וואס א צובראכענע פרוי וויל אונז מיטטיילן...!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1882 מאל

וואס א צובראכענע פרוי וויל אונז מיטטיילן...!

שליחה דורך בעל מדות »

א אפענע בריוו צו מיין מאנ'ס פריינט!

מיין מאן האט זיך מיט אייך באקענט ביי די פערצן יאר זייענדיג אין ישיבה קטנה און איז באקאנט געווארן צו אייך דורך א צווייטע בחור'ל (דערמאן דיך!)

זינט דאן האסטו זיך נישט אפגעקלעבט פון מיין מאן און געבליבן שטענדיג נאענט צו אים.

ווען מיין מאן'ס עלטערן זענען געוואויר געווארן פון דעם חברותא'שאפט זענען זיי געווען זייער אומצופרידן דערפון, און אפילו מיין מאן האט געוואוסט אז דו ביזט שעדליך האט ער זיך נישט געקענט פון דיר שיידן, עד כדי כך אז ווען זיין ראש ישיבה האט דיר גע'אסר'ט צו קומען אין ישיבה האט דיר נאכאלץ מיין מאן געטראפן. עס האט נישט געהאלפן קיין מוסר אדער קנסים אים אפצוהאלטן פון דיר טרעפן.

אריבער אין ישיבה גדולה ביי יעדע שווערע מאמענט ביזטו אלץ געווען נאענט צו אים און אים בארוהיגט.

ביים עקסידענט ביזטו געווען דער ערשטער דארט צו זיין און אים בארוהיגן, נאך בעפאר זיין טאטע אדער די פאליציי.

ווען מיין מאן איז א חתן געווארן ביזטו געווען דער ערשטער מיט וועם ער האט מיטגעטיילט זיין שמחה. דו ביזט אלץ געווען מיט אים נאענט.

איך האב דערפון געוואוסט און עס איז מיר נישט אזוי ווייט אנגעגאנגען ווייל איך האב דיר נישט אזוי גוט געקענט, סיי איך און סיי מיין מאן'ס עלטערן האבן געהאפט אז יעצט ווען ער איז א חתן געווארן וועט זיין די פאסיגסטע צייט ער זאל מיט דיר אפהאקן, אבער עס איז ליידער נישט געשעהן.

נאכן חתונה ביזטו אריינגעקומען אין אונזער לעבן און נישט געוואלט אדער געקענט אוועקגיין פון צווישן אונז.

יעדע גוטע צייט וואס איך האב געהאט מיט מיין מאן האסטו עס אלץ געמוזט צושטערן און איך קען דיר נישט פארליידן.

יא ציגערעטל! איך רעד צו דיר, מיין מאן'ס בעסטע חבר.

גיי ארויס פון אונזער לעבן!!!...

הער אויף צו חרוב מאכן מיין מאן! מיר! און מיינע קינדער!

דו ביזט א שעדליכע באשעפעניש וואס מען דארף אויסראטן פון דעם כדור הארץ!

וויפיל מיין מאן האט דיך פרובירט צו אוועקשטויסן (קוויטן) האסטו אים מער איינגענומען און צוריקגעכאפט מיט א קראפט!

*

טייערע יונגע בחור'לעך, די תורה באפעלט אונז א מצוות עשה דאורייתא פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם.

טוט'ס נישט דעם טעות וואס מיין מאן האט געטוען און שטייט אוועק פונעם צוגערעטל מיילן, מיילן.

לאמיר נישט דעבאטירן וועגן געזונטהייט, לאמיר רעדן פון געלט, עס קאסט דאך אפ שווערע געלטער! איז עס ווערד?

האט'ס שכל און שטייט'ס אוועק דערפון...

זאל עס זיין פארן הצלחה פון אלע וואס ווילן זיך באפרייען פון דעם שווארצן קייט וואס האלט פארכאפט מיליאנען.
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר