וואס א צובראכענע פרוי וויל אונז מיטטיילן...!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

וואס א צובראכענע פרוי וויל אונז מיטטיילן...!

שליחה דורך בעל מדות »

א אפענע בריוו צו מיין מאנ'ס פריינט!

מיין מאן האט זיך מיט אייך באקענט ביי די פערצן יאר זייענדיג אין ישיבה קטנה און איז באקאנט געווארן צו אייך דורך א צווייטע בחור'ל (דערמאן דיך!)

זינט דאן האסטו זיך נישט אפגעקלעבט פון מיין מאן און געבליבן שטענדיג נאענט צו אים.

ווען מיין מאן'ס עלטערן זענען געוואויר געווארן פון דעם חברותא'שאפט זענען זיי געווען זייער אומצופרידן דערפון, און אפילו מיין מאן האט געוואוסט אז דו ביזט שעדליך האט ער זיך נישט געקענט פון דיר שיידן, עד כדי כך אז ווען זיין ראש ישיבה האט דיר גע'אסר'ט צו קומען אין ישיבה האט דיר נאכאלץ מיין מאן געטראפן. עס האט נישט געהאלפן קיין מוסר אדער קנסים אים אפצוהאלטן פון דיר טרעפן.

אריבער אין ישיבה גדולה ביי יעדע שווערע מאמענט ביזטו אלץ געווען נאענט צו אים און אים בארוהיגט.

ביים עקסידענט ביזטו געווען דער ערשטער דארט צו זיין און אים בארוהיגן, נאך בעפאר זיין טאטע אדער די פאליציי.

ווען מיין מאן איז א חתן געווארן ביזטו געווען דער ערשטער מיט וועם ער האט מיטגעטיילט זיין שמחה. דו ביזט אלץ געווען מיט אים נאענט.

איך האב דערפון געוואוסט און עס איז מיר נישט אזוי ווייט אנגעגאנגען ווייל איך האב דיר נישט אזוי גוט געקענט, סיי איך און סיי מיין מאן'ס עלטערן האבן געהאפט אז יעצט ווען ער איז א חתן געווארן וועט זיין די פאסיגסטע צייט ער זאל מיט דיר אפהאקן, אבער עס איז ליידער נישט געשעהן.

נאכן חתונה ביזטו אריינגעקומען אין אונזער לעבן און נישט געוואלט אדער געקענט אוועקגיין פון צווישן אונז.

יעדע גוטע צייט וואס איך האב געהאט מיט מיין מאן האסטו עס אלץ געמוזט צושטערן און איך קען דיר נישט פארליידן.

יא ציגערעטל! איך רעד צו דיר, מיין מאן'ס בעסטע חבר.

גיי ארויס פון אונזער לעבן!!!...

הער אויף צו חרוב מאכן מיין מאן! מיר! און מיינע קינדער!

דו ביזט א שעדליכע באשעפעניש וואס מען דארף אויסראטן פון דעם כדור הארץ!

וויפיל מיין מאן האט דיך פרובירט צו אוועקשטויסן (קוויטן) האסטו אים מער איינגענומען און צוריקגעכאפט מיט א קראפט!

*

טייערע יונגע בחור'לעך, די תורה באפעלט אונז א מצוות עשה דאורייתא פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם.

טוט'ס נישט דעם טעות וואס מיין מאן האט געטוען און שטייט אוועק פונעם צוגערעטל מיילן, מיילן.

לאמיר נישט דעבאטירן וועגן געזונטהייט, לאמיר רעדן פון געלט, עס קאסט דאך אפ שווערע געלטער! איז עס ווערד?

האט'ס שכל און שטייט'ס אוועק דערפון...

זאל עס זיין פארן הצלחה פון אלע וואס ווילן זיך באפרייען פון דעם שווארצן קייט וואס האלט פארכאפט מיליאנען.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

שאקס! איך האב געמיינט דו רעדסט פון א סעלפאון.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

און איך האב געמיינט דו רעדסט פון מיין ברודער'ס חבר / דיבוק :?
ציגרעטל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:53 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך ציגרעטל »

OMG you seared the *** out of me!!!
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

