נאך 70 יאר: 70 טעג פון לערנען איבער די קדושים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

נאך 70 יאר: 70 טעג פון לערנען איבער די קדושים

שליחה דורך קאווע טרינקער »

פאר שלומי אמוני ישראל איבער דעם גארער וועלט, וועט דעם היינטיגען טאג, January 25- גאנצע זיבעציג יאר נאך די באפרייאונג פון די פארשעמסטע פלאץ אויף די וועלט, אוישוויץ, ווי מיליאנען אידען זענען דארט פארגאזט געווארן דורך די נאציס ימח שמם וזכרם – פארצייכנט ווערן אלץ די התחלה פונעם אלעוועלטליכן פראגראם פון "70 טעג פאר 70 יאר" געווידמעט צו געדענקן די קדושים אין די קומענדיגע 70 טעג, יעדען טאג מיט א פרישע באדייט. במשך היי יאר וועט זיך איבערחזרן דעם פראגראם 7 מאל. די ערשטע רונדע הייבט זיך אן היינט, און ענדיגט זיך אויף פסח.
דער פראגרעם שטייט אונטער די גרעסטע אידישע ארגענעזאציעס, ווי די OU יד ושם, מזרחי, THE US רב הראשי, ראביי זאקס.
היינט, דעם ערשטען טאג, ערשיינט א מאמר פון הרב זאקס. מארגן, די צווייטע טאג, איז אוועקגעלייגט פאר הרב דר. אברהם י. טווערסקי.
לויט ווי ס'איז ערווארטעט, וועלן די פרייע און חסידישע אידן נישט נעמען א טייל אין דעם פראגראם.
פאר מער דעטאלן באזוכט דעם וועב זייטל http://www.70for70.com/
א ספעצילע ספר, מיט 70 מאמרים פון די גרעסטע אידישע משפיעים בדורינו, איז ערשינען לכבוד דעם פראגראם.
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאווע טרינקער האט געשריבן:אוישוויץ, ווי מיליאנען אידען זענען דארט פארגאזט געווארן דורך די נאציס ימח שמם וזכרם

לשם הדיוק, אין אושוויץ אליינס זענען נאר ערמארדערט געווארן אן ערך פון 1.1 מיליאן נפשות אלעס אין איינעם (יידן און נישט יידן). נאכאלץ די שרעקליכסטע גיהנום, אבער ווען מ'שרייבט פאקטן איבער דעם שואה דארף מען זיין עקסטער פונקטליך צוליב תערומות המינין.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

70 טעג איז אביסעלע צו סאך אז ס'זאל זיך האלטן. ענדערש וואלט עס געדארפט זיין 7 טעג וואס איז די מספר קטן כדוגמת די 6 לייטס העכער אונגוואר בית המדרש לזכרון ה6 מיליון
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

טאג 1

שליחה דורך קאווע טרינקער »

(רעזאווירט)
Under influence
פארשפארט