בדחנות - שמחת חתן וכלה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 136
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
- האט שוין געלייקט: 78 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל
בדחנות - שמחת חתן וכלה
ווי איך טוה דא קוקן
און מיינע אויגן רוקן
און שנעלערהייט שיקן
איבער די טישן פול מיט ביינער פון טשיקן
קיינע הרע אזויפיהל צו פארציקן
ממש ווי א מאנטיג'דיגער תיקון
בין איך געקומען צו א מסקנא טריקן
אז דאס אפצוריקן
און אפצופליקן
חס ושלום זיך אזוי אויסצודריקן
נאר פשוט באמת געמיינט די נשמות זאלן האבן א תיקון
מוז זיין אז דא איז געווען א ציבור
וואס זענען געזעסן איבער
ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין ווי פריער מדובר
צום טעלער מחובר
און זיי האבן מסדר געווען דעם קרבן ציבור
נא ווי לאנג דאס איז
א סעודת מצווה געוויס
איז זיכער אז מען מוז
עסן ביז
מען שפירט אז מ'איז גראב מבית אל עד לוז
און דאס איז א זכות
יא פונקט ווי א סעודת ברית
ואין שמחה אלא בבשר ויין
און אז מען טוט זיך דערפרייען
קען מען דערנאך אויך טריייען
אז דער חתן זאל פון שמחה זיך דרייען
איינגעבויגן אין צווייען
ווייל וואו קען אן עצבן
מאכן א צווייטן טאנצן
און לאמיר טאקע נישט פארקריכן
איך האב נישט געברויכט לאנג זוכן
נאר גלייך געזעהן די פולע פאר שיכן
און נישט בלויז שיכן נאר אויך גאנצע גופים
וואס זענען געזעצן ארום טיש עקופים
בקומות זקופים
און בגילופין
טוט מען פרייליך מאכן דעם חתן ברצופים
נא! האב איך נישט געטראכט קיין סאך
נאר גלייך
זיך גענומען צו די זאך
און פרובירט ארויס צוברענגען מיין פאך
מ'דארף די מחשבות אביסל אויסגראדן
נישט צו זיין ווי דער בהמה אין אין צדין
נישט צו גיין אין נעץ בלינדערהייט
נישט זיין ווי א טשיקן וואס אין באקס ער שרייט
אדער ווי דער אינגל מיטן פלאמעדיגן באק
נאכן כאפן פון מלמד א קנאק
און פון מנהל א פראק
פון טאטן א האק
און פון מאמען א שאק
נישט ווי דער בחור מיטן פארבלאשטן נאז
אנגעזעצט אין באבלאזט
נאכדעם וואס זיין משגיח האט דעם טומפער געלאָסט
און אים אריינגעפסוק'ט פיהל מיט דזשאוס
איך וויל דא אזאנס פארמיידן
כדי די זאלסט נישט נאכדעם דארפן ליידן
ס'איז א שאד אז א חתן פון זיידן
זאל אים חלילה עפעס שאדן
חתן איידער איך פאנג אן מיינע דיבורים
וויל איך אויסגלייכן דיינע הרהורים
דו זאלסט נישט מיינען חלילה
אז איין ווארט גרעניצט זיך מיט אמת אפילו
חתן דו זאלסט נישט מיט א רוגזא בלייבן
כ'מיין נאר אריינצופארן אין דיין באבנס באבן
אויב אבער חלילה, איינער שפירט מיט א שטארקע ממשות
אז ס'טוט אים וויי, ער האלט ביי חלשות
צוליב וואס אים ס'טוט שטעכן, ביז וויינען
להוי ידיעה, אים טוה איך טאקע מיינען
פאקט איין, און ווישט אייך די נאז
איך וועל נישט טאלערירן קיין איין בלאז
חתן די פאנגסט אצינד אהן א נייע לעבן
דארף מען דיך אביסל אנווייזונגען געבן
כ'האב אמאהל געהערט א ווארט פון איינעם דערמאנען
אויף פרשת יתרו. א גוטס. ס'טוט שיינען
לויט די דבר אחר אין רש"י
האט ער דערויף א באמבאסטישע קשיא
אויב ויחד יתרו טוט מיינען אז ס'האט אים געשטאכן
און ער איז אויף די שמועות טובות געווען צובראכן
דאן פ"וו איז יתרו העפי וואו אין א יו"ט אינדערוואכן
ציוואס באמבלט יתרו 'ברוך השם'.
מיט א שמחה עצומה כאילו ס'איז גארנישט געווען
אויב האט יתרו באמת געטוהן האבן שמערצן
וואלט ער דאך געדארפט דערויף קרעכצן
נאר פשט איז האמנתי כי אדבר
אזויפיל מאל מ'זאגט א זאך כדי את האוזן לשבר
ביז מען טוהט עס שוין אויף אן אמת גלייבן
אזש מען טוט זיך דערנאך פון שמחה הייבן
אמאל איז דא זאכן וואס טוען שטעכן
אבער מ'זאגט ב"ה. טוט מען עס ברעכן
אמאל איז דא א זאך וואס געט א מערדערישע ציפ
אז ס'שטעכט אריין ביז'ן זיבעטן ריפ
די עצה איז אבער צו זאגן ברוך השם
געלויבט איז דער באשעפער פאר דעם
ביז מען טוט עס אזויפיל מאל רעפיטן
און אלעס וועט נשתנה צום גוטן
חתן ס'וועט זיכער זיין זאכן וואס שטעכן און ציפן
באט יו מעיק שאר צו בלייבן מיט אויסגעשפרייטע ליפן
מיט א שמייכל וועסטו אלעס איבערהיפן
וועט דאן פון דיר 'געשמאקייט' טריפן
זאג אויף א שוועריגקייט. "וואט דא איי קעיר?"
וועט זי זאגן "יא סא פעיר".
חתן גענוג מיט די דברי כבושין והתערורות
מ'עט נאך זאגן באלד, אז איך ברענג אריין דא א מוררת
דער בדחן זאגט ווערטער שטרענג, און הארטע
ס'פעלט אים גראבע שרויפן תרתי
מ'וועט מיך נאך באלד אנכאפן
און מיינע ביינער גוט באקלאפן
פון פענסטער מיך ארויסשיבן
אריינבויקענען אין מיך אפאר גריבן
חתן, אצינדער אביסל הדרכה
וויאזוי זיך מסדר צו זיין מיט דיין משפחה
כ'ווייס אז מ'האט דיר געטוהן גיט איינבאקן
אז די פרויען קענען גוט קאכן. אזוי אז ס'טוט קנאקן
מאנכע טענהע'ן אז זיי זענען אזוי געבוירן
איך זאג אבער אז דאס איז פון טייג ארויס געיוירן
זיי לערנען זיך אויף אונזערע ביינער
די ערשטע יארן, וועסטו עסן פארברענטע שטיינער
שווארץ ווי קויל, הארטע שטיקער
אנשטאט זאלץ, אויל, און בעקינג סאדע שטאט'ס ציקער
און נאך א יאהר איז שוין נישט אקטועל במילא
ווייל דער חוש הטעם מ'פארלירט אהן קיין שאלה
דו דארפסט דיך אבער נישט נעמען צום הארצן
איך האב אן עצה אז די וועסט אויגן שטארצן
ס'איז ב"ה דא גענוג רעסטאראנטן
און די קענסט אפי' אריין גיין צו א באקאנטן
אבער זעה אז די ביל פון די פיצא זאל נישט יערן
און גרעסער פון דיין עלעקטעריסעטי ווערן
ווייל אויב עס וועט זיך צו אזא מצב דערשנעלקען
זאלסטו זיך צום רעסטעראנט אריבערציען און פעקלען
אבער חלילה אינדערהיים די זאלסט אפי' מאכן א מינע
ווייל דעמאלטס וועסטו מיט דער מאפ וואשן די גרינע
וועסט דאן קענען בלוט שפייען
אבער די דזשארע פון די פאדלאגע, וועסטו קייען
דו זאלסט חס ושלום, אויך נישט אויפעסן אלעס
ווייל דאן וועט זי נאך א טעלער דיך געבן אהן קיין שאלות
טאמער אבער וועט זי דיין מיינונג אויפן עסן פרעגן אויפן ארט
זאלסטו זאגן פאר איר . אוי "גוט" איז "נישט" דאס ווארט
דערנאך קומט דער ענין פון דרך ארץ
וויאזוי צו באהאנדלען די ווייב בכבוד ובמרץ
דו זאלסט די געשיר גוט אויסוואשן
ווייל אויב נישט וועסטו טרעפן צעטלעך אין דיינע טאשן
דו זאלסט גוט איינקריצן אין דיין זיכרון
וויאזוי א אייער שפייז האט אויסגעקוקט אין די גוטע יארן
ווייל איך ווייס נישט ווען ס'וועט קומען אן עת
דו זאלסט זיך נאכאמאל באגעגענען מיט אן אייער שפייז
און אויב יא, וועסטו מסתמא אים נישט דערקענען
וויבאלד ער וועט זיך שטארק צוברענען
דו זאלסט חלילה א סעלפאון נישט טראגן
ווייל ס'וועט נישט סטאפן רינגען פון ווען ס'טוט טאגן
כאב מיך דערמאנט פון נאך איין אייטעם וואס פעלט
כ'קען מיך נישט רירן אנדעם, כ'ווער פארגעלט
די קענסט פליז אויפפיקן אפאר רענצלעך
און ארויסטראגן די גארביטש גענצלעך
איך האב געזעהן א מייז אפאר שעה צוריק
כ'שטיי אויפן געז רענטש אינטער גרויס דריק
די מייז האבן זיכער אונזער הויז אינוואדירט
איך וויל מיך שוין מופן, אויב נישט ווער איך גערירט
כ'האב געזעהן א חיה אויף 22 פיס
קריכן אויפ'ן וואנט רוף שוין די פאליס
ער האט מיך געוואלט בייסן געוויס
יעדע בעיבי ווייסט, אז א ספיידער ס'איז
ס'איז דא א ריזיגע סעיל האט א שכן געזאגט
ביי די קליידער סטאר,די פרייזן זענען ממש צוקאקט
נעם ארויס א מארגידזש, איך דארף אסאך איינקויפן
ס'איז אזוי ביליג, ס'איז א 'נבירה' נישט צו קויפן
מ'וועט דיך ארויסשאקלען פון בעט צופרי
גלייך ווי נאר דער האן זאגט קוקוריקי
נאר דער האן איז א צווייטע, וואס ביזט געווען געוואוינט
ס'קען אזוי הויעך שרייען, אז פאפן, וועט זיך דיר נישט האבן געלוינט
און דאס איז נישט סתם א 'קוקורי'
נאר א ריזיגע זייגער מיט א D בעטערי
שפעטער ווערט דער מצב אסאך מער אנגעצויגן
מ'עט דיך ארויסשלעפן פון בעט מיט פארקלעבטע אויגן
זעה חלילה נישט צו פארלירן דעם טעמפער
מ'דארף פשוט דעם קליינעם איינטוישן א פעמפער
אין ישיבה האסטו געקענט כראפענען ממצרים ועד הנה
אינדערהיים איז דאס אבער פון די פראבלעמען די קליינע
אין ישיבה האסטו געקענט איבעררעדן יעדן
אינדערהיים קענסטו אבער דיינע ווערטער סעבן
די קענסט פארגעסן פון קרעכצען און בלאזן
זיי קענען אסאך בעסער די מיטלען יוזן
און די וועסט זיך טרעפן אין הקדש, בחיפזון
זיך ווישן מיט צייטונגס פאפיר, און זיך שפייזן פון גראזן
יעצט אז דו האסט שוין אביסל הדרכה
קענסטו אנפאנגען דיין לעבן מיט ברכה
חתן זאלסט אבער קלאר וויסן
און יעדער זאל הערן וואס ליגט אויף מיין געוויסן
אלעס וואס איך האב דיר געטוהן דא אויפליינען
האב איך פארשטייט זיך דאס פארקערטע געטוהן מיינען
זארג נישט כ'האב מיט מיינע עס געטוהן דורך שמועסן
כדי אז ס'זאל איר חלילה נישט פארדריסן.
דאס זעלבע אינדערהיים, ווען דו ווילסט עפעס שיסן
טוה איר עס קודם רוהיגערהייט לאזן וויסן
און בעסער אויך נאך א פעטן ביסן
אזוי וועסטו פון ישוב הדעת געניסן
און נישט פון נערוועזקייט זיין צוריסן
וואס דאן וואלסטו דיין ווייב צוריסן
נאר הכול על מי מנוחות זיך גיסן
און ערוואקסענערהייט מיט איר עס דורכשמועסן
קענענדיג אזוי ריכטיג אזאך באשליסן
און פארגעס נישט אז בצלותהון ובעותהון
קען מען אלע טויערן דורכשיסן
און א גוטע לעבן שליסן
ווייל נאר בזכותה איז מען זוכה צו תורה
ווי ס'שטייט שרוי בלא אשה, שרוי בלא תורה
ווי מען זעהט טאקע ביי יתרו אין די זעבע פרשה
שטעלט זיך מיר דארט א שטיקל קשיא
יתרו קומט אין מדבר נאכן הערן גוטע שמועות
און עצה'ט משה'ן מיט אזא בקיאות
דו דארפסט זיין בקוו הבריאות!
נבל תבול, ס'ניצט אויס דיין חיות!.
שטעל שרי מאות, צוליב דיר טוה עס!
די שווערע ענינים, פסק'ן דו, מיהת!
וכל הדבר הקטן ישפטו הם אהן קיין מניעות!
יתרו פרייד זיך על כל הטובה אשר עשה ד', אהן א צאל
און איז אפי' מגייר בתוך עם ישראל.
און דא מיט אמאהל
מ'האלט שוין ביי גאל ישראל
ס'קומט שוין צו קבלת התורה אט אט.
יתרו פוצט אפ אהן זאגן א ווארט?
נאר פשט איז אז דער עיקר פארוואס יתרו איז געקומען
איז אפש' ווייל ער האט ציפורה, מיט גענימען
ווייל בזכות די צדיקת ציפורה
האט משה זוכה געווען צו די תורה
ווי ס'שטייט אז א דאנק די הילף אירע
איז מען זוכה אז 'תורה', רוהט אין די דירה
דו גייסט דאך יעצט בויען א הויז, פאר די שכינה לשוכן
ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם
די שטוב פון א איד איז צו דער משכן געגליכן
אז השם זאל רועהן דארט, דארף ער זיין מוכן
מ'זעהט אין פ' פקודי טוט שטיין
אין פ' כ"ב וואו מען האט די נדבות געטוהן מנדב זיין
ויבאו האנשים על הנשים, כול נדיב לב.
מ'האט געברענגט די צורינגען פאר די מעשה חושב
זאגט רש"י, וסמוכין עליהם, די נשים האבן געמוטיגט די מענער
צו ברענגען די תכשיטים, וואס מער און וואס שענער.
מכח זייער ליבשאפט לאין קצבה
וואס די פרויען האבן געהאט צו די גרויסע מצווה
זענען זיי אליין צו משה'ן געקומען
און די מענער אויך מיטגענימען
זאל דער אויבשטער העלפן, אז די זאלסט אויפבויען
א בית נאמן בישראל
און זיך טאקע בייגן אלעמאל
ווייל דורכ'ן איר אויסהערן
וועסטו "בעז"ה" קענען א ת"ח ווערן.

- היימישער באניצער
- הודעות: 576
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 2:00 am
- האט שוין געלייקט: 161 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
(שטאטער באקאנטער שבת ניגון)
ברוך ה' יום יום
ב"ה מ'זעט ווי ס'בליעט אזא שיינער בוים
ובשמו נגיל
יעדנ'ס הארץ איז מיט שמחה פיהל
(ובשיעתו נרים ראש עליון)
כי אם מעוז אוי אוי לדל (א שוא אויפן דל"ת)
די כלה איז א מאדעל
-----
שבטי קה ישראל עדות
וועליך דא אויפרופן די 2 חשוב'ע זיידעס
ביז דא געדענק איך

Η aroinim είναι μια ηλίθια άτομα, ραβίνος τους Aron μπορεί να κάνει κανένα λάθος!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 279
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
- האט שוין געלייקט: 86 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל
sefish האט געשריבן:(שטאטער באקאנטער שבת ניגון)
ברוך ה' יום יום
ב"ה מ'זעט ווי ס'בליעט אזא שיינער בוים
ובשמו נגיל
יעדנ'ס הארץ איז מיט שמחה פיהל
(ובשיעתו נרים ראש עליון)
כי אם מעוז אוי אוי לדל (א שוא אויפן דל"ת)
די כלה איז א מאדעל
-----
שבטי קה ישראל עדות
וועליך דא אויפרופן די 2 חשוב'ע זיידעס
ביז דא געדענק איך
איך לאך נאך איצט... אשפ״ג
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 6
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 7:42 pm
- האט שוין געלייקט: 10 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
Re: בדחנות - שמחת חתן וכלה
איינער וויסט אפשר ווי איך קען טרעפן די גראמען פון די אלט באקאנטער גראמען וואס מען פלעגט זינגען ביי שבע ברכות?
איך מיין די פזמן גייט אזוי.
אינגערמאטשיקל וואס פעלט דיר דאס אויס
די גייסט פון טאטעס שטיבל ארויס
איך בין דאך אויף דעם נאמן
די גייסט דיך ביים אנמאכן פראבלעמען..
איך מיין די פזמן גייט אזוי.
אינגערמאטשיקל וואס פעלט דיר דאס אויס
די גייסט פון טאטעס שטיבל ארויס
איך בין דאך אויף דעם נאמן
די גייסט דיך ביים אנמאכן פראבלעמען..
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
Re: בדחנות - שמחת חתן וכלה
ווי לאנג סאיז נישט אויפגערוימט מזרח מעריב און צפון
קען נישט קימען און באטראכט זיך צו לייגן שלאפן...
קען נישט קימען און באטראכט זיך צו לייגן שלאפן...
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 41
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 05, 2024 1:01 am
- האט שוין געלייקט: 13 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
Re: בדחנות - שמחת חתן וכלה
פאר אפאר יאר צוריק (אפשר נאך אלץ, איך בין שוין פאר יארן נישט געוועהן ביי קיין מצווה טאנץ) האט דער גראמער געקענט זאגן וואס ער וויל, ער האט נאר געדארפט ענדיגן אניעדע סענטענס מיט א שווא אויפן לעצטער סילעבעל און ס׳האט געגראמט.
אונז גיימער דא אויפרופן דער פעטער משה
ער איז דאך אזא תלמוד חכם ביושר
שטייט אויפ פרי כל השנה
און בעהט קלי קלי למה עזבתנ׳עה
ס׳איז דאך א כלה אזא מצוינ׳עה
זאל דער אייבערשטער געבן מזוני חיי און בנ׳עה
כ׳מיין אז די משוגעת האט זיך אנגעהויבען צוזאמען מיט די חתונה תקנת און מען האט נישט געוואלט צאלן א בדחן מער פון א פאר מאות האט עס באקומען אזא צורה