![מחוצף :P](./images/smilies/icon_razz.gif)
ווייל אפאר מאדעלס ווייזען עפעס אויף איין מאל מיינט נאך נישט אז מען דארף ארויסלויפען קויפען ברויט אין מילך אבער איטס סאמטינג to think about .
דא האט איר א פאר בלידער פון די היינטיגע אמעריקאנער וועטער מאדעל דאס איז פאר שפעט שבת-זונטאג.
וועטערבאריכט האט געשריבן:א גוט מארגען, עס גייט אי״ה זיין א ביזי פאר טעג פאר וועטער. קודם האבען מיר די היינטיגע קליינע שטורם וואס קומט פון די מידוועסט, דער שטורם וועט פארען ווייט סאוט אין דאס אליינס וועט נישט ברענגען מער ווי אן אינטש , אבער ווען עס קומט אן צו דער ים וועט עס זיך פארשטערקערען אין צירוקווארפען מער שניי אין סאוט אין סענטרעל נאו דזערסי, דאס מיינט אינקלאדינג לאיקוואוד וואס קען זעהן אפשר 2-3 אפשר אפילו פיר אינטשעס אינעם ערגסטען פאל. פאר ברוקלין זעהט אויס ארום 1 אפשר 2 . מאנסי אין מאנרא נישט אפילו איין אינטש. די שניי וועט אנקומען אין די נאכמיטאג שעות היינט.
למעשה איז דאס נאר א פארשפייז, עס זעהט אויס ווי א גרויסע שניי קומט פאר שבת קודש פרשת בא. איבערנאכט האבען כמעט אלע מאדעלס געהאלטען ביי זייערס אז א שטורם וועט ארויפקומען צו די נארטאיסט, עס קיין זיין מער אדער ווייניגער צום סוף אבער כאטש 6 אינטשעס פלאס פון שניי אין שטארקע ווינטען פון שבת אינדערפרי ביז שפעט מוצאי שבת. נעקסטע וואך קומט לכאורה נאך א שניי אויך אפשר א גרויסע אויף מאנטאג אין דינסטאג . געט רעדי רבותי!
א גוטען טאג.
צדיק נסתר האט געשריבן:איך זעה אז דיין חתימה לינקט צו wunderground.com
איז דאס קראנטער ווי עקיו וועטער?