פרעימער נתניהו היינט געזאגט פאר חרדישע מאכערס אז ביי די קומענדיגע קאנדענציע וועט ער מבטל זיין די קרימינאלע סאנקציעס אויף בני תורה
לויט ווי דער יחצ"ן יהודה רובינשטיין זאגט האט נתניהו שנעל זיך געלאפן לעקן צו די חרדים מען זאל איהם נישט באשייגעצן וועגן חילול יום הקדוש
ומעשה שהיה כך היה: נתניהו האט שוין יארן פיטער אויפן קאפ אז ער באניצט זיך מיט די שטייער צאלערס געלטער וויפיל עס לאזט זיך, עס גיסט זיך געלט. ער האט געשפענדעט צענדליגער טויזענטער דאלארן אויף פאסטעשו אייזקרעם, ראמאנטישע לעכט און נאך איביריגע נארישקייטן, ער ווערט שטארק אראפגעקוקט
האט די וואך באזיכט א דעזיינער איינער מושיק גלאמין ביי איהם אין הויז און זיין ווייב די ערשטע פרוי שרה האט איהם ארומגעוויזן זייער הויז כאילו. ער וואוינט אין עפעס א פארקוועטשטע וויליאמסבורג הויז סטירט בעיסמענט, פארשימילטע ווענט אין די קאך פעלן קעבינעט טירן א.א.וו.
דער דעזיינער האט געמאכט א דראמיטישע ווידאו אז עס איז געקומען פשוט צו שוינען דעם נתניהו פאמיליע, למעשה איז די ווידאו געקומען צו חוזק נאכדעם ווי עס איז אויפגעוויזן געווארן אז די פארשימלטע קאך אין די ווידאו איז די ארבייטער'ס קאך און נתניהו פאמיליע האט א הערליכע קאך אויבן...
אזוי ואיך איז ארויסגעקומען אז נתניהו האט געהאלטן א פריוואטע עלעקטרישן און איהם גערופן און געהייסן ארבעטן אין הייליגסטן טאג פון יאר יום כיפור ה"י!
דאס וואלט דאך ארויסגענומען די חרדישע דשורנאליסטן פון די כלים און וואלטן געמאכט מטעמים דערפון מפה ועד להודעה חדשה
האט נתניהו שנעל געמאכט א פארטי פאר די חרדישע דשורנאליסטן ביי איהם אין שטוב, געכאפט 'סעלפי' מיט זיי, צוגעזאגט זאכן און אזוי זיי בארואיגט
בילד: חרדישע אקטיוויסטן און דשורנאליסטן היינט ביי א מאסיווע 'סעלפי' היינט אין הויף פון די פרעימער מיניסטאר הויז.
נתניהו עם חרדים.jpg