א וויי געשריי איבער פערזענליכע אטאקעס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
בוךווארעם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 374
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 5:59 pm
האט שוין באקומען לייקס: 414 מאל

שליחה דורך בוךווארעם »

אמת!
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

בוכווארעם,

דזשאזשן א מענטש איז גאנץ אנדערש ווי פסיכאאנאליזירן. עס גיבט ארויס אן אורטייל אויף דעם גאנצן מענטש. פלוני איז א חיה, אלמוני איז א רשע, גלמודי איז א טיפש. דאס זענען אלעס פסקים אויף דעם מענטש.

אן אמתער אביעקטיווער אבזערווירעא פארשטייט אז קיין איין מענטש פיט נישט אריין אין א פונקטליכער באקסל פון איין באגריף. יעדע פעולה פון דעם מענטש איז געוואנדן אין טויזנטער וועריעבלס, גוטע און שלעכטע. דאס קאטעגאריזירן א גאנצן מענטש באזירט אויף עטליכע מיינונגען אדער מעשים קומט פון א גרויסע מיספארשטענדעניש איבער די קאמפליצירטע תכונות פון דעם בריה וואס רופט זיך מענטש. דער ערשטער שלעכטער סימן אויף א פסיכאלאג איז אויב ער איז דזשאזשמענטאל און פסקנט אפ דעם מענטש אנשטאט אים אפמבינען. און דאס וואס רוב מענטשן דזאזשן אנדערע, יא אויך איך, מאכט עס נישט מער אדער ווייניגער אויסגעהאלטן.

זאת ועוד, אפילו אויב מען קומט צו צו אן אביעקטיווע מסקנא איבער א ספעציפישן מענטשנס נאטור איז זייער גרינג זזך צו טועה זיין אין די בעיסיקס. זיך צו איינרעדן אז מען קען ארויסהאבן א מענטש פון אפאר תגובות אויף א סאציאלע וועבזייטל איז געווענליך א בלויזע האפענונג.

אפילו במקום וואס מען האט באמת ארויס א מענטש, און אליהו הנביא באשטעטיגט אז מען האט צוגעטראפן ריכטיג, איז נאכאלס א שרעקליכע דיסרעספעקט עס צו זאגן יענעם אין פנים. אפילו אויף אן איידעלן אופן. ווען איינער זאל קומען שרייבן א גאנצער ביאור פארוואס ציונות איז אסור, און נאכדעם קומט א צווייטער און גיבט אים א מאך אוועק "דאס זאגסטו סתם ווייל דו ביסט א סאטמארער", איז דאס א מוראדיגע בזיון פאר דעם מענטש. עס זאגט אים אז מען דארף זיך בכלל נישט מתייחס זיין צו זיין מיינונג, ווייל ער איז סתם א פארטעמפטער מענטש וואס איז איינגערעדט אין עפעס א שיטה. דאס דערנידערט זיין אינטעלעקט און איז א בזיון פאר די געטליכקייט פון דעם מענטש.
האדם לא נברא אלא להתענג
פארשפארט