פון א צובראכענער מאן צו די צובראכענע פרוי..
כ'פארשטיי דיין ווייטאג אז איך בין צוגעבינדען צום ציגארעטל. דו האסט עס נישט ליב, דו האסט נישט ליב דעם גרויך, און דו האסט נישט ליב דעם קאנצעפט אז דיין מאן רייכערט. און דו וועסט בדרך הטבע קיינמאל נישט קענען פארשטיין די תאווה וואס א מענטש האט צו א ציגארעטל.
אבער.. צי ווייסטו אז עס זענען אויך דא זאכן וואס דו טוסט וואס דיין מאן האט נישט ליב? ער ווייסט אבער און ער פארשטייט אז ווי לאנג עס גייט נישט אויף זיין חשבון קען ער נישט האבן קיין טענות, ער פארשטייט אז א פרוי האט זאכן וואס זי ברויך האבן, כאטש וואס ער - אלס מאן - וועט קיינמאל נישט פארשטיין די געברויך דערפון.
עס איז קלאר אז עס באדערט דיך נישט דעם פראבלעם פון געזונט פונעם ציגארעטל און אפילו נישט די געלט דערפון. דו ביזט נישט אזוי פון די געזונטע מענטשן וואס קוקן יעדע זאך מיט א פארגרעסערונג גלאז וויפיל טרענס פעט עס האט, און דו געבסט אויס גענוג געלט פאר זאכן אין וואס די טרעפט דיין געשמאק.
ממילא ווען עס קומט צום ציגארעטל וואס דו פארשטייסט נישט די געשמאק דערפון, אבער למעשה אז דו זעסט אז ער דארף עס האבן, לאז געמאך! רודף אים נישט אויס די יארן בלויז דערפאר ווייל ער האט ליב א זאך וואס דו האסט נישט ליב.
מיט דאנק פון פאראויס
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פון א נערוועזע מאן צו די צובראכענע פרוי וואס נערווירט אים......
איך בין טאקע צוגיבינגען צו די צוגרעטעל, אבער ס'איז דא א סיבה דערצו רוב מאל ווייל איך ביך נערוועז פאר איינער פון די סיבות: די דרייסט מיר א קאפ, פארשווענסט מיין גאנצע געלט, סאפער איז קיינמאל נישט צום זאך און איך האב נאך דרוק עס צו עסן ווייל די האלטסט ס'איז גוט, דיין טאטע מישט זיך און מיינע ענינים אן אויפהער, ווען איך קום אהיים נאך א שווער טאג ארבעט טאנצען מיר די קינדער און קאפ אריין זיי ואלטען שוין געמעגט שלאפען 8 אזייגער, די הויז פארט אויף רעדער, יעדע דריי מינוט שיקסטו מיר און גראסערי, און די ארבעט הערסטו מיר נישט אויף צו קאלען מיט דיינע פראבלעימען וואס די קענסט אליין קעיר נעמען, איך בין נאטירלעך נישט געמאכט פון פאפיר במילא ווער איך נערוועז פון די אלע ענינים און די נערוועזעקייט פארלאנגט זיך אויסצובלאזען די נערווען מיט א צוגרעטעל, נישט אז איך פלאן צו סטאפען ווען די גייסט ווערן א מענטש נאר אזוי פיל אז ס'וועט זיין גענוג איינס א טאג ביי שחרית און ביי מעריב, איך וועל נישט דארפן ארויס לויפן פון דערהיים יעדע דריי מינוט.

מיט פארשטענדעניש
די מאן וועם די מאכסט רייכערען פאר כעס
Ben-Shishim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

שליחה דורך Ben-Shishim »

Ah well, from someone who smoked from age 14 to age 60

It is not that simple when the Dr. calls one back and says that the lungs are in bad shape and you for sure need to stop smoking and then if possible he will treat "Yanna Machle"
Rachmona Litzlon
All the excuses I had for smoking, quite frankly are not worth it.

Anyhow, maybe it's best to be quiet and let the world go on with life.
אויב האסטו א יאר אין א מיטוואך איבריג, וועל איך שרייבען אין יודיש
Otherwise I will type in English, sorry about that.
[NAMELESS]

פון א פארשעמטע מאן צו זיין באליבטע פרוי!

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך ווייס נישט פון וואו אנצוהייבן. חז"ל זאגן אונז "מכירו הייתי לשעבר ועכשיו ביותר". פון דעם טאג וואס דער גוטער מזל האט מיר צוזאמענגעברענגט מיט דיר האב איך גלייך פארשטאנען אז פון יעצט אן בין איך דער גליקליכסטער מאן אויף דער וועלט. איך האב אין דיר געטראפן אן אמת'ע אשת חיל פון פסוק ארויס מיט אלע זיבן מפרשים און מיט'ן פשוט'ן פשט. אן איידעלקייט, א געלונגענע, א קלוגע און א שיינע מיט א גאלדענע חן. דיין איידעלקייט איבער אלעם האט מיך אבער דאס מערסטע באנומען פון די סאמע ערשטע נאכט אן, פון ייחוד שטיבל ארויס ביז צום היינטיגן טאג. ס'איז נאך קיין אותיות נישט באשאפן געווארן צו באשרייבן און מסביר זיין דיין ליבליכער נאטור.

יעצט אבער, נאך א מספר יארן וואס אונז לעבן א לעבן צוזאמען ווער איך נאך אלץ געוואר פון צייט צו צייט אז איך האב נאך נישט אלעס געזען. דו שרייבסט מיר אן אנאנאמיס בריוועלע וועגן אן ענין וואס יעדע אנדערע פרוי וואלט זיך ווען געלאזט הערן אויף אלע טענער שוין אין צווייטן שבע ברכות, און דו האסט מיט סבלנות געשוויגן די אלע יארן. גארנישט האסטו מיר געזאגט, נישטאמאל מרמז געווען מיט א בלינק אין דיינע שיינע בלויע אויגן. אוי! ווי קען זיך א מענטש איינהאלטן אזויפיל יארן, נישט אפילו קיין ווינק, און איך פארשטיי גאנץ גוט צו רמזים ווי דו קענסט מיך. דו האסט ווי א גיבור געשוויגן די גאנצע צייט, מיט אזא גבורה וואס וואלט געווען א חידוש אויפן שלאכטפעלד. וואו נעמט מען אזא שטארקייט פון אזא ווייעך הארץ ווי דו. און איך פון מיין זייט, וואס האב איך דען געקענט וויסן. מיין טאטע רייכערט, דיין טאטע רייכערט, אין דיין משפחה רייכערט יעדער מהחל ועד כלה. פארשטאנען האב איך אז ביי דיר איז רויך א חלק פון דיין לעבן, מיט דעם ביסטו אויפגעוואקסן. אוי ווען איך ווייס ווען דעמאלס, יעצט איז שוין סאך שווערער אויפצוהערן.

איין זאך אבער זאג איך דיר הייס צו, מיט מיין גאנצע אמונה און מיט טרערן אין די אויגן. אט דעם צוטרעטענם שמוציגן ציגארעטל וואס ווייקט זיך יעצט אין די צולאזטע שניי פאר מיין טיר, דאס איז דאס לעצטע רייכער אפאראט וואס האט נאר אמאל אנגערירט מיינע פארשאלטענע ליפן. מעג זיך דער גאנצער לאנד איבערדרייען און ארומשווינדלן אין מיין ניקאטין-הונגעריגען קאפ אבער קיין צוגערעטל זעהט ער שוין נישט פון מיר. איך ווייס מיין טייערער, איך זאג צו די וועלט, ס'גייט מיר נישט זיין גרינג, עס גייט זיין ביטער שווער. פאר דיר אבער איז מיר גארנישט שווער ווייל ביי דיר איז קיינמאל נישטא אזא זאך ווי שווער ווען ס'קומט צו מיר, און ביז צום קבר וועט מיר שוין קיינמאל גארנישט שווער זיין פאר דיר.

איך בעט דיין פארגעבונג, האב נישט קיין פאראיבל אויף מיר. איך שעם זיך צו קוקען דיר אין די אויגן, אבער קוק איך היינט ארויף אויף דיר סאך העכער ווי אויגן האבן נאר אמאל דערגרייכט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כעלעם'ער מגיד: שמך נאה לך ואתה נאה לשמך. דו ביסט טאקע א מגיד מישרים. אזוי שיין און גוט ווי דו האסט עס דא אראפגעלייגט, איז כמים קרים על נפש עייפה...כ'בעט דיר נאר איין קליינע טובה. דערצייל נישט פאר קיינעם אז דו ביסט "כעלעמער מגיד". זאג פאר'ן עולם אז דו ביסט א מגיד אין די גרויסע שול אין לעמבערג... :lol:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:כ'בעט דיר נאר איין קליינע טובה. דערצייל נישט פאר קיינעם אז דו ביסט "כעלעמער מגיד". זאג פאר'ן עולם אז דו ביסט א מגיד אין די גרויסע שול אין לעמבערג... :lol:
[left]Now you stereotyping Chelem? Not nice, ich bin moiche[/left]
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

פון מיר פליקער

שליחה דורך פליקער »

אויב ווילט איר א עכטע עצה ווי אזוי ער זאל אויפהערן רייכעכערן, דאן הער צי מיין פלאן, אבער דעי עצה וועט העלפען נאר אויב איר מיינט עס אמתדיג, הער איי גא

ווען ער קויפט א שאכטעל ציגארעטן, נעם אויך א פעקל פאר דיר, אן קיין וויץ, ער וועט געיבו א בייזן בליק, אבער מאך זיך נישט וויסענדיג, נעם ארויס איין ציגערעט ווען איר שפאנצירט מיטנעם, וואק אזוי מיט א אויפגעהויבענעם קעפל, מיט א ציגערעט, נעם עס אין מאל אריין, בלאז אריין און ארויס נישט אריין אין לינג חלילה וויל איר וועט שטארק היסן, זייט נישט געזארגט אויף זיינע בייזע בליקן, ברויכסט נאר זאגן איין מאל, ווען דו וועסט אויפהערן וועל איך אויפהערן, איך גלייב אז נאך איידער דער ציגערעטל וועט אויסהויעכן וועט ער אראפ טרעיטן אויפן ציגרעטל און אויפהערן, אויב נישט דאן טי עס נאך איין מאל ביי זיין טאטען אינדערהיים אויפן פארטש.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

פליקער האט געשריבן:אויב נישט דאן טי עס נאך איין מאל ביי זיין טאטען אינדערהיים אויפן פארטש.

פליקער: וועסטו קומען איר אויפהייבן?
(נאך איר שווער און שוואגערס ווארפן איר אראפ).
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

נאך א בריוו דאסמאל מיט א טראגישע ענדע

שליחה דורך בעל מדות »

היות איך בין געווען דער פותח האשכול וועל איך פרובירן נעמען די זייט וואס איך האב אנגעהויבן און עס שטופן.

איך האב געהערט א געשיכטע מיט עכטע נעמען א שטיק צייט צוריק און איך וועל עס אראפלייגן ווי די פרוי שרייבט עס.

********

ווען איך בין געווארן א כלה בשעה טובה ומצלחת בין איך געווען די גליקליכסטע מענטש אויפן פלאנעט און מיין לעבן האט נישט געקענט זיין בעסער.
לויט די אינפארמאציע וואס איך האב געהערט אויף מיין חתן איז ער געווען פון "די בעסטע" בחורים אין ישיבה וועלכע שטייגט אין לערנען.

גלייך נאך מיין חתונה איז מיין מאן געגאנגען אין כולל ווייטער צו אויספירן רצון הבורא און דער לעבן האט זיך געפירט ווי א רוהיגע וואסער וואס פליסט מיט א רוהיגקייט.

ערשט נאך א האלבע יאר ביים אויסוואשן זיינע וועש האב איך געשפורט א גערוך וואס קומט פון זיינע וועש, איך האב זיך דערשראקן נישט וויסנדיג וואס צו טוהן און איך האב באשלאסן אז די בעסטע זאך וועט זיין אים צו פרעגן דירעקט, אומר ועושה יענע נאכט ביי נאכטמאל האב איך אים געפרעגט דערוועגן און ער האט געענטפערט אז זיין חברותה אין כולל רייכערט און די שמעק קלעבט זיך אהן אין זיינע וועש.
איך תמימות'דיגע פרוי אינגאנצן נישט באהאוונט אין די זאכן האב אים געגלייבט באמונה שלימה.

נאך עטליכע יאר ווען מיין קינד איז אהיים געקומען מיט א צעטל אז ער איז געווען א מחוצף אין חדר האט זיך מיין מאן גאר צעבייזערט און געגעבן א מוסר פארציע פאר מיין זוהן ווי עס קימט זיך אים, פון גרויס אויפרעגונג איז ער ארויס אין חצר שעפן אביסל פרישע לופט.

איך קוק ארויס פון פענסטער אין מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ... מיין מאן שפאצירט געמיטלעך ארום מיט א ציגערעטל אין האנט און אטעמט אריין די שעדליכע רויעך אין זיינע לונגען.

ווי א פאזל האבן זיך זאכן אנגעהויבן צוזאמשטעלן אין מיין מח, די וועש וואס שמעקן די הייזעריגע היסטן און די שטויב אין זיינע הויזן.

איך האב עס דאן דורכגערעדט מיט א שלום בית ספעציאליסט און מען איז געקומען צו א אויספיר אז מפני שלום בית זאל איך שלום מאכן מיט די מצב און אזוי האב איך טאקע געטוען.



צוויי יאר שפעטער גלייך נאך חנוכה האט מיין מאן געליטן פון א מילדע פארקילאכץ און ער איז געגאנגען צו א דאקטער פאר א קורצע וויזיט, נאכן נעמען נויטיגע עקזאמען איז דער דאקטער געווארן היסטעריש און האט באשטעלט א אמבולאנס אים אריינפירנדיג אין שפיטאל, נאכן נעמען גרונטליגע טעסט'ס האט מען אים דייעגנאוזד מיט לונגען קענסער ה"י.

קארגע דריי חדשים שפעטער ווען מיין מאן איז געווען אין א מצב פון גסיסה האט ער מיר צוגערופן צו זיין בעט און און מיט א שוואכע שטימע געבעטן מחילה.


איך זיץ יעצט ביי מיר אין שטוב שוין נאכן שבעה און איך זיך וועג צו פארגיטיגן מיין מאן ע"ה

וויאזוי קען איך אים מוחל זיין? וויאזוי? דו האסט מיר געמאכט פאר אן אלמנה און מיינע זעקס קליינע קינדער (וואס די עלטסטע איז נאך אונטער בר מצוה) פאר יתומים.
וויאזוי קען איך דיר מוחל פשוט ווייל דו האסט געהאט א תאווה פארן צוגערעטל???
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

-
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פליקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

במחילת כבוד רב ברסלבר, עזריאל, פליקער אין די איבריגע וואס זעט אויס דער אשכול האט בארירט א נערוו. וואספארא נידריקייט צו באשולדיגן די פרוי אין אייער אדיקשאן? דער פותח האשכול קומט אריין זייער קלאר ווען איר הייבט אן ביי די פערצן צו זעכצן יאר מיט א סיגארעט ווייל איר ווילט זיין קיהל אדער געפעלן חברים זענט איר זיך משדך מיטן ציגארעטן לנצח נצחים. יעדער פון אייך האט געהאט די מינוט אין ישיבה ווען א חבר האט ג'אפערט קום ארויס פרוביר א ציגארעט און די רעשט איז היסטארי. ב"ה איך האב אפגעזאגט דעם בחור נישט פארשטייענדיג צו וואס פעלט מיר אויס צו אריינצוען רויעך סתם ווייל יענער איז אנגעזעצט.

מען דארף פירן א קאמפיין בי די בחורים מיט גראפישע אויסמאלן עס זאל זיי אריין אין קאפ וואס עס גייט זיי קאסטן דאס שפיל כל ימי חייהם דאס איינע זיין קיהל.

איז אמת וואס איך העראז אין קווינס ישיבה לאזט מען אפיציעל רייכערן און די קארידארן זענען שטענדיג פאררויכערט? והוקע אותם.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין אלע ישיבות גדולות איז שוין היינט ערלויבט
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

בן תמליון האט געשריבן:במחילת כבוד רב ברסלבר, עזריאל, פליקער אין די איבריגע וואס זעט אויס דער אשכול האט בארירט א נערוו. וואספארא נידריקייט צו באשולדיגן די פרוי אין אייער אדיקשאן?

ביטע ליין איבער די תגובה אויף וואס איר באציעט זיך איידער איר ענטפערט.
איך האב קיינעם נישט באשולדיגט, איך זע נאר נישט פארוואס די פרוי זאל ווערן אזוי בארירט ווען איר מאן רייכערט. דאס איז זיין תאווה צוליב סיי וועלכע סיבה עס זאל נישט זיין, און דאס האט מיט איר גארנישט איינגעלייגט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

וויבאלד אז עס שאדט פארן געזונט און עס שטינקט האט דאס מיט איהר שוין איינמאל איינגעלייגט
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט