וואס וואלט געשעהן ווען מיר האבן נישט קיין מוסדות התורה?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1603 מאל

וואס וואלט געשעהן ווען מיר האבן נישט קיין מוסדות התורה?

שליחה דורך עזריאל »

איך ווינדער מיר אייביג וואס וואלט פאסירט ווען מיר האבן ווען נישט קיין קיין מוסדות? איז דא א וועג צו ענדיגען די בלוט פארגיסונג פון משפחות וואס ווערן נישט אנגענומען? דארף טאקע אונזער גאנצער געלט אוועקגיין פאר מוסדות החינוך? אז מ'מאכט א חשבון וויפל מוסדות ס'איז פארהאן און וויפען משנארט און מצאלט שכר לימוד קומט דאס זיכער אויס ערגעץ און די ביליאנען, פעלט דאס טאקע אויס?

לאמיר אנהייבען מיט א משל, אפאר יאר צוריק האט איינער געוואלט אויפשאקלען די היימישע עולם וועגן חתונה תקנות דאכט זיך מיר אז ס'איז געווען א איד פון קרית יואל, ער האט ארומגעשיקט פאר סוכות א גאנצע קונטרס מיט וואס וויאזוי ס'האט דעמאלטס אויסגעקוקט געווען הוילע פאנטאזיעס און ריזיגע דוגמאות וואס וואלט קיינמאל נישט פאסירט, למשל ער האט דעמאלטס געזאגט אז מ'דארף נישט קיין פורניטשער נאר ביליגע בעטן אזוי ווי ביי די ליטאים מ'דארף נישט שיקן איוועטעישאנס און נישט לאדענען צווייטע קאזינס צו די סעודה וכדומה וואס האט אויסגעקוקט דאן ווילד עקסטרעים אבער היינט איז עס א מציאות אז ס'קען פאסירען ביי איינעם וואס וויל זיך שפארען געלט, בשעתו האט ער אפילו נישט געארבעט דערויף נישט געפענט א אפיס דערפאר נאר סך הכול געמאכט מענטשען טראכטען אריינגעלייגט מענטשען אין א חלום ביז אפאר מענטשען האבן פותר חלום געווען און געבויעט ביליגע זאלען, ס'איז דא צו באקומען ביליגע שטריימלעך און די סטאר, ס'איז נישט קיין בושה היינט אויב מ'קויפט נישט טייערע פורניטשער, ס'איז א נארמאלע ערשיינונג צו האבן ריקארדירטע מוזיק, ועוד ועוד, די אלע זאכן האט געקענט געשעהן יארן פריער נאר דער עולם האט נישט געטראכט לדעתי די גאנצע קרעדיט פאר דער עפארדעבעל חתונה עפאכע קומט זיך מיט רעכט פאר יענער יונגערמאן, און גאנץ כלל ישראל דארף אים באדאנקען איך קען נאר נישט זיין נאמען עס ארויף צוללייגען דא.

די זעלבע וויל איך דמיונען אויף א עקסטרעמער אויפן אזוי ווי יענער האט געטוען בשעתו, וואס וואלט געווען די ערגסטע ווען מיר האבן נישט קיין חדרים, אבער פארשטייט זיך אז מ'קען עס אויסארבעטען סך בעסער ווי איך מיין און ווען מ'לייגט אריין אזויפיל עסקנות און פאליטישע הילף וואס מ'לייגט איצט אריין און מוסדות החינוך און מיין פלאן וואלט מען ווען זיכער געקענט אנקומען אסאך.

לאמיר אנהייבען מיט די מיידלעך ווייל דאס איז טאקע א נייע זאך וואס ווי אויסגעשמיעסט דא און שטיבעל האט ניטאמאל שרה שנירער דאס פארמאגט פארן קריג און דאס גאנצער ערשיינונג האט זיך אנגעהויבען נאכן קריג, איך טראכט אייביג וואס וואלט ווען שלעכט געווען ווען אונזערע טעכטער גייען און פובליק שולע און פארשטייט זיך אז און אזא געגענט ווי וויליאמסבורג וואלט ווען דאן יעדע געביידע געווען אנגעפאקט מיט אונזערע טעכטער און די הלכה בידוע וואלט זיכער געארבעט אז אסאך גוים וואלטען זיך אפגעטראגען פון די שולעס, א גוי וואלט ווען נישט געשיקט און סקול וואס איז פיל מיט יודען, און אז סוועט יא זיין 10 פון הונדערט וואס וועלן ווי פארשטייט זיך נישט טרעפן דאס פלאץ וועט אויך גארנישט פאסירען, זיי ועלן אויסקוקן ווי די קלינינג גוים און אונזערע מוסדות וואס קיינער האט מיט זיי נישט קיין משא ומתן, די דריי שעה וואס מ'לערענט הלכות בורר און סקול איז קלאר נישט וויכטיג און אז יא וועט עס די מאמע וואס גיט ממילא צייט יעדן טאג צו סטאדיען דאס לערנען מיט די טעכטער, אדער קען מען זיך עס אליין ליינען און רבי בינימן הערש'עס ביכער, און אויב מ'וועט עס נישט קענען וועט מען סך הכול אויסקוקן אזוי אונזערע באבעס און איירופע וואס האבן נישט געקענט קיין צורות אות,
ני סך הכול וואס גייט מען דערלייגען? גארנישט, פארדינען וועט מען אבער שוין איינמאל מוועט נישט דארפן צאלען שכר לימוד מוועט נישט שנארען קרן הבנין, טראנספערטעישאן ועוד ועוד, מיר וועלן האבן דעגרי'ס און פארשטייט זיך גוטע דזשאבס די צענדליגער טיטשערס ביי אונז וואס פארדינען פון 5 ביז 8 צענט א שעה וועלן ענדיגען די יאר מיט א 100 אלפים די סקול וועט זיין אפען יעדע ערב יום טוב, פארשטייט זיך אז די געמיינע וועד הצניעות שטיק וועט נישט פארנעמען קיין ארט ווי אויך נישט קיין טעג משומר גדר וכדומה, און לאמיר נישט פארגעסען אז די לייז לעדיס וועלן פארלירען זייערע דזשאבס לעולם דבר.

יעצט לאמיר גיין צו די חדרים, סך הכול צו סך לערנט מען נישט דארט דער עיקר וואס מ'לערענט און אלעס וואס מ'דערלערט איז פון די ישיבה יארן, פארשטייט זיך אז מ'דארף קענען עברי און אנהייבען צו לערנען גמרא אבער פארדעם איז גענוג א מתמידים, צו וואס פעלט זיך אויס דערפאר א אפעראציע פון צענדליגער מיליונען א יאר פער מוסד? ווער ברויך דאס חוץ די נערוועזע מלמדים? לאמיר זיך נעמען טוען צום זאך און אריינשרייבן אלע אונזערע יונגלעך און איין סקול און די מיידלעך און א צווייטע און גלייבט מיר אז רובא דרובא גוים וועלן הייבען פיס און אז נישט וועט אויך גארנישט פאסירען, קינדער ע"פ רוב זענען נאך נישט רייפ און אנטוויקעלט גענוג אז ס'זאל זיך אנהייבען ליבע וכדומה און די וואס זענען יא רייפ זענען געזונטע בעלי שכל צו פארשטיין ווי איין און ווי אויס (די סארט ווייסן במילא וויאזוי זיך צו באניצען מיט טעכנעלאגיע און זענען שוין יעצט אויפגעשטעלט צו די אלע פראבלעימען) במילא לדעתי ברויך מען תיקף ומיד פארשפארען די אלע מוסדות, ס'איז ריכטיג איבוד ממון ישראל, מ'קען זיך גוט א עצה געבן אנדעם. און פארשטייט זיך אז די ווארפעריי מיט תינוקת של בית רבן וועט נישט פארנעמען קיין ארט, יעדער וועט האבן א פלאץ און סקול. די דינערס און כ"א כסליו מסיבות קען מען ווייטער מאכן און פארשטייט זיך אז דער עולם וועט קענען געבן מער שפארענדיג אלפים פון שכר לימוד און די געלט וועט גיין פאר ארימע יודען, אדער וועט מען געבן דאן פעימענט'ס פאר יעדער שנה ראשונה יוגערמאן, איינער זעט עפעס ראנג?

לאמיר נאר ענדיגען מיט צוויי מציאות'ער

1 - און קרית יואל איז דא א פובליק סקול נאר פאר אידן איך שטעל מיר פאר אז א גוי קען דארט שיקן אויב ער וויל נאר ס'שמעקט אים נישט צו זיין כשה בין שבעה זאבים, איך ברענג נישט קיין ראיה פון דארט ווייל איך קען נישט די מציאות אבער עפעס ווייזט עס.

2 - תורה'דיג דארף מען קענען א פאך, און בזמנינו איז דאס גיין און סקול, יעדער יונגערמאן וואס מוטשעט זיך א'גאנץ לעבן מיט פרנסה, ער האט נישט קיין צייט צו לערנען דאווענען מחנך זיין קינדער ער האט פארשטייט זיך צושטערטע שלום בית איז דאס אויפן טאטעס פלייצע וואס האט אים נישט געשיקט און סקול, לאחר מאה וועט נישט העלפען קיין תירוצים אז אזוי האט יעדער געטוען און וויליאמסבורג.

לאמיר זאגען די פלאן ארבעט זיך נישט אויס און מוועט דארפען לערנען מיט שיקסעס אין איין קלאס (פאר די צעהן יאר), און לכבוד דעם וועלן מיר האבן פרנסה בריווח, שלום בית, ווייניגער גיטין, חינוך הבנים ווייל מיר גייען קענען זיין מער אינדערהיים, קענען אגאנץ לעבן לערנען און דאווענען ווי מענטשען, מ'וועט נישט דארפן גנבענען אגאנץ לעבן פון די גאווערמענט, ווייניגער יודן און די תפיסות לכבוד דעם, נישט האבן קיין ארויסגעווארפענע משפחות ועוד ועוד ועוד (סך הכול אלעס וואס גייט אונז ראנג איז וועגן מור זענען נישט און פובליק סקול) איז תורה'דיג וואס איז פריער?

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר