כפה עליו הוט כגיגית
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
כפה עליו הוט כגיגית
ווייניג ווייסן די זריזים מקדימים, די יעניגע וועלכע קומען נאך ערגעצוואו נאנט צום גערופענעם זמן, אז מער פון א קענטעלאופ-שמעקנדן ווידערקול האבן די פיר ווענט כמעט נישט מיט וואס זיי צו מכבד זיין. אלץ וואס מ'קען טרעפן איבער די נאקעטע טישן זענען נידריג-געוואקסענע גאפלען מיט טריצענדע געלעכערטע פרצופים; פארעלטערטע מעסער-שטאנגען וועלכע האבן שוין פארלוירן מערסטנס פון זייערע ציין און שמאל-פיסיגע גלעזער מיט גרויסע קיילעכיגע קעפ פון וואנען אנגעבלאזענע סערוועטקעס מיט צעעפענטע פליגלען זענען עלול ארויסצושפרינגען דורך יעדן מעגליכן באוועג אדער בייזן בליק. ס'וואלט לגמרי נישט געווען מאדנע דאס קלערן אז ניטאמאל מיינט מען זייער טובה; סך הכל וויל מען לייגן דרוק אויף די צארט-איידעלע טישטוכער זאלן זיי נישט אנהייבן גליטשן און קייקלען איבער דער פאדלאגע און דערנאך זאל דער פארדינגער שפירן בארעכטיגט צו פארלאנגען מער געלט. די אנוועזנהייט פון לעפלען ווערט כמובן באטראכט ווי גענצליך איבריג צום דאזיגן צוועק; ליגן זיי נאך איצט פארוואלגערט ערגעץ אין א נאסליך אנגעשטויסענעם מילך-קעסטל און ווערן פארשפראכן זיך צו באווייזן מאניואלי צוזאמען מיט דעם טעללער. דער הויפט-חידוש וואס מאכט אט די דאזיגע בר-מצווה אנדערש ווי א דורכשניטליכע שמחה איז גאנץ פשוט: זויער-איגערקע, דשינדזשער-עיל און קאלסלאו זענען שוין קלוגער געווארן, און האבן באשלאסן דאס פאר זייער כבוד פאסט נישט צו זיצן אויף איין פלאץ מיט דער נעבעכדיגער בולקע און מ'זאל נאך רייסן פון זיי שטיקער אויף א ווילדן פארנעם און אומפראפארציענאלן מאסשטאב.
אפילו דאס פלעשל מאסט, א היימיש נישט מבושל'דיגער פראדוקט וואס דער בעל שמחה האט נישט פארגעסן מיטצוברענגען אין זאל, און כדי דאס צו היטן פון בייז-מנסכ'דיגע אויגן דאס איינגעהילט אין זילבער-פאפיר ווי א דריי יעריגס אינעם טלית, האט מען נאך אויך נישט ארויפגעשטעלט אויפ'ן טיש. דערווייל ווארעמט זיך דאס אויף א בענקל איינגעשטעקט אין א שווארצן פלאסטיק זעקל. צווישן אנדערע געפינען זיך אויך אינעם זאק טשולענט-פארפלעקטע בענטשערלעך פאר די פון דער אנדערער זייט מחיצה, דריי קאפיעס פונעם פשעטל און א היימיש קאלט-זילבערנעם מתנה-מאת-מזכרת-תשמ"ג-בעכער איבער וואס ס'זאל קענען אפגעראכטן ווערן אן אלוקינו שרוח החכמים נוחה הימנו. דערווייל זוכט מען ווער ס'האט א צינדער, אבער מ'האט שוין במילא געשיקט א קינד אין קיך נאך שוועבלעך. נאה! גיי ווייס פארוואס די ליכט ברענען נאך נישט. איבער יעדער איינציגסטער זאך ברויך מען באזונדער נאכלויפן. א חוצפה!
דער ייצר-טוב'ניק, א זעיר אנפין מיט אלע מפרשים איז אויפדערווייל דער איינציגסטער מכיר את מקומו. זיצט ער אויפ'ן אויבן-אן א צעמישטער; שוויצט פאר קעלט און ציטערט פאר היץ. א קליין קיילעכיג קעפל באגראבן אונטער א הוט די גרייס פון אן אינטערנאציאנאלן לופט-פעלד, די קורצע הענטעלעך קענען זיך קוים ארויסבאקומען פון אונטער די ברייטע ארבלען און זיך צו זעצן ביים סאמע-שפיץ פונעם בענקל האט ווי ס'זעט אויס נאך אלץ נישט געקענט איבערצייגן זיינע שוועבעדיגע פיסעלעך זיך צו שטעלן אייניג מיט דער ערד. אין א פארזוך צו צייגן דעם עולם אז ער איז שוין א פולקאמער גדול-כהלכה ברומט ער מיטן מויל און פייפט מיט דער נאז דורכאויס דער לאנגער פראצעדור פון ארויפשמייסן דעם האנטוך אויפ'ן אנגעבעקיטשטן אקסל ביז דעם הא לחמא ענקי די אכלו רבותינו. אט הייבט זיך אן דעם גרויסארטיגן מעמד וניתח אותה לנתחיה, דער קליינער גרייט זיך צו צעזעגן די פארשוואנגערטע חלה און לאזן דעם הונגעריגן המון כאפן די פאלנדע חתיכות.
צופיל ברויך מען זיך נישט אומקוקן אויפצופאסן וויאזוי זיין ניי פאר בחור'ישע אייגעלעך צעפראלן זיך כפתח של אולם און לויפן שיער נישט אריין אין די נאז-לעכער פאר פרייד יעדעס מאל א פנים חדשות באווייזט זיך איבערן שוועל פונעם זאל.
וויאזוי די מעשה זאל אבער נאר נישט זיין: געלט איז נאכנישט דא. "לכאורה הייבן די טשעקלעך און באנקנאטן אן צו שטראמען מער צום סוף", פרואווט דער נארוואס געווארענער גדול צו טרייסטן זיין אייגן געמיט וועלכעס זינקט אין אנטוישונג מיט וואס א "מזל טוב" עס גייט אים פארביי. יעדעס מאל עמיצער שטעלט א האנט אפצורעכטן א ווינטשעריי האפט ער און איז חושד אז ער וועט שפירן ווי עפעס א שטימפיגן בר-הכי קריכט ארום צווישן די שווייס-צונויפגעקלאפטע דעלאניעס. דערווייל באשטייט זיין רייכטום בלויז פון ספרים – עפעס צו וואס ער שפירט זיך א צורך עטוואס מער ווי פשוט'ע מזל-טוב'לעך; צוליב דעם וואלט ער אבער נאך נישט געברויכט זיך צו לאזן גרויס ווערן. פונדעסטוועגן האלט ער אן אויג אויף יענעם קליין טישל וואס ער האט שוין מייחד געווען נאך מבעוד יום אז ס'זאל דינען אלס דעם מקום וואו דער עולם קען אראפלייגן זייערע געקליבענע המצאות. דערווייל..... א שנים מקרא ואחד תרגום צום ערשטן מאל, יו געסט איט רייט. דעם אנדערן ספר איז א.... ישמח ישראל. בינגאו! און וואס איז מיט דעם דריטן? וועל, ס'איז ארומגערעפט, קען איך דיך נישט זאגן. אבער אפשר... הממ. מ'ברויך דאס שטעלן אונטער דעם לעקטער, געמיר א רגע!
אביסל איז שולדיג דער שלעכטער וועטער; נאך א סיבה ס'זאל ביי דעם בחור'ל ארומטאנצן קיצלדיגע שפענדלען צווישן די פיס. א דבר פשוט אז וויפיל מענטשן ס'באטייליגען זיך, אלס גרעסער איז די שאנס ער זאל קענען לייזן אפאר דאללער און אויסברייטערן זיין קאפיטאל. כאטש די אייגענע משפחה זאל דא זיין.
"שוין, געלויבט דעם אייבערשטן" צעטרייסט זיך דער בעל שמחה הויך צו זען אויב אנדערע וועלן צושטימען,"אבי דער שטורעם לאזט שוין נאך".
דער שטורעם, הגם שוין אין א מער מילדן זין, ווילדעוועט נאך אלץ איבער די גאסן מיט א ברויזנדן הפקרות, ווי א בייז-פאר'ייאוש'טן דיבוק וואס האט זיך שוין געבראכן צו די מקובלים אבער קען זיך פארט נישט דערשלאגן צום קליינעם פינגער. דער בעל שמחה זעצט אבער פאר מיט זיינע נחמה רייד און מאכט אוועק דעם שטורעם, הגם אויף צו לאזן יעצט אין שוואונג א טויב וואלט אפילו ער נישט געוואגט. "ממש א נס אז פונקט דעם זאל פון ארום דער גאנצער געגנט זאל נישט האבן עפעקטירט געווארן פונעם קורץ-שלוס", קוועלט ער פון התפעלות און תהלים-כולל'ט ארום אין דער זעלבער צייט וואס ער לאזט פריי די ארוגות'דיגע בארד און נעמט זיך אקערן די צעשויבערטע פיאות. "למעשה ווי איך פארשטיי איז שוין די עלעקטריע יא צוריקגעשטעלט געווארן; באסעס ווי איך הער פארן שוין אויך אויף זייער רוטין. שוין, הודו לה' פאר דעם".
אנדערע אין דער משפחה האבן שוין וואס אנצולייגן דעם וועטער אויפן בעל שמחה, עלעהיי גאט זאל אים האבן אנפארטרויעט מיט דעם מפתח של גשמים אלץ כדי אותו צדיק זאל קענען אפרעכענען זיך מיט קרובים און פריינט דוקא כשהשמחה במעונו. "עפעס א שלימזאלעס אז ביי דיינע שמחות בושעוועט אייביג א שלעכט וועטער. ביי דער פאריגער חתונה דיינער איז דוכט זיך געפאלן עטליכע אינטשעס שניי, ס'האט געהאגלט, געגאסן; אך, געווען דעמאלט א מין צעפראסקעטן גליטש אזש ניו יארק וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן. אדער אפשר איז דאס גאר געווען ווען דיין ברודער משה חיים האט חתונה געמאכט?“
די פולע חסיד'ישע טראגע און אנגעבליך-טראדיציאנאלן טראכט וואס האט באטראסקעט דעם צדיק צו זיין דרייצענטן געבורטסטאג ציפט, קראצט, בייסט און צעקיצלט זיינע אברים בכל מקומות מושבותיו. ער שווימט אין זיינע בגדים א צעמישטער, ווי א קליין פישל פארכאפט אין א בעקעלע מיט קאטשניו וואס לאזט זיך נישט פארגליווערן אבער איז אויך נישט פליסיג. מער פון זיין א שליט בעליונים איז פאר עמען נישט איבערגעבליבן נאר אביסעלע צו שפירן דעם והבדלנו מן התועים, אביסל אויף וואס זיינע זיידעס האבן זיך מוסר נפש געווען ממצרים ועד הנה. שיין וועט ער אויסזען אז ער זאל פראבירן אויסצוגראדן זיך מיט דעם פרעמדן ר"ת ברוב עם, אדער פראבירן פארענט פון א ציבור פאפקארן-ציפער צו דערגיין ביים קראטש הלמאי פונקט ווען ס'קומט דוקא צו זיין נחלה דזשאלעווען די היימישע קליידונג-מאניפאקטורער קיין סחורה נאר לאזן איבער ריזיגע שטחים מיט צמר.
אלץ וואס איז פאר דעם צדיק יא געבליבן זיך צו באשעפטיגן, איז אראפשלעפן און אויסגראדן דאס איפכא-פארקנעפלט העמעד וואס דוכנ'ט שוין ווייטער העכער דער לאץ פון זיין קאפאטע. דאס קען ער טון בין יושבין ובין עומדין. אבער אויף אנצוכאפן פון העכער דעם פאסיק די פאדערשטע צוויי הארטנעקיגע כנפות פונעם נערוו-שפאלטנדן טלית קטן איז יא מן המובחר זיך אויפצושטעלן – נאך אלעם אויף חניקה איז קיינער נישט גרייט.
א שטארקע מאס קאנצענטראציע ברויך ער אבער ווידמען צו זיינע קאמפאלסיווע הענטעלעך, זיי זאלן פון געוואוינהייט אויס נישט אראפשלעפן דעם הוט פון קאפ, און צעבלאזן די פיצנקע שטויבלעך וועלכע האבן באקוועם זיך געזעצט דערויף זינט ער האט זיי לעצט באבלאזן בכל תוקף ועוז – אומגעפער פינף מינוט צוריק. שוין איינמאל ווייסט ער וואס ס'ווארט אים אפ.
דער פאטער, א צעפרומט נערוועז אידל ביי וועמען די געהירן זענען צוליב תרי"ג סיבות שוין צעהאקט און צעטראטן געווארן ווי דעם עמלק נאך אן אויסגעקלארטער זכור-זכר נעפלדיגער דילעמע, דירעקטירט זיין שטורעמישן גרימצארן על הנער הזה – רחמנות-פריי. די אומסטאביל-להבה'דיגע רויטקייט וואס האט ספאנטאניש פארכאפט זיין פרצוף וואלט אוועקגערויבט דאס פולע באוואוסטזיין אפילו פון דעם מערסט-געלערנטן מורה-הוראה. זיינע פונק-שפריצענדע אויגן קריכן ממש ארויס פון זייערע ראמען ווי אן אנגעבראכענעם שיכור וועמענס ווילדן פרואוו צו טרעפן א מנין מעריב שושן-פורים פארטאגס האט זיך אויסגעלאזט אומדערפאלגרייך; זיינע צעעפענטע נאז-פליגלען זענען מפוזר ומפורד ביז אריין די ארויסשטארצנדע שרשים פון דעם העכערן חלק בארד אזש נשמת רוח אפו הענגט ביים שפיץ ווי א זעלבסטמערדער אויף דער צוים פון א בריק אין זיינע לעצטע רגעים, און ווי אן אויסגעצויגענע גומע-באנד וואס גייט אט דורכלעכערן די אומשולדיגע בעקעלעך פון א פאר'גולמ'ט קינד ציעט ער אויס זיינע ליפן צו א מקסימום, אזוי אז זיינע בייז-קריצנדע פיפיות'דיגע ציינער וועלכע זענען נישט ווייניגער אין אומשטאנד איינצושלינגען דעם ייצר טוב'ניק ווי דער שלאנג-פארשטעלטער מלאך משה רבינו זענען הדיוטים הקופצים בראש אין יעדן זין פון ווארט. "וויפיל מאל נאך גיי איך ברויכן דיך זאגן 'לאאאאאאז דעעעעם הוווווט געמאך!"
דער בעל שמחה זעצט פאר מיט דברי תוכחות לכתחילה מיט א גרילצעדיגער שטילער שטימע פון אונטער דער נאז ווארום ער געפינט זיך דאך ברבים, אבער מעשה כל נדרי און זיין קול איז הולך וחזק מיט זיין נאכנאנדער חזרה. "כ'האב דיך דאך שוין געזאגט ווייסעך וויפיל מאל: א הוט איז נישט קיין שפילצייג, און ס'וואקסט ביי דיין טאטן נישט קיין געלט אויף א בוים. איך רעד צו דיר איין מאל און נאכאמאל אבער איך טאפ א וואנט. דו הער..... " "אמן אמן, ברוכים תהיה, מערצאשעם ביי דיר, ביי אלע קינדער געזונטערהייט, אמן, שכח פאר'ן קומען".
פאר א סקונדע איז דער פאטער געווארן איבערגעהאקט דורך א ווינטשער, אין איילעניש האט ער פראבירט ארויפשלעפן א מאסקע איבער זיין אויבן-דערמאנטן פנים, און איידער ער שטעלט צוריק דעם אויסשליסליכן שמייכל וואס ער האט ספעציעל געלאזט מאכן לכבוד דער שמחה וויל ער נאך זיכער מאכן אז דאס קינד זאל שפעטער נישט זאגן אז מ'האט אים נישט ערשט געווארענט, ער האט נישט געוואוסט. "איז הער וואס איך זאג דיר זייער קלאר: איך וועל שוין זיך נישט בייזערן אזוי, איך האב ברוך השם בעסערס און וויכטיגערס וואס צו טאן. אבער אז טאמער וועסטו קאליע מאכן דעם הוט קריגסטו נישט א נייעם, פארשטאנען?“
אמת, דאס יונג באשעפעניש האט אומוועלענדיג אוועקגערויבט א צעפליקט בינטל נערווען פונעם פאטער'ס אויפגעבראכענע מח-קעמערלעך; פונדעסטוועגן דאך טוט מיין הארץ אנבאטן א פעקל מיטלייד און רחמנות דוקא פאר אט דעם רויבערישן קינד.
אנגעהויבן האט זיך דאס נאך אין געשעפט. היטן זענען געוויס נישט קאסטום-מעיד, אבער פאר דעם געריבענעם סוחר וועלכער שפאנט ארום אין געשעפט מיט א הענגעדיג פארשליסלטען הויזן איז בכלל נישט געווען א קלער ער זאל אפהאלטן זיך פון ארומצופאפן דאס קליין בחור'ל וואס איז גרייט צו זיך פארהערן מסכת היטן בעל פה, גענוי ווי ס'וועט אים געלונגען איבערצורעדן דעם פארזעצטן פאטער וואס בשעת'ן וועלן א הוט פאר זיין ברוך שפטרניק שטייט ער מיט דעם פנים צו דער טיר און בייסט אן א באשטימטן גאנג זיינע קרום-צעהאקטע נעגל – ווי זיי זאלן וויסן אים צו זאגן פון וואנען ער קען דרינגד שאפן נאך א הלוואה.
דער געשעפטסמאן, א איד ביי וועמען ס'ווערט ערליך פראקטעצירט דעם ביזנעס-טיפ וואס רש"י זאגט אונז שוין אין פרשת שלח, קומט ערשט צו קריכן מיט א הוט אזוי קליין ווי דאס שווארצאפל פון א שטיקל כרפס, און שטעלט דאס אראפ אויפן טיש מיט אן אנגעשטעלטן תמימות. "קודם פראביר דאס, לאמיר זען וויאזוי ס'שטייט אויף דיר". נו, אז אלע אין שפיץ פון דעם סוחר זעלבסט נעמען זיך קרומען און הירזשען אז אזאנס וואלט אין בעסטן פאל גוט געווען פאר א פארצייטישער טשערי-לייט אויפ'ן דאך פון א סטאנציע-וואגאן, ציפט זיך דער סוחר ביי זיין ציגעלע-בארד, ווי אויף אנצופרעגן ביי איר איבער דעם געשעפט'ס אינווענטאר. ער גיבט זיך א דריי ימה וקדמה, דרייט מיט דעם פינגער אין דער לופטן ווי עמיצער וואס ברויך זיך דערמאנען נאר א קלייניקייט אבער פארט וויכטיג, און מיט א קורצן מעסט מיט די אויגן ציעט ער ארויס א באקסל פון א אונטערשטער פאליצע און שטעלט דאס אראפ אויפ'ן טישל – נישט איידער ער פארענדיגט ברומען זיין לידל. "פשששיהא, גיב נאר א קוק, וואוו! א יופי פון א הוט. איך ווייס נישט צי איך קען דיך דאס אפילו פארקויפן. אזא שטיקל? פאהפהפהא! ".
איי דאס היטל איז שוין באלד גרעסער פון דער בר-מצווה-חלה, און.... "נע, גיב דאס צוויי דריי חדשים, העסט אריינוואקסן. העכסטנס נעם א ספאנטש צוויי דריי, כ'זאג דיר האסט נישט וואס מורא צו האבן, דאס איז ביי מיר מעשים שבכל יום". אבער קוק, פון הינטן גייט דער ברום געבויגן און געדרייט ווי א שופר של איל, אין צענטער איז דא א בור י' טפחים און אין פארענט האט זיך פארמירט א שטיקל גבחת, און... "נארישקייטן. דער ברום גייען אלע אזוי, ס'איז ממש יעצט אריין אין סטייל. העכסטנס קען איך דאס לייגן אין פרעסס אז ווילסטו דוקא. דאס גריבל דוכט זיך דיך נאר, כאפסט? ווייל דו קוקסט פון צפונית מערבית אויף מזרחית דרומית, אבער אז האלסטו דעם הוט גלייך איז דאס גראד ווי דיין נאז. און די גבחת? הא! דאס איז ווייל ס'זיצט אינעם באקס שוין פאר אפאר וואכן, איך קען דיך דאס אראפנעמען אין א רגע".
דער סוחר איז צופרידן צו זען ווי דער הוט ווערט אטאקירט דורך א שנעל-לויפנדער מחנה פון צעהיצטע פארע-קנוילן, ער פארקעמט די הכנעה'דיגע הארעלעך מיט א הארט-שטעכיגן בערשטל, שפריצט לופט פון א קליין-שפיזיגער רער מיט א מאנסטארישער קראפט און שיקט אים ווייטער העכער דעם שיטערן רויך. "ענגליש קענסטו? נא, ביזט דאך נאך א קליין ראצער, פון וואו זאלסטו דען קענען. ס'איז אבער דא א באקאנט ווערטל: 'דאונט מעיק ען אישו אף א טישו'. פארשטייסט וואס דאס מיינט, אדער דו פארשטייסט נישט". שוין אן אנגעדעמפטער כאפט דער סוחר דעם פייכט-געבויגענעם הוט און שליידערט אים אריין צווישן צוויי הילצערנע קלעצער וואו ער וועט אפזיצן ביז די אנדערע קונדן ווערן סערווירט. "נו? פארשטייסט אדער נישט", פרעגט ער ציניש שוין א צווייט מאל פונעם קינד וואס זיינע פארקילטע אויגן שטייען ווי אראפגענאגלט העכער די פילע באקסעלעך און שווייגט מיט א באזאלצענקייט. "שוין, איך זע אז דו פארשטייסט נישט, ס'איז גארנישט געשען. איך אין דיין עידש וואלט דאס אויך נישט פארשטאנען. בעט דיין טאטע זאל דיך דאס מסביר זיין. 'איר ווייסט זיכער וואס ס'מיינט דאונט מעיק אן אישו אף א טישו. ניין? זייט דאס מסביר פאר אייער צדיק'ל. איך זאג אים ער זאל זיך נישט אזוי משוגע מאכן פאר שטותים. נישט חלילה אז איך האב א פראבלעם אים צו לאזן פראבירן אן אנדערן הוט. מצידי קען איך ארויסשטעלן דאס גאנצע געשעפט אבי ער זאל זיין צופרידן'".
דער פאטער, וועלכער צוליב דער וויכטיגער זיצונג מיט זיינע ציין האט בלויז רעאגירט דורכאויס דער גאנצער צייט מיט קורצע זאצן און אין גרעסערן טייל נאר מיט די אויגן, שטייט שוין יעצט אין הארץ פונעם מקח בכל תקפו. נאך איידער ער עספיעט צו בעטן פאר א בן-תורה הנחה, צעבייזערט ער זיך אויף דעם קינד פארענט פון א פאטענציאלן מנין מנחה: "זאל דיך נאר אינטערסירן דעם ר' עקיבא איגר אזוי ווי דעם נארישן הוט".....“ס'איז קיין שום פראבלעם, איך קען גערן זוכן פאר עמען אן אנדערן הוט,“ פראבירט דער געשעפטמאן וואס האט שוין אביסל חרטה פאר זיינע ביזנעס-מעשים צו אינטערווענירן, אבער דער שטייפער טאטע האט שוין געזאגט דעם "וחתום."
"איך קען דאך מיין תכשיט'ל נישט פון היינט, וואס מ'וועט אים נאר געבן וועט ער במילא נישט זיין צופרידן. זיין טאטע זאגט ס'איז א הערליכן הוט, איר זאגט ס'איז פון אייער עידית, אבער עמען איז נישט גענוג אז מ'פארברענגט שוין דא באלד א שעה, ער וויל אנברענגען נאך צייט ווייל ער האט מורא וואס זיינע חברים וועלן זאגן. ס'איז בסדר, איך וויל דוקא ער זאל יא נעמען דעם דאזיגן הוט. שכח, און הצלחה
רבה".
די בר-מצווה האט זיך נאך נישט געענדיגט; מיין צייט און געדולט אבער יא. המשך יבוא, מערצאשעם אין אן אנדערער לאנגווייליגער נאכט.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יואב: ייש"כ. דו ביסט מורא'דיג. איך (און כ'בין זיכער הונדערטער אנדערע) האבן געליינט דיין שילדערונג מיט גרויס שפאנונג. מיט פארכאפטן אטעם. ליינענדיג האב איך געשפירט ווי איך בין (מסתמא) אין מאנסי. איך האב אפילו געשפירט דעם גערוך פון די אלטע קענטעלאופס און זויערע פיקלס. איך האב נאר נישט געקענט מחליט זיין וואס ענדערש טועם צו זיין. דזשינדזשער עיל אדער קאלא. דעם בר מצוה בחור'ל האסטו אזוי קלאר געשילדערט אז איך וואלט געקענט מאכן א צייכענונג פון איהם...מיט זיין ברייטן קאפליוש צוזאמען.
די סצענע פון דעם הוט סוחר און זיינע שטיק האט ביי מיר אויפגעברענגט זיכרונות, פון ווען איך בין געווען א בחור'ל בערך פון די בר מצוה עידזש. און איך בין עטליכע מאל אריינגעגאנגען אין א היימישן הוט סטאר אין אלט וויליאמסבורג, אויף בראדוועי...!
דיין באשרייבונג וואלט מען געקענט ארויסנעמען פון סיי וועלכן מעשה ביכל פון די גרויסע אידיש שרייבערס, ווי למשל חיים גראדע, אין זיינע פארציילונגען, וואס הייסט "די קלויז און די גאס". אדער "דער שטומער מנין"...!

- בעל מדות
- היימישער באניצער
- הודעות: 367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
- האט שוין געלייקט: 628 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל
איך זאג דיר יואב, איך האב במשך לייענען דעם ארטיקל עטליכע מאל שפעקולירט וויאזוי איך קען ארויסברענגען מיין קאמפלימענט אויף אזא ארטיקל -איינס אין א יובל- און ווי שפעטער און אלץ מער איך האב געלייענט האסטו מיר פשוט אויסגעליידיגט מיין וואקאבולאר, ארויסגעריסן די ווערטער פון מויל און געברענגט צו א שטומער פארפרוירענקייט, און איך וויל דיר נאר איינמעלדן אז איהר זענט ברייט באשאנקען מיט געטליכע טאלאנט וואס שרייט פון יעדן בוכשטאב און קערעקטער אין דעם ריז-ארטיקל.
איינער מיט די אינפא ווי מען קען איינמעלדן דעם ארטיקל פאר די ביורא און אפיס פונעם וועלט'ס גינעס אוו רעקארד?איך מאך נישט קיין וויץ!
איך גיי נישט פארשטיין אויב נאך מיין תגובה גייט זיין נאכאיינס, איך זעה נישט וואס מען קען דא שרייבן און צולייגן! און א ווארענונג נישט פארגעסן! ביטע נישט געבן דעם ארטיקל פאר עלטערע אידן וואס צופיל געלעכטער קען אויפשטורעמען זייער אנדרענעלין.

מ'מאכט זאכן מעגליך.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
איך וואלט צוגעלייגט אז עס האט עפעס מיט זיין נייע אוואטאר ,ער איז עפעס א בריה חדשה זייטן טויש.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
יעצט איבערגעליינט פראפערלי אויפן דעסקטאפ ,האט איינער געהעקט זיין ניק אדער אפשר האט יואב'ל גענומען קריעיטיוו שרייבער לעססענס? ס'איז עפעס נישט נארמאל!
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
[tag]יואב[/tag] גאגא אויף דיר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איז אזוי, ווי הייבט מען אן, אזא לאנגע ארטיקל וואס יעדע שורה שרייעט ארויס אזעלכע טאלאנט,
קודם כל דער קעפל איז איינס און א גוטס, נאר דערזעהענדיג דעם קעפל האב איך זיך צושמייכעלט און דערשמעקט אז דאס איז א מעכטיגער ארטיקל און איך דארף צוגרייטן די מילצן..
אט האב איך ארויסגעקליבן די שורות, אויסדרוקן, ווערטלעך, מליצות, וואס ביי זיי האט איך זיך געשאקלט אינאיינעם מיט מיין בענקל, און די קאווע האט זיך שיער נישט איבערגעדרייעט:
יואב, A-1

יואב האט געשריבן:מער פון א קענטעלאופ-שמעקנדן ווידערקול האבן די פיר ווענט כמעט נישט מיט וואס זיי צו מכבד זיין
כדי דאס צו היטן פון בייז-מנסכ'דיגע אויגן דאס איינגעהילט אין זילבער-פאפיר ווי א דריי יעריגס אינעם טלית
א קליין קיילעכיג קעפל באגראבן אונטער א הוט די גרייס פון אן אינטערנאציאנאלן לופט-פעלד
הא לחמא ענקי די אכלו רבותינו
אט הייבט זיך אן דעם גרויסארטיגן מעמד וניתח אותה לנתחיה, דער קליינער גרייט זיך צו צעזעגן די פארשוואנגערטע חלה..
"לכאורה הייבן די טשעקלעך און באנקנאטן אן צו שטראמען מער צום סוף", פרואווט דער נארוואס געווארענער גדול צו טרייסטן זיין אייגן געמיט וועלכעס זינקט אין אנטוישונג
דערווייל..... א שנים מקרא ואחד תרגום צום ערשטן מאל, יו געסט איט רייט. דעם אנדערן ספר איז א.... ישמח ישראל. בינגאו! און וואס איז מיט דעם דריטן? וועל, ס'איז ארומגערעפט, קען איך דיך נישט זאגן. אבער אפשר...
ווי א קליין פישל פארכאפט אין א בעקעלע מיט קאטשניו וואס לאזט זיך נישט פארגליווערן אבער איז אויך נישט פליסיג
שיין וועט ער אויסזען אז ער זאל פראבירן אויסצוגראדן זיך מיט דעם פרעמדן ר"ת ברוב עם, אדער פראבירן פארענט פון א ציבור פאפקארן-ציפער צו דערגיין ביים קראטש הלמאי פונקט ווען ס'קומט דוקא צו זיין נחלה דזשאלעווען די היימישע קליידונג-מאניפאקטורער קיין סחורה נאר לאזן איבער ריזיגע שטחים מיט צמר
צעבלאזן די פיצנקע שטויבלעך וועלכע האבן באקוועם זיך געזעצט דערויף זינט ער האט זיי לעצט באבלאזן בכל תוקף ועוז – אומגעפער פינף מינוט צוריק
א צעפרומט נערוועז אידל ביי וועמען די געהירן זענען צוליב תרי"ג סיבות שוין צעהאקט און צעטראטן געווארן ווי דעם עמלק נאך אן אויסגעקלארטער זכור-זכר נעפלדיגער דילעמע
זיינע פונק-שפריצענדע אויגן קריכן ממש ארויס פון זייערע ראמען ווי אן אנגעבראכענעם שיכור וועמענס ווילדן פרואוו צו טרעפן א מנין מעריב שושן-פורים פארטאגס האט זיך אויסגעלאזט אומדערפאלגרייך
ווי א בייז-פאר'ייאוש'טן דיבוק וואס האט זיך שוין געבראכן צו די מקובלים אבער קען זיך פארט נישט דערשלאגן צום קליינעם פינגער
וויפיל מאל נאך גיי איך ברויכן דיך זאגן 'לאאאאאאז דעעעעם הוווווט געמאך!"
מעשה כל נדרי און זיין קול איז הולך וחזק מיט זיין נאכנאנדער חזרה. "כ'האב דיך דאך שוין געזאגט ווייסעך וויפיל מאל: א הוט איז נישט קיין שפילצייג, און ס'וואקסט ביי דיין טאטן נישט קיין געלט אויף א בוים. איך רעד צו דיר איין מאל און נאכאמאל אבער איך טאפ א וואנט. דו הער..... " "אמן אמן, ברוכים תהיה, מערצאשעם ביי דיר, ביי אלע קינדער געזונטערהייט, אמן, שכח פאר'ן קומען".
דאס קליין בחור'ל וואס איז גרייט צו זיך פארהערן מסכת היטן בעל פה
דער געשעפטסמאן קומט ערשט צו קריכן מיט א הוט אזוי קליין ווי דאס שווארצאפל פון א שטיקל כרפס
פון הינטן גייט דער ברום געבויגן און געדרייט ווי א שופר של איל, אין צענטער איז דא א בור י' טפחים און אין פארענט האט זיך פארמירט א שטיקל גבחת
נאך איידער ער עספיעט צו בעטן פאר א בן-תורה הנחה, צעבייזערט ער זיך אויף דעם קינד פארענט פון א פאטענציאלן מנין מנחה: "זאל דיך נאר אינטערסירן דעם ר' עקיבא איגר אזוי ווי דעם נארישן הוט"...
יואב, A-1
וירח ה' את ריח הניחוח
- בשבילי!
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
- האט שוין געלייקט: 462 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
בעל מדות האט געשריבן:עס מערקט זיך אהן קאפ און מח און דארונטער ארבעט פון שעות על גבי שעות.
קוקט אויס ווי קענסט נישט יואב, איך דענק אז ער שרייבט דאס אפ אונטער 15 מיניט, ער דארף בלויז זיין אין די מאאאד. דאר. שטעקט דער טאלאנט. קאראקט מי יואב איף אייעם ראנג
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
אקיצער זה בכה וזאת בכה אבער כולי עלמא (גירסת ר' בערל: עלמה) מודה אז עפעס גוטס גייט פאר מיט יואב'ל.
בשולי הדברם באמערק איך איצט ווי שיין דיין נייע אוואטאר מעטשט צו די ק''ש בעקראונד און איז א תאווה לעיניים (אין קאנטראסט צו יענער אוממענטש וואס קען נישט פארשטיין אזא קלייניקייט אז שפרינגעדיגע אוואטארס ווארפט זיך אין די אויגן).
בשולי הדברם באמערק איך איצט ווי שיין דיין נייע אוואטאר מעטשט צו די ק''ש בעקראונד און איז א תאווה לעיניים (אין קאנטראסט צו יענער אוממענטש וואס קען נישט פארשטיין אזא קלייניקייט אז שפרינגעדיגע אוואטארס ווארפט זיך אין די אויגן).
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
שכח פאר די אלע קאמפלימענטן, באמת, איך פרעס דאס אויף מיט באק ציינער.
די רעדאקציע איז נישט אינפארמירט געווארן איבער סיי וועלכן טויש, אבער אז דער עולם זעט א שינוי לטובה איז זיכער גוט וויאזוי ס'זאל נאר האבן פאסירט. אויב זאל אבער טאקע יא האבן פארגעקומען א שטיקל טויש, דאן וואלט איך געזאגט אז נראין דברי [tag]יאיר[/tag] וחבריו ווי איידער די אוואטאר טעאריע פון הרב [tag]איך אויך[/tag]. הגם מ'ווייסמער דאך פון צדיקים אז מ'קען דערקענען א מענטש לויט זיין אוואטאר ווייל דער צלם אלוקים, דער חלק אלקי ממעל וואס איז משפיע אויפן מענטש, לאזט אן איינדרוק אויפן מלאך הממונה אויף דעם כתב, ודו"ק כי קצרתי.
כלפי שעות על גבי שעות פון [tag]בעל מדות[/tag] און 15 מינוט פון [tag]בשבילי![/tag], איז דער אמת אז איך ווייס נישט פונקטליך ווילאנג דאס האט מיר גענומען, כ'האב דאס נישט געטיימט און כ'האב דאס געשריבן אביסל לסירוגין, עטליכע מינוט דא און אביסל דארט. אזויפיל קענסטו אבער זיכער זיין אז היפש מער ווי 15 מינוט, איך וואלט געזאגט אז אוועראלל האט דאס געקענט גרייכן א גוטע דריי שעה.
כ'וועל אבער יא מודה זיין צו בשבילי אז דאס שרייבן ביינונז האט אינגאנצן מיט דער "מאאד", הגם ס'איז פאר מיר נאך אומקלאר פון וואנען ער "דענקט אזוי".
פאר געוויסע איז דאס ממש א פשטות, ווארום יואב איז דאך בגימטריה "מאדי", מיט דער מ"ם במספר קטן. און פאר די וואס ווילן דוקא שרייבן "מאאדי", איז דאס יואב מיטן כולל. און אז מ'לייגט שוין יואב'ן אריין אין כולל טרעפט ער זיך אויך אן מיט דעם אויבן-דערמאנטן "הוט". איך וואלט אבער געוואלט בעטן מ'זאל מיך ארויסלאזן פון דעם כולל, איך גלייב אז דאס לעבן וועט מיך זיין באקוועמער אן אים.