ידען האט געשריבן:יעדעס מאל ווען סע דא נייעס וועגן א גרויסע שיסעריי הייבט זיך אן די אלטע דעבאטע פון גאן קאנטראל, אויב מע זאל יא אדער נישט איינצוימען די רעכטן פון האבן די כלי משחיתים.
די טענה אז מע זאל יא לאזן האבן געווער אן קיין חשבון איז ווייל די קאנסטיטוציע שרייבט קלאר אז מען מעג און וועגן דעם ווייל דאס איז די טייערסטע ביים אמעריקאנעם, זאגן זיי אז סע איז א רעכט וואס מען טאר בשום טופן נישט אוועקנעמען.
די טענה אז מען דארף עס איינצוימען איז ווייל די קאנסטיטוציע רעד פון מיליציעס אז זיי קענען זיך באוואפענען.
אזוי שלאגט מען זיך ארום כסדר און די לאבי פון די nra איז אזוי שטארק אז זיי קנאקען אוועק אלע וואס ווילן עס איינצוימען, און דערווייל ווערן נאך און נאך מענטשן געהארגעט.
וואס האלט דער עולם, זאל מען לאזן געווער ביים היימישען עולם אדער נישט?
זיי (די ען.אר.עי) .לערנען פאלש פשט אין דעם צווייטן אמענדמענט פון די קאנסטיטושן. ס'שטייט דארט אז כדי צו פארמירן א מילישיא זאל די רעכט פון די בירגער צו האלטן געווער נישט באשרענקט ווערן. וואס דער תכלית פון דעם איז אז מען זאל זיך קענען באשיצן אקעגן רויבער.זאגן זיי אז יעדער איינציגער בירגער האט א רעכט צו טראגן געווער. די גאן קאנטראל אדוואקאטן אבער, טענה'ן אז ס'איז שוין דא א מילישיא. די שטאטישע און סטעיט פאליס, וואס זייער תפקיד איז צו שיצן די באפעלקערונג. ...