די לעצטע פאר חדשים האט די בלאט גענומען א דירעקטע ליניע צו איבערמאכן מוחות, ברעין וואשן דעם עולם אז מען מוז ארויסמופן פון שטאט... און קיין קרית יואל.
איך ווייס נישט צו דער עולם לייגט צו קאפ אבער אין די לעצטע פאר יאר איז די דירות פרייזן אין קרית יואל געשטיגן ממש דאפאלט, סיי קויפן אין סיי רענט'ן. איך ווייס נישט צו דער קאמפיין איז געצילט קיין וומס אדער קרית יואל ווייל אויב איז עס פאר וומס קען זיין עס איז מיט א גוטע מחשבה אבער אויב קיין ק"י טון זיי א רעה פאר די ק"י תושבים וואס די רעזאלטס שפטיגט נישט צו קומען.
א 8 רומיגע דירה וואס האט אמאל געקאסט 250K איז היינט ממש דאפאלט... יא יא איר הערט גוט 500K פאר א 8 רומיגע דירה אויף די 4טע שטאק אן א עליוועיטאר, און אויב לייגט ער אריין א עליוועיטאר וואס איז צובראכן נאך פאר מען מופט אריין הייבט דאס די פרייז שוין מיט $50K. איך ווייס נישט וויאזוי די רחמנים וואס זארגן פאר די וואוילזיין פון וומסע תושבים קענען טון אזא רעה פאר די ק"י תושבים, איך וועל אראפברענגן א סטעימענט פון א לענדלער פון עטליכע דירות אין ק"י ווען איינער האט אים געפרעגט וויפל א 5 רומיגע דירה קאסט, ענד איי קוואט " איך פארשטיי אז א 5 רומיגע דירה אין ק"י פאר $1750 איז טייער, אבער נישט געדאגהט מארגן קומט א וומסע קאפל קוקן די דירה איך וועל זיי בעטן $1900 אין זיי וועלן עס כאפן און לויפן" ענד קוואט.
ווי נעמט מען די אחריות אז ק"י זאל און אפאר יאר ארום זיך פלאגן מיט די זעלבע דירות פראבלעם אין די הימלשרייענדע רענט'ן ווי וומס, מדארף דאס אפשטעלן בעוד מועד(????) אויב עס איז נאכנישט צו שפעט.
בלאט אבסעסיע מיט קרית יואל... גוט צו נישט
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 359
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 879
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל
אוי איז דאס א ווייטאג, איך האב געשריבן א מעסעדש צום שרייבער פון די ויסעו ויחנו סעריע ארטיקלען, וואס ברענגט אראפ אינטערוויוס פון מענטשן וואס האבן זיך אוועקגעצויגן פון ווילי בעיקר קיין קעידשעי, און אים געטאדלט פארוואס ער טוט אזא שלעכטס פאר קרית יואלע איינוואונער, בשעת קרית יואל פלאגט זיך מיט א אייגענע דירות קריזיס, שטייט ער און שטופט דעם ציבור זיך ארויסצוציען אהער און הייבן די פרייזן נוסל0ח ווילי, אבער ביזדערווייל לא זכיתי להשיג תשובה
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' אייגנארטיג און ר' אבי גערעדט: איך בעט אנטשולדיגונג מרישא אז איך גיי קריגן אויף ענק. ווייל די לעצטע עטליכע ארטיקלען אין "בלאט" איז בפירוש געשטאנען אז אידן מופן ארויס און ער האט אויסגערעכנט, קיין לעיקוואוד, מאנסי און אויך קיין קרית יואל. טאקע אין די ויסעו ויחנו ארטיקלען...ער האט אויך מרחיב את הדיבור געווען איבער די מעלות פון בלומינגבורג, יצ"ו...אז ער רעכנט אויכעט אויס קר"י צווישן די אנדערע ישובים וואו דער עולם האט א מעגליכקייט צו מופן איז נישט קיין שום עוולה. חוץ פון דעם. קריאת יואל האלט אין איין וואקסן בליעה"ר. און ס'קומען אייביג צו נייע דעועלאפמענטס. ס'קען זיין אז די פרייזן האבן זיך א ביסל געהויבן, לויט'ן פארלאנג. (דימענד, בלע"ז.(...!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 359
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל