טעקס און אקאונטינג

הילף, עצות און טיפס
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

טעקס און אקאונטינג

שליחה דורך שמעון וואלף »

אזויווי ס'האט זיך אקורשט אנגעהויבן די טעקס פיילינג סעזאן וואלט געווען א גרויס תועלת אז ס'זאל זיין אן אשכול ווי מ'זאל קענען אויסשמועסן שאלות וואס קומען אינטער. אלץ איינער וואס האט אמאל גענומען א קורס אין טעקסעס, האף איך צו קענען ארויסהעלפן לויט מיינע לימיטעט ידיעות און איך בין זיכער אז צווישן די חכמי השטיבל געפינען זיך גרעסער ידענים ווי מיר.

איך האף אז דער עולם וועט פארשטיין און די גבאים וועלן האלטן אן עינא פקיחא אז דא זאל נישט ווערן אויסגעשמועסט קיין אימאויסגעהאלטענע אקטיוויטעטן. אאויסארבעטן א מהלך זיך צו שפארן שטייערן אליין איז באקאנט אלץ טעקס עוואידענס, וואס איז בארעכטיגט. אנדערש איז אבער מיט זאכן ווי זאגן ליגענט וואס דאס ווערט געריפן טעקס איוועזשאן, און איז אימליגאל.

איך בעט אויך אז מ'זאל נישט שרייבן קיין השערות נאר שרייבן קראנטע אינפארמאציע און צושטעלן א לינק אויף יעדע טיפ כדי מ'זאל דאס קענען נאכגיין און מברר זיין.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

שאלה #1
א ביזנעס מיט ווייניגער ווי 50 ארבעטער, וואס מוז נישט צאלן העלטה אינשורענס פאר ארבעטערס, מעג ער אפפערן העלטה אינשורענס נאר פאר געוויסע ארבעטערס און נישט פאר אנדערע?
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

אבאמא קעיר

שליחה דורך ירח בן יומו »

איך האב נאר געהאט העלט אינשורענס צוויי חדשים דעם יאר.
וויפיל חדשים\טעג אין די יאר דארף מען האבן העלט אינשורענס צו זיין פוטור פון די 95$ פאר די יאר?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

שמעון וואלף האט געשריבן:שאלה #1
א ביזנעס מיט ווייניגער ווי 50 ארבעטער, וואס מוז נישט צאלן העלטה אינשורענס פאר ארבעטערס, מעג ער אפפערן העלטה אינשורענס נאר פאר געוויסע ארבעטערס און נישט פאר אנדערע?


דאס פאלט נישט אונטער א געזעצליכע שאלה (חוץ אויב עס אינוואלווד דיסקרימינאציע) נאר א שאלה בנוגע די אינשורענס פאליסי. קיין איין אינשורענס פאליסי וועלט דאס נישט ערלויבן, ווייל זיי האבן מורא אז מ'וועט ארויפלייגן אויפן פאליסי נאר די נישט געזונטע וועלכע נויטיגן זיך אין העלט קעיר, וואס פארשטייט זיך וועט ארויספירן די אינשורענס פון ביזנעס. דעריבער זאגט יעדע פאליסי אז מ'קען נישט פיקן און טשוזן נאר מ'מוז עס אפערן פאר אלע ארבייטער צוגלייך. וואס יא? פאליסיס ערלויבן אויפצושטעלן "קלאסן" פאר וועם די ביזנעס אפערט אינשורענס (ווי למשל מענעזשערס, סופערווייזערס, סעילס, וכדו') אבער מ'מוז אפערן אינשורענס פאר יעדעם אין די קאמפעני וואס פאלט אונטער די קלאס. מ'קען אבער קונצליך אויספארמירן קלאסן לויטן געברויך. אפי' אזוי ווענדט זיך עס אין די פאליסי, געוויסע זענען שטרענגער מיט די קלאסן פארמאציע, און אנדערע זענען מער פלעקסיבעל. (אויך האב אמאל אויסגעארבייט פאר א געוויסע סטארט אפ קאמפעני א קלאס פון "אפעראציע" און א קלאס פאר "דעוועלעפמענט"). ביזנעס גערעדט, איז בדרך כלל נישט גוט פאר די מאראל אין די קאמפעני צו מאכן אויסנאמען. רעד צו דיין אינשורענס אגענט.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

ירח בן יומו האט געשריבן:איך האב נאר געהאט העלט אינשורענס צוויי חדשים דעם יאר.
וויפיל חדשים\טעג אין די יאר דארף מען האבן העלט אינשורענס צו זיין פוטור פון די 95$ פאר די יאר?


קודם איז גוט צו וויסן איז אין 15' גייט די פענעלטי שטייגן צו 2% פון די אינדיווידואל'ס אינקאם (ארויף פון 1% אין 14') און מקסימום פון 975 פער פאמיליע, און וואס א יאר גייט עס שטייגן מער און מער.

בנוגע איינער וואס איז געווען אינשורד פאר א חלק פון די יאר, איז קודם גוט צו טשעקן אויב מ'איז נישט קוואליפיצירט פאר איינע פון די מערערע עקזעמפטשאנס. איינע פון די עקזעמפטשאנס איז אז אויב דו האסט עפעס קאווערעדזש אין די יאר, ביסטו אויטאמאטיש עקזעמפט פאר דריי חדשים פענעלטי (שארט קאווערעזש געפ בלע"ז). אויך איז גוט צו וויסן אז צוליב די פראבלעמאטישע ראל-אוט פון אבאמאקעיר פארמאגט 14' אן עקזעמפשאן ביז נאך אפריל און אין געוויסע פעלער ביז נאך מאי (הנקרא הארדשיפ עקזעמפשאן). ממילא גייט די חשבון אזוי, כפי הבנתי, אויב דו האסט געהאט אינשורענס פאר צוויי חדשים (ערגעץ נאך אפריל), דאן דל די עקזעמפשאן ביז נאך אפריל פשו להו 8 חדשים, דל די צוויי חדשים וואס דו האסט געהאט אינשורענס, פשו להו זעקס חדשים, דל די דריי חדשים פון די שארט קאווערעזש געפ פשו להו דריי חדשים. פאר די דריי חדשים וועסטו צאלן דריי צוועלעפטלעך פון דיין פענעלטי. ווארום די רול איז אז מ'צאלט די יערליכע פענעלטי צוטיילט אין 12 פאר יעדע חודש בלי קאווערעזש. למשל אויב דיין יערליכע פענעלטי קומט אויס צו $500, איז די מאנטליכע פענעלטי 41.66 (500 / 12) און דאס צאלסטו פאר יעדע מאנאט אן קאווערעדזש.

כ'בין בכלל נישט קיין טעקס עקספערט. כך הבנתי פון אויסרעכענען ווען ס'איז געווען נוגע.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

ס'קאן זיין כ'האב נישט גוט אפגעלערענט די שארט קאווערעדזש געפ. ס'איז מעגליך אז די עקזעמפטשאן באקומט מען נאר אויב די געפ אין קאווערעדזש איז נישט מער פון דריי חדשים אין איין ציה. אויב אזוי וועט זיך ווענדן וועלכע צוויי חדשים דו האסט יא געהאט אינשורענס. אויב ביזטו א בר מזל האסטו געהאט אוגוסט און סעפטעמבער. און דו וועסט צאלן פענעלטי פאר אקטאבער, נאוועמבער און דעצעמבער.
פארשפארט