המקוה והמסתעף:

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

המקוה והמסתעף:

שליחה דורך קאך_לעפל »

די מקוה האט אלעמאל געשפילט א ראלע אינעם אינערליכען לעבן פון כלל ישראל:

ווען דער בית המקדש איז נאך געשטאנען בבנינה, והעיר ירושלים היו על תילה, האט מען זיך כמעט נישט געקענט באגיין אן א מקוה, אלעס האט זיך געשרייט ארום די מקוה ד''מ:

ר' חנן א פרישע אינגעמאן קוים א יאר נאך די חתונה, און בשטומ''צ איז ער באשאנקען געווארן מיט א בן זכר, ווען עס ענדיגט זיך די צוויי וואכן נאך די לידה, גייט ער איז געשעפט אריין, און ער האנדעלט זיך איין צוויי טויבען, איינס פאר א קרבן עולה, און איינס פאר א קרבן חטאת, און ער ווענדעט זיינע טריט אינאיינעם מיט זיין ב''ב צום ריכטינג פינעם בית המקדש, מקריב צו זיין די קרבנות וואס די תורה הק' האט אים באפוילן, אין מיטאמאל האבן די פוס זיינע אנגעהאנקערט מיט א טויטע מייז, בום, ער קען שוין היינט אין בית המקדש נישט גיין, ער מיז לויפן אין מקוה אריין און טובלען זיך מיט די קליידער און ווארטען ביז ביינאכט, אפגעהארגעט א טאג......

בדיקת חמץ ביינאכט א קליין זיסע מיידעלע שפריצא'לע זאל לעבן, שפילט זיך שיין אין חצר מיט א חברתא, זיי ווארפן זיך א טאבע איינע פאר די צווייטע, מיטאמאל בום שפרינצעלע האט בטעות אנגערירט א שרץ..... זי לויפט אהיים מיט בכיות און פארציילט פארן אנגעצויגענעם טאטען, וואס איז פארנומען בודק צו זיין דעם שעפסל וואס ער האט זיך איינגעהאנלט פאר א קרבן פסח, צו עס האט טאקע נישט קיין פעלער, אפשר האט אים דער מוכר גאר אפגענערט.... אז זי איז טמא געווארן, דער טאטע ווערט מלא כעס און נעמט זיך שרייען די ווייסט דען נישט אז מארגן דארף מען גיין אין בית המקדש און אז טמאנער מענטש קען נישט אריין אין בית המקדש און עסן קדשים? דער טאטע טרייבט דאס קליין מיידעלע זיינער אין מקוה אריין, אזוי אז זי זאל אויף מארגן זיין ריין, און זיך קענען משתתף זיין מיט די גאנצע משפחה ביים סדר נאכט, און עסן פינעם קרבן פסח......

אזוי איז מסתמא געווען טויזענטער מעשיות.... דער גאנצער לעבן האט זיך געדרייט ארום דער מקוה, סיי ביי מענער און פרויען, און סיי ביי אינגלעך און מיידליך......

נאכן חורבן בית המקדש האט זיך די גאנצע מקוה געגייעכס היפש אפגעשטעלט, ביז עס איז געקומען דער בעל שם טוב הקדוש מיט זיינע תלמידים, און זיי האבן ציריק אריין געברענגט די מקוה אינעם טאג טעגליכען לעבן, דער עולם האט זיך ווידער גענומען מקוה'נען, אבער מיט א שפאגל נייעם כאראקטער... דער מקוה איז פארוואנדעלט געווארן פאר א מאסיווע נייעס מאשין, דער מקוה איז געווארן דער באזע פון נייעס לשון הרע און רכילות, די מקוה איז געוארן דער טאן געבער אין די אלגעמיינער אידישע גאס, און מקוה ווערט באשטימט מי יחיה ומי ימות, מי יעשר ומי יעני, שדוכים, פרנסה, שלום בית, געזינט, אלעס ווערט הייס דעבאטירט אין די מקוה, און ווי אזוי די פוס-קראצערס אין די מקוה באשטימען, אזוי וועט איר אפגעסטעמפעלט, דארט מאכט מען אפ צו איר האט געלט צו נישט, און צי איר האט יענע מעשה צו נישט, און אויב יא פינקליך ווי לאנג נאך איר האט נאך צו לעבן..... וואס פאר א שאנדע......

עס איז פארהאן א פאלקס מעשה אז קייזער פראנץ יאזעף האט אמאל געפרעגט זיינע ראטגעבער, ווי אזוי קען זיין אז די אידעלעך דערוויסן זיך פון אלע נייעס, טיילמאל אפי' בעפאר עס פאסירט גאר?

האט אים איין אלטע ראטגעבער אנפלעקט דעם סוד המקוה, אז ביי די אידן געפינט זיך אזא סארט קאמער וואס אין איר איז פארהאן א ריזען וואסער באסיין, און די אידן פארוויילען דארט אינעם באסיין אן די מכנסיים ביז דער זון שטייט שוין טיף אינמיטן הימל, און דארט ווערט דעבאטירט, דיסטריביוטירט, קלארפירט, פראבארצירט, אלע וועלטליכע נייעס.

דער קייזער איז געווארן מלא התפעלות ממש אזא סארט מידיא צענטער געפינט זיך אין זיין מליכה, און ער האט גארנישט געוויסט דערפון, הכלל דער קייזער איז מחליט אז ער מיז זיך אריין דערווישען אין דעם סודות-פולע מקוה און זעהן מיט די אייגענע אויגן ווי אזוי דאס גייט צו.

הכלל דער קייזער האט זיך איינגעהאנעלט פלאסטישע ברילן, מיט א פאר אפגעריבענע שלייקעס, א ברייט חסידיש הויזען מיט א פארהאנקערטן ריטראטש.... און פארשטייט זיך אויך א פאר טראַדיציעלע ר''ת גאטקעס, און ער נעמט א זעקל מקוה וועש אונטערן ארעם, מיט א גומי פאר די בארד, און ער לאזט זיך אין וועג אריין צו דער סודות-פולע מקוה....

ער קומט אן צו די מקוה געביידע, און ער נעמט ארויס דאס מקוה קארטעל, און גייט ענדליך דירך דעם דרייענדען טיר מיט הצלחה, און א הייסע געדעכטע פארע איז אים העפליך מקבל פנים, דער גערויש און טימל וואס טיהט זיך דארט האט אים כמעט פארטייבט די אויערן, ער דערשלאגט זיך ענדליך צו עפעס ליידיג ווינקל, און ער הייבט אן אראפצושיילן פון זיך די בגדי חסידות, און אט אט דערזעהט ער זיך שוין שטיין בארוועס אין א קאלאדש וואסער, אין די רייע אראפ צו גיין די טרעפ וואס פירט אראפ צו דער סודות-פולע מקוה, דער איינגענומענער מקוה גרוך דשומעט אים שוין אריין אין די נאז לעכער, און פאר די אויגן אנפלעקט זיך צו אים געמישעכס פון ווייסע קאפ-אפפאל, ווי אויך גאנצע בינטלעך בערד פון אלע קאלירן, אדזש דער ערפינדליכער קייזער האט שוין געוואלט מאכן א בואו בשלום, און ער הערט שוין דעם הא.... הא.... הא..... פון די פוס-קראצער.... און פון די אויסגעווייקטע וואס מען קען שוין ע''פ הלכה זאלצען..... און ער נעמט א פארזיכטיגע פאזיציע ער זאל פשוט נישט פארשוומעט ווערן פון די ברויזענדע כוואליעס וואס קומען פון די ש''י טבילות טובלער, און אט שטייט ער שוין גרייט אויסצוהערן די נייעס.

ער שפיצט אזוי כיטרע אן די אויערן, און ער הערט טאקע ווי יענקל האט זיך אקוראשט גע'גט, און ווי משה שלאגט זיך מיטן ווייב אז עס גייט א רויעך.... און ביי שמעון גייט מען אט אט א שידוך שליסן....... דוד האט באקומען יענע מעשה...... חיים גוסוסט........ זרח האט נעכטען געמאכט א גוטן דיל....... יאסל לייזט לעצטענס שיין...... יצחק'ס בחור האט מען נישט אנגענומען אין די ישיבה....... ישעי האט זיך פארליבט אין די שכינה.......... ביז ער הערט חזקאל עקלערן אז דער קייזער געפינט זיך אין די מקוה..........

עס איז ממש א שאנדע אז מען פארוואנדלט א פלאטץ וואס איז געמאכט זיך רייניגען און הייליגן, צו א מידא צענטער, און א נייעס ארט, און א פלאטץ ווי מענטשען ווערן בארעדט און אפגעשאצט, און פראפיילט....... עס איז שוין העכסט ציייט צו אינסטאלירן הויעך פארטייבענדע מוזיק אין די מקוואות, אז מען זאל ניטאמאל קענען הערן די אייגענע קול..... ווער ווייסט וויפול לעבענס פון די מענשטהייט וועט פארשוינט ווערן.........
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך מיין דאס איז אכשר דרא. א מקוה האט מען גראדע יא געמאכט א פלאץ ווי מ'קען ענזשויען. ס'פלעגט אפילו זיין א שוויץ צוגעשטעלט וואס מ'האט שוין היינט אוועק גענימען
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער זיס אראפגעלייגט. יישר כח.
איך ווייס נישט פארוואס מען האט זיך דוקא פארלייגט אויף די מקוה. צומאל קען זיך טרעפן די זעלבע קופקעס אויפן גאס שמועסן, און אמאל אין מעריב זייט פון ביהמ"ד, ביי א שמחה, אדער סיי וואו אימער. אויב איינער האלט ביים רעדן און הערן לשון הרע, קען ער דאס טון סיי וואו און לאו דוקא אין מקוה, און איינער וואס וויל נישט הערן וועט נישט הערן אין מקוה אויך נישט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

דער לייק איז פאר די זיסע באשרייבונג אבער איך בין נישט איינשטימיג מיט דיין אויספיר אז מען זאל מאכן מוזיק אין מקוה

און א זייטיגע נוטיץ, קול מבשר טענה'ט אז די דרייעדיגע טיר ביים מקוה איז עפעס א לעפקאוויטש'ס בייפאל, און דא ווער איך גאר געוואר אז בימי קייזער פראנץ יאזעף איז דאס שוין גיוועהן איז דאס נישט עפעס א שווערע סתירה?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

לית דין בר נש האט געשריבן:דער לייק איז פאר די זיסע באשרייבונג אבער איך בין נישט איינשטימיג מיט דיין אויספיר אז מען זאל מאכן מוזיק אין מקוה

און א זייטיגע נוטיץ, קול מבשר טענה'ט אז די דרייעדיגע טיר ביים מקוה איז עפעס א לעפקאוויטש'ס בייפאל, און דא ווער איך גאר געוואר אז בימי קייזער פראנץ יאזעף איז דאס שוין גיוועהן איז דאס נישט עפעס א שווערע סתירה?


הוא אשר דברתי........ אז מען וועט אריין לייגן מיזוק אין די מקוה.... וועסטו דאך נישט וויסען ווער האט זיך גע'גט, אדער ווער עס האט אנגעזעצט.......
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ראשעקאל האט געשריבן:איך מיין דאס איז אכשר דרא. א מקוה האט מען גראדע יא געמאכט א פלאץ ווי מ'קען ענזשויען. ס'פלעגט אפילו זיין א שוויץ צוגעשטעלט וואס מ'האט שוין היינט אוועק גענימען

אמאל ווען מיר פלעגן אריינגיין און מקוה איז די קולות געווען 3 מאל מער ווי היינט, ס'איז געווען שוויצען ווי ס'האט זיך געטוען א פלייצע פראקעריי, דער עולם איז ארויס געקומען אויס געטרוקענט ווי א זופ און אפגעזיצען דריי פיר שעה ביז מ'איז זיך געקומען צו די כוחות, דערנאך איז פארגעקומען א ביר טרונקעריי ווי און א באר, היינט איז געווארען א פרומער וועלט, דער עולם יאגט אריין און ארויס, מ'טוט זיך אויס ווילד אריינצוכאפן די גאנצע מקווה און א רגע, טייל נעמען אפילו אראפ די שוך שטייענדיג, כאילו דאס האט עפעס מיט יודישקייט, ס'הענגט צעטליך מכלומרשט פון טאהשע רבי זיך צו יאגן, און אנדערע ווערטער אונזערע זיידעס האבן נישט גוט געטאן, מיר פארשטייען בעסער.

די זעלבע מיט די בתי מדרשים אמאל פלעגט זיך אפטוען א שמועסעריי אן קיין פראבלעמען, ווער רעדט נאך ביים ליינען, ס'האט זיך געגאסען עסטרייכער קוקיס מיט טעם פרי שליוואוויטץ אויף אלע טישען, נישט געווען קיין בושה בכלל, ס'איז געווען א שמחה צו גיין און שול אפילו פאר די גאר שוואכע, היינט האט מען זיך דערמאנט פון א איסור נישט צו רעדן נישט נאר און א בית הכנסת נאר אפילו און א בית מדרש, איי וואס איז די חילוק פון א בית הכנסת צו א בית מדרש? לכאורה די שאלעשידעס בילקעלעך און נישט מער, מלייגט חרמות וואס איז געזאגט געווארן אויף א בית הכנסת כאילו דאס האט עפעס צוטאהן מיט אונז, וואס איך ווייס שטייט און שולחן ערוך נישט צו רעדן ביי קדיש און ביי חזרת הש"ץ, און אויב מ'דאווענט נישט צו אויסרעדן פון ברוך שאמר ביז נאך שמונה עשרה, ס'איז געווארן א עפאכע קעגן רעדן סיי און מקוה און סיי און שול,

היינט איז אויך געווארען א ערשיינונג אז די וואס ווילן האבן משנה ברורה עטענשאן כאילו זיי האלטען יעדע הלכה שטייען אגאנצע ליינען, און כדי מ'זאל באמעקען אז זיי שטייען זעצן זיי זיך אראפ ביי די מי שברך'ס און ווי נאר מ'הייבט צוריק אן ליינען געט מען אזא גראטשקע מיט די בענקעל אזאש אז דער גאנצער עולם האלט מיט יא דער שטייט ביים ליינען, כאילו יעדער ברומט אונטער מיט אים גיי איך מיר משדך זיין, דאכט זיך מיר אז פאר צעהן יאר צוריק איז דאס נישט געווען.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

קאווע שטיבל
פאליש
קרעטשמע

איך ווארט אויף מקוה פורום
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

ווי שטייט און שולחן ערוך נישט צו רעדן ביי קדיש ווי
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ירח בן יומו האט געשריבן:קאווע שטיבל
פאליש
קרעטשמע

איך ווארט אויף מקוה פורום

דער וויל עפעס?
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

וועל איך מוזן מסביר זיין: עס איז דא שיינע פורום'ס מיט שיינע יודישע נעמען קאווע שטיבל וכו', ס'געפעלט מיר די נאמען מקוה נייעס, וויסט איינער צו ס'איז שוין דא אזא קרעמל? אדער איך קען נאך כאפן די מאנן פאר מיין פורום.
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

פיין אראפגעלייגט, מלא טעם געמישט מיט'ן אלטען הילצערנעם @[tag]קאך לעפל[/tag],

צוויי קאמענטס, צום ערשטען, אין מיין מקוה הערט מען קוים נייעס, ממש ווען ס'געפאלט פונקט אויס אז מאטעל דער לעקטערישען פאלט אריין אין מקוה ביינעזאמען מיט יעקל דער טרעגער, דאן ווערט פרייליך און די דעבאטעס און נייעס אויסבראכען שפאלטען דעכער, אדערווייז איז גאנץ שטיל, אחוץ א גרעבצעל דא דארט הערט מען כמעט גארנישט
צווייטענס, האסט אויסגעלאזט א וויכטיגע רינגעל אין דיין כראנאלאגיע פון מקוה, די ענין פון גיין פאר טבילת עזרא האט עזרא מתקן געוועזען, און מ'האט עס שפעטער בטל געמאכט, ביז דער אור שבעת הימים דער בעש"ט הקדוש האט עס צוריק איינגעפיהרט, נישט נאר פאר איינעם וואס מוז גיין, נאר יעדען טאג פאר תוספות קדושה
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איך האב עס אויסגעלאזט משום האי סיבה:

עס שטייט אין די הייליגע תורה: ואיש, כי-תצא ממנו שכבת-זרע--ורחץ במים את-כל-בשרו, וטמא עד-הערב:

טמאת קרי איז א טמאה מדארייתא, און אויב עמיצער איז געשלאפן א ביסל צי טיף און עס האט פאסירט וואס עס האט פאסירט, אדער ער האט גאר געטון די ערשטע מצוה, און ער וויל אריין גיין אין בית המקדש, אדער עסן קדשים, מיז ער ע''פ תורה גיין אין וואסער, אז נישט קומט אים כרת ל''ע.

אויב איינער איז טמא געווארן טמאת קרי, אבער ער גייט נישט אין בית המקדש, אדער ער עסט נישט קיין קדשים, דאן איז גארנישט, קען ער זיך ארום דרייען פראנק און פריי און עולם כמנהגו נהוג.

עזרא איז געווען אנפאנג בית שני, און א גרויס חלק פון כלל ישראל איז נאך פארבליבן אין בבל, און אין אנדערע לענדער, און זיי האבן גארנישט געהאט מיטן בית המקדש, דעריבער זענען זיי געווען מצו אצל נשותהם כתרנגולין, ווייל זיי האבן נישט געהאט דער לחץ צו גיין אין מקוה דערנאך. עזרא האט דאס געהאלטן פאר א פראבלעים האט ער מתקן געווען טבילה לקרי אפי לתורה ולתפילה....

עס איז כדי צובאמערקן אז דער זעלבער הייליגער עזרא וואס האט געהאלטן אז ת''ח זאלן נישט זיי אזוי מצו אצל נשותיהן, האט אויך געמאכט נאך 2 תקנות:

1 אז מען זאל זיך אנעסן מיט קנאבל עש''ק: ווייל עס איז מרבה זרע.
2 אז די רוכלין זאלן ארום גיין אין די שטעט און דערפער פארקויפן בשמים ותמריקי הנשים, אז די פרויען זאלן זיך פיין אנשמעקן, און די מענער זאלן זיי וועלן.

ער האט אראפ געשטעלט א געוואלדיגער יסוד: אז אפי מען מעג.... דארף עס אויך זיין מיט א גבול....... און ווי אויך אז מען דארף טאן וואס מען האט צו טאן......... אלעס מיט שכל.... נישט צופול נישט צו ווייניג......

אבער די שפעטערע תנאים האבן עס מבטל געווען, לויטן רי''ף נאר לתורה אבער לתפילה דארף מען יא טבילה....

עכ''פ די טבילה איז נאך פון די טבילות דאורייתא...... נאר עס איז פשוט נישט נוגע היינט ווען דער בית המקדש איז נישטא....

דער בעש''ק הק' האט איינגעפירט א ענין פון טבילה לתוספות קדישה, ולמעלה ההשגה... אפי ווען איינער איז א פרוש.... איז אויך א ענין צו גיין יעדן טאג אין די מקוה לתוספות קדושה ......

און פארשטייט זיך אז בארעדן די גאצע שטאט אין די מקוה העלפט נישט פאר קיין השגות און איז נישט מרבה קדישה.... דעריבער טינקט אייך אונטער מיט א פארמאכטען מויל.......
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

קאך_לעפל האט געשריבן: דעריבער טינקט אייך אונטער מיט א פארמאכטען מויל.......

קיינמאל פריער געטראכט פון דעם טעם,
מתוק דברים של טעם יישר כח
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט