א נייע קבלה בל"נ

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3281 מאל

א נייע קבלה בל"נ

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

מען זאגט נאך פון צדיקים אז עס איז כדאי יעדער איד, נישט קיין חילוק זיין מצב אין רוחניות, זאל זיך מקבל זיין איין מצוה, איין דבר טוב, אדער אפילו איין מנהג וואס ער זאל איינהאלטן מיט מסירות נפש ממש עד זוב דם. ווייל אז מען קלאמערט זיך צו א דבר טוב מיט מסירות נפש איז חזקה שבסופו תחזרנו למוטב.

האב איך מיר געטראכט אזוי איף בין שוין באלד א זקן בא בשנים, ואנה אני בא? כהאב טאקע אפאר מצוות וואס איך בין מקפיד ביז זעלבסט מארד, אבער ס'עפעס נישט נישט וואס די פסוק מיינט. למשל איך בין מורדיג מקפיד צוגיין מיט רבינו תם גאטשעס, עס איז ביי מיר א בחינה פון יהרג ועל יעבור ממש. כ'האב שוין כמה פעמים געהאט ערנסטע נסיונת צו איינבייטן פון ר"ת אויף רש"י אבער ברוך הוא איך האב עומד געווען בנסיון. כ'העלל זאגן נאך מער, כ'וועל ענדערש גייט אן גאטשעס אינגאמצען ווי מיט רש"י.

אבער א איד דארף כסדר א חידוש בפרט אז דאס אלטע פארלירט די טשעלענדש. האב איך די וואך איין נאכט נאך נאכטמאל געזאגט פאר מיין ווייב :הער זיך איין איך וויל זיך מקבל זיין עפעס א נייע דבר טוב, און כ'וויל די זאלסט מיר זיין א ריכטיגע עזר כנגדו, אן אשה כשרה עושה רצון בעלה, אזוי ווי מען האט דיר אויסגעלערנט ביי די כלה שעיורים. כ'זע זי ווערט נערוועז, זי ווייסט שוין אז ווען איך מאך די אלע הקדמות קומט נישט קיין גוטע נייעס.

נו וואס ווילסטו זיך שוין ווייטע מקבל זיין אויף מיין חשבון? פרעגט זי אביסל אנגעצויגן.

בקיצור זאג איך איר כ'הער זאגן אז חסידים ואנשי מעשה שטיפן נישט קיין קערידשזעס, איז מהיום והאלאה וויל איך נישט צורירין צו קיין קערידזש. נישט אראפ די סטעפס, און נישט ארויף די סטעפס! גארנישט איך וויל נישט האבן קיין שייכות מיט קיין קערידזשעס. כ'וויל קענען זאגן פאר מלאך קערידזשעבריאל אז פון דעם איבל פון קערידזשעס בין איך אינגאמצן ריין. כ'וויל קענען אויפהייבן די הענט און זאגן: מיום עמדי על דעתי האבן די הענט נישט צוגערירט צו קיין קערידזש !

כ'וועל דיר זאגן נאך מער, זאג איך איר, ווען אן התלבות דקדושה שלא מעלמא הדין נעמט מיך איבער, נישט נאר וויל איך נישט צורירן קיין קערידזש, איך וויל מער נישט זען קיין קערידזש פאר די אויגן! מהיום והלאה זאל מען ביי מיר אינדערהיים צודעקען די קערידזש מיט א האנטעך, אין נישט קיין שמאלע געפאסטע האנטוך, נאר א ברייטע דיקע האנטעך, לכתחלה מיט סימס.

א טאג נאכדעם הער איך ווי זי זאגט פאר איר חברט'ע ס'מיר גוט מיין מאן האט א נייע פעטיש קערידזשעס... ער איז נעבעך משוגע איבער קערידזשעס, גיי פארשטיי די מענער א באנדע משוגעים... אוי ווי גערעכט זי איז.
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר