א מעשה מיט א שידוך מיט א דארפיש בחור

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
[NAMELESS]

א מעשה מיט א שידוך מיט א דארפיש בחור

שליחה דורך [NAMELESS] »

איז געווען אמאל א דארפיש בחור וואס איז אנגעקומען אין די יארן וואס די סדר העולם איז מען דארף א שידוך טון, האבן שדכנים אנגעהויבן קלאפן אויף די טיר און פענסטער, יעדער מיט זייער פארשלאג איינס אין די וועלט. איין פארלאג איז געפאלן פארן טאטן, דאס איז געווען א משכיל'ישע שטאטישע מיידל. פארוואס זאל אונזער זון בלייבן דא פאשפארט אינעם דארף? זאל ער ארויסגיין מצליח זיין אינעם גרויסן וועלט.

קומט דער שדכן בארואיגן דעם בחור, ער זאל נישט מורא האבן פון די קלוגע שטאטישע בתולה, און ער באוואפענט אים מיט צדה לדרך וויאזוי צו האנדלען בעת זיין טרעפונג מיט די בתולה, ער זאגט אים: האב נישט קיין יסורים און קיין חשש אז אינמיטן פון דער טרעפונג וועסטו בלייבן שטיין ווי א שטומע לעמעלע און נישט וויסען וואס ווייטער צו זאגן דעם מיידל, איך וועל דיר געבן א עצה, און אזוי זאלסטו האנדלען ווי נאר דו וועסט דערפילן אז דער געשפרעך צווישן אייך פארהאקט זיך אין עס ווערט שטיל:

נאכן אריינקומען אין הויז אין נאך די אנגענומענע ברכות און ווינטשערייען זאלסטו אנהויבן רעדן פון משפחה ענינים כדי מקרב זיין די הערצער, קוק זיך ארום אויף וויפיל דער שמועס אנטוויקלט זיך, און אז דו וועסט פילן אז דער שמועס ערשעפט זיך זאלסטו גלייך צוגיין צו א תכלית און רעדן וועגן ליבע ענינים. ווען דער שמועס וועגן אט די טעמע וועט קומען צו אן ענדע זאלסטו אריבערגיין צו א דריטע טעמע און רעדן וועגן פילאסאפיע.

דער בחור פוצט זיך אויס און באגלייט מיט ווינטשען פונעם גאנצן דערפל פארט ער ארויס צום שטאט. נאך עטליכע טעג קומט ער צוריק מיט אראפגעלאזטע נאז און אן קיין שידוך. דער שדכן אינגאנצן אויפגעברויזט פרעגט, האסט נישט איינגעהאלטן מיינע אנווייזונגען? זאגט דער בחור אוודאי יא, נאר נאך דער דריטער פריוו האט זיך אראפגעלאזט א שטימעניש אויף מיר און אויף דער שטאטישע בתולה און מיר האבן זיך פון דעם נישט געקענט ארויסרייסן.

נאך עטליכע שאלות קומט אויס די מעשה איז אזוי געווען, דער דארפישע בחור האט טאקע אנגעהויבן רעדן וועגן משפחה ענינים מיטן מיידל און האט א פרעג געטון צי האט איר א ברודער? דאס מיידל האט געענטפערט אז ניין, און איינגענומען א שטימעניש. דער בחור האט איינגעזען אז דער שמועס וועגן משפחה איז געקומען צו א ענדע איז ער אריבער צום צווייטן פרק און אנגעהויבן רעדן וועגן ליבע ענינים, פרעגט ער די בתולה צי האט איר ליב לאקשען? און ווייטער האט די בתולה געענטפערט ניין, און ס'האט ווידער איינגענומען א שטילקייט. האט דער בחור געהאט א געפיל אז דער צוייטער קאפיטל האט זיך פארענדיגט, איז ער אריבער רעדן וועגן פילאסאפיע, ער האט געפרעגט, וואלט איר געהאט א ברודער וואלט ער ליב געהאט לאקשן?
פארשפארט