לויט דעם רא"ש נגדע געווארן קרן ישראל, כדי דורך דעם זאל מען אנערקענען אז דער עיקר איז נישט הנאה גשמיות, נאר צו אנערקענען אז דער עיקר איז עבודת השם. דער רב האט שטארק מעורר געווען די ירחי כלה לומדים אז מ'זאל מקבל זיין אויף זיך צו האבען מער כוונה בשעת מ'זאגט ברכת המזון און דורך דעם וועט מען זוכה זיין צו ברענגען אויף זיך און אויף דער גאנצער משפחה, ברכות און השפעות טובות.
צום שלוס אין אווענט האבען די משתתפים געהאט די זכיה צו הערען ווארעמע דברי התעוררת פון מרן אדמו"ר דער וויזניצער רבי שליט"א (מהר"י). דער רבי האב אויסגערימט אגודת ישראל פון אמעריקע פאר'ן ברענגען אזא גרויסע ציבור אידען קיין ארץ ישראל צו לערנען תורה לשמה פאר א וואך צייט אין ירושלים עיה"ק. דער עולם האט שטארק ווארעם אנגענומען די דברות קודש וואס זענען געווען פול מיט התעוררות פאר אמונה און בטחון אפילו אין צייטען ווען דער מצב איז נישט די בעסטע ווי מען וויל. נאך די דברות קודש איז דער עולם עקסטער צוגעגאנגען צום רבי'ן מקבל זיין ברכת קדשו.
עטליכע משתתפים האבען אויסגעדרוקט זייער געוואלדיגע הנאה פון זייער נעמען א חלק אין ירחי כלה, און די וואס זענען שוין געווען פאר א יאר האבען געזאגט אז א גאנץ יאר ווארטן זיי קוים צו קענען נעמען א טייל מיט די דערהויבענע ימי לימוד התורה בהתמדה ובחשק מיט חברותא'ס פון איבער די גאנצע וועלט.
ירחי כלה (תשע"ה - #15)
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
ירחי כלה (תשע"ה - #15)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
- שעפטל
- חבר ותיק
- הודעות: 3447
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
- געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
- האט שוין געלייקט: 2518 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל
יום ב' - ירחי כלה (תשע"ה - #15)
דער 15טער ירחי כלה אין ירושלים פון אגודת ישראל אין אמעריקע האט אפגעהאלטן א 2טען טאג פון לימוד התורה בצוותא אין דעם ראמאדא האטעל. נעכטען האבען הגאון רבי דניאל אלטער שליט"א, בן אדמו"ר בעל פני מנחם פון גער זצוק"ל, און דער ראש פון כולל "ארי שבחבורה אין ירושלים, און הגאון רבי אברהם חיים פויער שליט"א, ראש ישיבת מסורת מרדכי אין רמת בית שמש און רב דקהל חסידים שערי חסד ירושלים, איבערגעגעבען שיעורים בסוגי' דכלה "הלכות ברכת המזון" און אויך דברי חיזוק והתעוררות פאר די הונדטערטער משתתפים.
הגאון רבי דניאל אלטער שליט"א האט זיך געשטעלט אויף דעם ענין פון "תדיר ושאינו תדיר" אין ברכת המזון און אנדערע ברכות, דער חיוב ברכות פאר'ן עסען און נאכ'ן עסען, און האט אויך ארום גערדט אין דעם ענין פון "וציויתי את ברכתי" וואס איז פארבינדען מיט שמיטה, און אויך איבער די שפע וואס השי"ת איז משפיע פאר יעדען איינעם ברוב רחמיו, און ווי ווייט יעדער איינער דארף דאנקען דעם באשעפער יעדען טאג און רגע; און וואס עס מיינט "כל הזהיר בברכת המזון מובטחים לו מזונותיו כל חייו".
הגאון הרב רא"ח פויער שליט"א האט זיך געשטעלט אין זיינע ווערטער אויף די גרויסע חשיבות פון ברכת המזון און האט ציטיר וואס דער זוהר הק' זאגט איבער די השפעות וואס קומט אויף דער וועלט בזכות ברכת המזון, און האט אויך דערביי מדגיש געווען אז דער לימוד פון די משתתפים איז אויך א זכות פאר זיך אליין וואס וועט ברענגען השפעות טובות פאר כלל ישראל און אויך פאר ארץ ישראל.
גלייך 6:30 אינדערפרי האבען שוין די משתתפים אנגהויבען מיט זייערע שיעורי דף היומי וואס הגאון רבי נפתלי פריזאנט שליט"א ר"מ ישיבת טשעכאנוב און מג"ש דף היומי אין תפארת מנחם בויאן, און אין דער זעלבער צייט האט הרב גדליה וויינבערגער, חבר ועד הנאמנים פון אגו"י און יו"ר פון דער ועד להפצת דף היומי פון אגו"י אין אמעריקע פארגעלערנט דעם דף אויף ענגליש.
דערנאך האט מען געהערט א ספעציעלע שיעור הלכה פון הגאון הגדול רבי ברוך מרדכי אזרחי שליט"א ראש ישיבת עטרת ישראל בעניני סוגי' דכלה און הגאון רבי יואל ראבין שליט"א ר"מ אין ישיבת מיר ירושלים האט איבערגעגען דעם הלכה שיעור אין ענגליש.
נאך די הלכה שיעורים, האבען זיך די הונדערטער משתתפים געזעצט לערנען בחברותא אונעם גרויסען זאל אלס אן הכנה צום גרויסען שיעור וואס הגאון הגדול רבי דוד כהן שליט"א – ראש ישיבת חברון. און אין דער זעלבער צייט האט הגאון רבי יוחנן רודנסקי שליט"א ראש ישיבת געגעבען א שיעור אויף ענגליש.
די וואס האבען נאר אריינגעטרעטען אונעם זאל בשעת די הונדערטער משתתפים האבען געלערנט האבען מפליא געווען וויאזוי מ'האט איבערגעדרייט א געווענליכער חתונה זאל פאר א קאכעדיגע ישיבה'שע בית מדרש פון וואו עס האט גע'הילוך'ט א קול תורה פון אלע ווינקלען.
נאכמיטאג האט מען זיך צוגעהערט צו א שיעור חזרה פון הגאון רבי שלמה סינמון שליט"א, רב קהילת "בני תורה" פלעטבוש און צו א שיעור בהלכה פון הגאון רבי ניסן קפּלאן שליט"א – ר"מ אין ישיבת מיר אין ירושלים, וואס אנגפייערט דעם עולם מיט הלכה למעשה'דיגע נושאים וואס מ'לערענט אין דער סוגי' דכלה.
בשעת די למודים האבען די בני בית פון די לומדים פון ירחי כלה זיך באטייליגט אין א ספעציעלע פראגראם און מען האט מתפלל געווען ביים כותל המערבי און אויך איז מען געגאנגען אויף א שפאציר אין ירושלים און אין מוצא.