א וויי געשריי איבער פערזענליכע אטאקעס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8395 מאל

א וויי געשריי איבער פערזענליכע אטאקעס

שליחה דורך יאיר »

אין די לעצטע טעג בין איך פארנומען און איך האב נישט קיין צייט צופיל צו מגיב זיין, אבער א חבר'ס חבר האלט מיר אין איין צושיקן לינקס ווי מען נעמט געוויסע ניקים פאר צילברעטער, און מען רייסט זיי אראפ, אויף איין אופן אדער א צווייטע. מען שניידט אין זיי אריין, מען שמירט ארויף טיטלען, און מען אטאקירט דעם מענטש אנשטאט זיינע מיינונגען.

מורי ורבותי, לא לדרשה קאתינא, איך האב נישט קיין צייט פאר לאנגע פסיכאלאגישע אנאליזן, אבער איך מוז אויסדריקן מיין וויי געשריי. אונזערע הייליגע חכמים האבן אפשר נישט געקענט ניוטאן'ס פיזיקס, אבער זיי האבן געוואוסט פשוט'ע כללים ווי אזוי צו באהאנדלען איינער דעם צווייטן מיט כבוד הבריות, און ווי אזוי צו שעצן א מענטש. חז"ל האבן אונז געלערנט יתמו חטאים ולא חוטאים, ווייל עס איז נישטא אזא זאך ווי א זינדיגער מענטש. זיי האבן נישט צוזאמגעשטעלט דעם מענטש מיט וואס ער טוט אדער מיט וואס ער האלט. חז"ל האבן אונז געלערנט אז המכנה שם לחברו נקרא רשע, ווייל אריינרוקן א מענטש אונטער א קאטעגאריע באזירט אויף איין פעלער וואס ער האט איז א שרעקליכע זינד מצד יושר און מאראל. חז"ל האבן אונז געלערנט אז ווען בית שמאי און בית הלל קריגן זיך ארום אויף די שארפסטע טענער אין איסורי כריתות קען מען בלייבן גוטע פריינט און אפילו זיך משדך זיין, כאטש מאנכע וועלן זאגן אז דאס איז א וועלט פון יוטאפיע און האט מיט מציאות געהאט ווייניג שייכות, איז א מענטשנ'ס יוטאפיע אויך נישט א קלייניגקייט.

ליידער ווילן דאס מענטשן נישט פארשטיין. מען פאר'משפט גאנצע משפחות און קהלות באזירט אויף א חשש, אויף עפעס א הוה אמינא, אויף עפעס א דמיון אז יענעמ'ס נאז שטייט קרום אדער אז זיין הברה איז מאדנע. דאס איז דער זעלבער דעה וואס זאגט אז אויב איינער איז געווען א גדול בתורה וביראה האט ער נישט געקענט באגיין א מאראלישע עולה, דער זעלבער דעה וואס זאגט אז אויב איינער האלט עפעס א מיינונג וואס געפעלט מיר נישט אין דעם מיטל-מזרח קאנפליקט מוז ער זיין אן אנטיסעמיט, א זעלבסטהאסנדער איד, אדער איך ווייס אליין נישט וואס.

רבותי, הערט אויף זשאדזשן מענטשן! הערט אויף זיי אריינשטעלן אין ענגע קעמערלעך וואס ראשו ורובו בתוך סדום ושולחנו בתוך לי קארנער ראדני! לאזט מענטשן זיין פארשידנארטיג! לאזט מענטשן בליען! לאזט זיי האבן אייגענע מיינונגען! לאזט אים זיין א פארביסענער ליבעראל און אן ארכי פרא-גאנס קעמפער! לאזט אים זיין א פארברענטער ציוני און א ליבהאבער פון סאטמאר רב'ס פשט'לעך! לאזט אים אויסגיין פון אהבת ישראל און קעמפן פאר פאלעסטינער רעכטן!

ווען איך וואלט יעצט געהאלטן א שבת הגדול דרשה וואלט איך געזאגט א טייטש, האלקים עשה את האדם ישר, גאט האט באשאפן דעם מענטש גלייך. יא, אלע זיינע סתירות און אלע זיינע מאדנע נאטורן, אלע זיינע שוואכקייטן און אלע זיינע שוועריגקייטן, דאס איז גלייך, ווייל דאס איז דער מענטש. והמה בקשו חשבונות רבים, און די מענטשן מאכן זיך חשבונות. העי, ביסט א פרומער איד? טארסט נישט גלייבן אין עוואלוציע! גלייבסט אין עוואלוציע? מוזט זיין א געבוירענער אפיקורס! ביסט א מוסלעמענער? דו מוזט זיין א טעראריסט וואס פגר'ט צו שטארבן! ביסט א חסיד? דו טארסט נישט גיין אין שויער און דיין בארד מוז האבן קאלטענעס! דו ביסט א גוי? דו מוזט זיך גט'ן דריי מאל און שטארבן פון אן אווערדאוז! ביסט אן אמורא? דו מוזט קענען איינשטיין'ס רעלאטיוויטי דורך און דורך!

אנטשולדיגט, וואס טיילסטו איין פאר מענטשן ווי אזוי זיי דארפן עקזיסטירן אויפ'ן "ריכטיגן" אופן? פארוואס מעג ער נישט זיין א תלמיד פון בעל שם טוב און אפילו א הרב הקדוש, נאר פליען מיט אלעקסיי קען ער נישט? פארוואס קען ער נישט זיין א גלח מיט א צלם, און גראדע א פיינער מענטש וואס האט גאנץ א שיינע פילאזאפיע אויפ'ן לעבן? פארוואס מעג ער נישט זיין א ריזיגער תלמיד חכם און אן איידעלער איד, נאר פארמאגן עפעס אן אוממאראלישע אבערגלויבן? פארוואס מוז די וועלט שטימען לויט דיינע הנחות?

ווען מען זאל לאזן דעם מענטש זיך נאטורליך אנטוויקלען, אנערקענען אלע זיינע חלקים אין אים, וואלט ער געהאט א געלעגנהייט צו אנערקענען זיינע חסרונות און זיי פאררעכטן, אדער וואלסטו גאר איינגעזען אז זיינע חסרונות זענען מעלות. אבער אז מען לאזט אים נישט לעבן, מען שפארט אים איין אין א באקסל, נו מה יעשה הבן שלא יחטא, ווערט ער דערשטיקט און דערשלאגן.

שוין, איך האב שוין נישט קיין כח צו שרייען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר