חינוך אווענט, אסיפת הורים, וואס גייט פאר?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

חינוך אווענט, אסיפת הורים, וואס גייט פאר?

שליחה דורך קאך_לעפל »

אין די לעצטע עפאכע האט זיך שטארק גענדערט א ענין, ב''ה לטובה, וואס עס געווען שטארק נאכגעלאזט אין א פאר דורות פריער, דאס איז די ענין פון חינוך: יעדע שטיק צייט קומען די קינדער אהיים מיט א צעטעל איבער א פרישע חינוך אווענט, אסיפת חינוך, אסיפת הורים, אד''ג. וואס עס איז נישט געווען אזוי ווייט איינגעפירט מיט דורות פריער.

אין די תקופה פון נאך דער צווייטער וועלטס קריג, ווען אונזערע זיידעס האבן אריבער געשפרייזט דעם שטורמיש אטלאנטישען ים, נאכן דירך גיין די פיזישע און עמאציאנאלע פייניגען אין די קאנצעסטראציע לאגערן, און זיך באזעצט אט דא אין די פאראייניגטע שטאטען, האבן זיי אנגעהויבן צו איבערפלאנצן זייערע דורות פון דאסניי, א גרויס טייל פון זיי האבן שוין געהאט מקריב געווען א משפחה מיט קינדער אויפן היטלערישען מזבח, דעריבער האבן זיי ליידער נישט געלייגט קיין גרויס געוויכט אויף חינוך, זיי זענען שטענדיג געווען אנגעצויגן און פאריאגט, און זיי האבן ביי די דריי יאר געכאפט דעם קינד, און אים געפירט אין חדר אריין, און דאס קינד איז שוין אזוי פארבליבן אינעם סיסטעם, ביז דער שדכן האט שוין אנגעהויבן קאלן וועגן שדוכים, ערשט דאן האט זיך דער פאטער געכאפט אז יא... איך האב א קינד.... אבער בדרך כלל האבן די טאטעס גאנץ קנאפ געהאט עפעס צוטאן מיט די קינדער.....

אבער אין די לעצטיגע תקופה ווען די מלחמה וואונדען זענען שוין היפש פארהיילט, און נייע דורות וואס האבן נישט מיטגעמאכט די היטלער עפאכע האבן שוין ארויסגעשפראצט, און ווידמען זיך מיט א פעסטקייט אט דא אויפן אמעריקאנעם באדען, האט דער עולם אנגעהויבן אריין צו לייגן מער קאפ און מוח אין חינוך הבנים והבנות, מען האט שוין אוועק געלייגט דעם גראבן קאנטשיק מיט וואס די נאצי-געליטענע מלמדים פרעגן רויט צו מאכן די זיצערס פון אונזערע פעטער, און מען האט זיך גענומען צו דעם געהעריגען מהלך פון חנוך לנער על פי דרכו... און מען האט אנגעפאנגען נוצן דעם כוח הדיבור וואס דער באשעפער האט אונז מיט דעם מער געמאכט פון די בהמות... מחנך צו זיין די קינדערליך וואס דער אייבישטער האט אונז געגעבן.... געלויבט איז דער באשעפער פאר דעם....

טראץ דעם איז פארהאן א דראסטישע חילוק פון דעם חינוך אמאל און היינט:

עס זענען פארהאנען צוויי מהלכים ווי אזוי מחנך צו זיין א קינד.

דער ערשטער מהלך איז אז דער טאטע זאל זיך זעלבסט אויפפירן ווי עס באדארף צו זיין, דאוענען און לערנען, און זיך אויפפירן רואיג אין שטוב, און זיך פירן מיט מדות טובות, אזוי אז דאס קינד זאל זיך אפלערנען פונעם טאטען,
דער צווייטער מהלך איז רעדן צום קינד, אים זאגן, והגדת לבנך... רעדט צו אים איינמאל און נאכאמאל ביז עס וועט אים אריין גיין אין קאפ אריין.

דער אמאליגער מלמד איז בדרך כלל געווען א יר''ש מרבים, די קינדער האבן געהאט אויף וועם ארויף צוקוקען, ווי אזוי דער מלמד האט פארגעלערנט באימה ויראה, ווי אזוי ער האט געגסן און געמאכט א ברכה, זיין ברען צו א מצוה... עס איז שטארק אריין אין די ביינער פינעם קינד. ממילא אפי' דער מלמד אדער די עלטערן האבן נישט צופיל גערעדט, מען האט מער גענוצט דעם רימען ווי דער מויל.. זענען די קינדער היפש נתחנך געווארן דורך זיך אפלערנען פונעם מלמד אדער פון די עלטערן ווי אזוי א ערליכע איד דארף זיך פירן..... רעדן צו די עלטערן האט נישט צופיל אויסגעפעלט...

אבער היינט איז א אנדערע מעשה, דער מלמד האט זיין פאזיציע אלס א געהעריגע פראפעסיאנאלע דשאב, פון זיין פערזענליכע התנהגות איז זיך נישטא צופיל צו לערנען..... פיל מאהל פארקערט גאר... די זעלבע איז מיט די עלטערן, עס איז בכלל נישט קיין קאמיש בילד צו זען דעם טאטען זיצן ביים ליינען און פלאפלען מיט זיינע פרענדס כל מיני שטותים, און תוך כדי מעשה הייסן דעם יונגל אויסצוהערן דאס ליינען.....

און ווי פארשטענדליך איז דאס ממש שעדליך פארן קינד.... דו קענסט רעדן צו אים פון היינט ביז מארגן.... אז דו אליינס פירסט זיך אויף ווי אזוי דו פירסט דיך אויף, וואס ערווארטסטו אז דיינע ווערטער זאלן בכלל אויסמאכן פארן קינד? ער קוקט דיר אן ווי אן ערשט קלאסיגער היפאקריט.... איך טאר נישט רעדן ביים דאווענען, און דו יא? פארוואס ווייל דו האסט שוין געגעסן מער פרענש-פריי אין לעבן?

דעריבער היינט פעלט באמת אויס צו מאכן מען די אלע חינוך אווענטן, מען רופט עס טאקע חינוך לבנים, באמת איז עס חינוך לאבות... מען וויל נאר נישט פארשעמען די גרויסע טאטעס.

דו ווילסט דיינע קינדער זאלן דיך אויסהערן? פיהר דיך אויף אזוי ווי דו רעדסט צו זיי און דאן אולי אולי........
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

או יאמר אז אהרן וועלץ איז בעצם א ביזנעסמאן און די קרעפ אונטרעסירט אים ווי א בוידעם נאר מה נעשה אז מקען נישט בלייבן אונטערשטעליג אינם אנגייענדיגן פארמעסט ווער סאיז הייליגער דעריבער פאררופט מען א בי עס אסיפה ווי מגייט ווידעראמאל באתקנותן די באתקנות'טע עלטערן און נעמען דעם מה יפית טאנץ א טריט פאראויס.
Yossy
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 100
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:13 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך Yossy »

או יאמר
אזוי ווי סאטמאר 52 האט יעצט געעפענט מיט א היבשע סוקסעס , אין סזעט זיך שטארק אן אין סאטמר 53 , האבן די קארפען קעפ באשלאסען צי מאכען א אסיפת חינוך פארשטייט זיך מיט א גאנצע קאמפיין מיט צעטלעך אין אזוי ארום פארדרייען דעם עולם די קעפ, ווי אויך האט מען געמאכט די נייע תקנות אין אנשטאט הענגען א צוויי דריי צעטלעך האט מען אנגעהאנגען די גאנצע וואנט אזוי ווי א עלעקשען קאמפיין וואס מאכט עס מער אויסזען ווי א pr campaign , אין היינו טעמא דשופר והיינו טעמא דמגילה פלעין האלטען דעם עולם ביזי מזאל נישט טראכטען . כן נראה לעניית דעתי
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און אפשר האט סאמאר רבי טאקע איינגעזעהן אז מ'דארף טוישו אביסעל די חינוך פאר היינטיגע צייטן.
Yossy
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 100
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:13 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך Yossy »

די פראבלעם איז אז מען האט גארנישט געהערט קיין חידושים , מען האט ארויסגעשלעפט דעם עולם אין למעשה איז מען אהיים זייער disappointed סהאט גארנישט מיטען רבין , די blame איז אויף די וועלכע האבען עס arranged , סתם צי הערן שיינע דרשות דרייט מען נישט איבער די שטאט.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

Yossy האט געשריבן:או יאמר
אזוי ווי סאטמאר 52 האט יעצט געעפענט מיט א היבשע סוקסעס , אין סזעט זיך שטארק אן אין סאטמר 53 , האבן די קארפען קעפ באשלאסען צי מאכען א אסיפת חינוך פארשטייט זיך מיט א גאנצע קאמפיין מיט צעטלעך אין אזוי ארום פארדרייען דעם עולם די קעפ, ווי אויך האט מען געמאכט די נייע תקנות אין אנשטאט הענגען א צוויי דריי צעטלעך האט מען אנגעהאנגען די גאנצע וואנט אזוי ווי א עלעקשען קאמפיין וואס מאכט עס מער אויסזען ווי א pr campaign , אין היינו טעמא דשופר והיינו טעמא דמגילה פלעין האלטען דעם עולם ביזי מזאל נישט טראכטען . כן נראה לעניית דעתי


ר' יאסל טייערער דיין הנחה איז אביסל שווער צו גלייבן.... די אלע וואס דרייען זיך מיט סאטמארע חסידים ווייסן אז זינט כ''ק רבינו שליט''א האט אריין געברענגט אינעם עולם דאס געשמאק פון לימוד התורה מיט די הייליגע חבירות.... און דאס ברען צו קים המצות מיט די כשר'ע פלייש און מהודר'דיגע מצות... אונטערעסירט כמעט נישט פאר קיינעם וואס עס טוהט זיך אין פאפא צו ערגעץ אנדערש ווי.....

אגב איך וויל נישט לייקענען.... ווען איך האב היינט געזעהן די בילד פון א אדמו''ר וואס שטייט מיטן טילאפ אן די קאפעלוש אין איז משתין בדחילו ורחימו האב איך מיך צולאכט..............
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אויך מיר א רבי, ער גייט אין בית הכסא. אונזער רבי איז ממש ווי פרעה!
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך מיין אז איידער מען איז ביזי אויסלערנען די טאטעס ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער, זאל מען זיי אויסלערנען ווי אזוי אויפצוהערן רודפ'ן זייערע קינדער.
(אפשר איז דאס נכלל אין קאך לעפל'ס ארגומענט אז מען רעדט וועגן חינוך הבנים און מען מיינט חינוך האבות).
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

קאך_לעפל האט געשריבן:
Yossy האט געשריבן:או יאמר
אזוי ווי סאטמאר 52 האט יעצט געעפענט מיט א היבשע סוקסעס , אין סזעט זיך שטארק אן אין סאטמר 53 , האבן די קארפען קעפ באשלאסען צי מאכען א אסיפת חינוך פארשטייט זיך מיט א גאנצע קאמפיין מיט צעטלעך אין אזוי ארום פארדרייען דעם עולם די קעפ, ווי אויך האט מען געמאכט די נייע תקנות אין אנשטאט הענגען א צוויי דריי צעטלעך האט מען אנגעהאנגען די גאנצע וואנט אזוי ווי א עלעקשען קאמפיין וואס מאכט עס מער אויסזען ווי א pr campaign , אין היינו טעמא דשופר והיינו טעמא דמגילה פלעין האלטען דעם עולם ביזי מזאל נישט טראכטען . כן נראה לעניית דעתי


ר' יאסל טייערער דיין הנחה איז אביסל שווער צו גלייבן.... די אלע וואס דרייען זיך מיט סאטמארע חסידים ווייסן אז זינט כ''ק רבינו שליט''א האט אריין געברענגט אינעם עולם דאס געשמאק פון לימוד התורה מיט די הייליגע חבירות.... און דאס ברען צו קים המצות מיט די כשר'ע פלייש און מהודר'דיגע מצות... אונטערעסירט כמעט נישט פאר קיינעם וואס עס טוהט זיך אין פאפא צו ערגעץ אנדערש ווי.....


עטץ הערטס? פאר קאך לעפל אינטערעסירט נישט וואס טיט זיך ביי אנדערע חסידות! פון זיינע תגובות זעהט אבער אויס ער האט נישט דעם ברען פאר צומת הגידין און מונחת
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

[tag]קאך_לעפל[/tag] דיין ארטיקל איז גאר גוט. איך מוז דיך גראדואירן אז די קענסט פון צייט צו צייט שרייבן ווי עס דארף צו זיין.

צום ענין, איך טענה שוין לאנג אז חינוך איז לאו דווקא ביים לערנען אדער דאווענען. אויב א טאטע שפילט מיט א קינד מאנאפאלי קען מען אויך אריינלייגן אין קינד א געוואלד. דאס קינד קען זיך לערנען צו האנדלן ערליך, מוותר זיין, נישט זאגן ליגענט אפילו מ'דערלייגט וכו'. דערווייל זאגט מען ביי די חינוך דרשות אז די קינד טאר נישט זעהן די טאטע מיט די סעלפאון. פארוואס זאל די קינד דאס נישט זעהן און זיך לערנען ווי זיך אויפצופירן אין ריעל לייף? די קינדער ווייסן דאך אז די טאטע האט א סעלפאון, זאל ער כאטש זעהן ווי מ'נוצט עס אחריותדיג
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

שמעון וואלף איך וויל אז מיין זוהן וואס ווייסט אז איך האב א סעלפאון זאל וויסן אז ווען מען איז אינדערהיים מיט די קינדער נוצט מען נישט די סעלפאון עס איז דעמאלס די צייט צו פארברענגען מיט די קינדער
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

דארף מען פשוט וויסן ווי איין און ווי אויס. אז א קינד דארף למשל וויסן עפעס פאר האומווארק, וואס איז שלעכט אז די טאטע נעמט ארויס די סעל און גוגעלט עס?
Yossy
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 100
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 12, 2014 6:13 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך Yossy »

קאך_לעפל האט געשריבן:
Yossy האט געשריבן:
ר' יאסל טייערער דיין הנחה איז אביסל שווער צו גלייבן.... די אלע וואס דרייען זיך מיט סאטמארע חסידים ווייסן אז זינט כ''ק רבינו שליט''א האט אריין געברענגט אינעם עולם דאס געשמאק פון לימוד התורה מיט די הייליגע חבירות.... און דאס ברען צו קים המצות מיט די כשר'ע פלייש און מהודר'דיגע מצות... אונטערעסירט כמעט נישט פאר קיינעם וואס עס טוהט זיך אין פאפא צו ערגעץ אנדערש ווי.....

אגב איך וויל נישט לייקענען.... ווען איך האב היינט געזעהן די בילד פון א אדמו''ר וואס שטייט מיטן טילאפ אן די קאפעלוש אין איז משתין בדחילו ורחימו האב איך מיך צולאכט..............

די מעשה מיט די פלייש איז גארנישט אזוי פשוט, ווער סווייסט אביסעל אינסייד אינפארמעשען , עס ווייטער מיט א ברען , די לעבן איז געשמאקער אזוי. TX. MN. ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]קאך לעפל זייער א גוטע און וויכטיגע נקודה. 1 אז מען האט היינט א גאנג צו קינדער, און ועוד ידם נטויה, ווייל די נושא רוקט זיך פאראויס 100 מייל פער שטונדע! 2 אז דער בעסטער חינוך איז די מוסטער וואס דער טאטע שטעלט אוועק אין שטוב. סוף כל סוף ווילן רוב קינדער זיין מער ווייניגער ווי זיין טאטע.

דרך אגב איינער האט דא מעורר געווען אז מען קען דרך אגב מער אויף טוהן, ווי מען רעדט דיירעקט צו דער נושא.

למשל אז א טאטע רעדט ווי ער איז געווען, און ער פארציילט אז איך בין דא געפארן דארט געפארן און ער זאגט אז 3 האב איך געדאוונט מנחה. געווענטליך איז די מנחה נישט קיין וויכטיגע נקודה אין די נייעס. אבער דא האט ער א געלעגנהייט צו רעדן וועגן דאווענען. ער קען זאגן ווי ער איז געווען אויסגעמיטשעט, אבער איך האב מיך אהנגעשטרענגט און געפריווט וויפיל מעגליך צו דאווענען בכוונה. דאס איז א דרך אגב'דיגע לעסען וויאזוי מען שטרענגט זיך אהן צו דאווענען אפילו ווען מען איז נישט אזוי דערביי.

נאך א משל: אויב דו האסט עפעס א זאך ווי קאפווייטאג וכדומה, און מען רעדט דערפון אין שטוב און מען זאגט אז איך דארף בעטן ביין בורא עולם אז עס זאל אוועקגיין, אדער מען זאגט אז איך האב געדאווענט פארן גיין שלאפן אז איך זאל אויפשטיין אהן א קאפווייטאג, און ב"ה איך בין אויפגעשטאנען פריש און געזונט. דאס איז א לעסען פאר דיין קינד. ווען דו רעדסט וועגן דיינע הרגשים בנוגע תפילה, אדער תורה ומצוות, האסטו מיט דעם געגעבן א אומדיירעקטע לעסען פאר דיין קינד.


נ.ב. איך פארשטיי נישט פארוואס דעם אשכול איז פארוואנדעלט געווארן אין א אשכול בנוגע אסיפות חינוך אינערהאלב די סאטמארע מוסדות. קען זיין מען וואלט געדארפט מאכן א באזונדער אשכול וואס שמועסט איבער דעם טעמע.[/justify]
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

קאך_לעפל האט געשריבן:
דעריבער האבן זיי ליידער נישט געלייגט קיין גרויס געוויכט אויף חינוך, זיי זענען שטענדיג געווען אנגעצויגן און פאריאגט, און זיי האבן ביי די דריי יאר געכאפט דעם קינד, און אים געפירט אין חדר אריין, און דאס קינד איז שוין אזוי פארבליבן אינעם סיסטעם, ביז דער שדכן האט שוין אנגעהויבן קאלן וועגן שדוכים, ערשט דאן האט זיך דער פאטער געכאפט אז יא... איך האב א קינד.... אבער בדרך כלל האבן די טאטעס גאנץ קנאפ געהאט עפעס צוטאן מיט די קינדער...........


שוא ושקר!

מיין זיידע האט נישט פארהערט זיינע אללע זיינע יונגלעך יעדע וואך, וואך אַאַן - וואך אויס! ? און מיין טאטע נישט פארהערט מיך מיט מיינע אלע ברודערס?? פונקט פארקערט: די לעצטע 20 יאר האט זיך אזוי געמאכט ווי דו זאגסט!
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שוא ושקר!

אין לעצטע יארן האבן די טאטעס פיל מער שייכות מיט די קינדער, ווי אונזערע טאטעס און זיידעס
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

שמעון וואלף האט געשריבן:[tag]קאך_לעפל[/tag] דיין ארטיקל איז גאר גוט. איך מוז דיך גראדואירן אז די קענסט פון צייט צו צייט שרייבן ווי עס דארף צו זיין.

צום ענין, איך טענה שוין לאנג אז חינוך איז לאו דווקא ביים לערנען אדער דאווענען. אויב א טאטע שפילט מיט א קינד מאנאפאלי קען מען אויך אריינלייגן אין קינד א געוואלד. דאס קינד קען זיך לערנען צו האנדלן ערליך, מוותר זיין, נישט זאגן ליגענט אפילו מ'דערלייגט וכו'. דערווייל זאגט מען ביי די חינוך דרשות אז די קינד טאר נישט זעהן די טאטע מיט די סעלפאון. פארוואס זאל די קינד דאס נישט זעהן און זיך לערנען ווי זיך אויפצופירן אין ריעל לייף? די קינדער ווייסן דאך אז די טאטע האט א סעלפאון, זאל ער כאטש זעהן ווי מ'נוצט עס אחריותדיג


נאך מער, שפיעלען (און נאך מער: לערנען מיט א פריינטשאפט) אוישמועסענדיג אלעס לויטן קינד'ס געשמאק און אינטערעסע און א וועג צו בינדן א קשר מיטן קינד אינערליך מיטן סוב-קאנשעס איז געוואלדיג און געזונט און וויכטיג.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
פארשפארט