כפה עליו הוט כגיגית

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יואב האט געשריבן:פאר געוויסע איז דאס ממש א פשטות, ווארום יואב איז דאך בגימטריה "מאדי", מיט דער מ"ם במספר קטן. און פאר די וואס ווילן דוקא שרייבן "מאאדי",  איז דאס יואב מיטן כולל. און אז מ'לייגט שוין יואב'ן אריין אין כולל טרעפט ער זיך אויך אן מיט דעם אויבן-דערמאנטן "הוט".  איך וואלט אבער געוואלט בעטן מ'זאל מיך ארויסלאזן פון דעם כולל, איך גלייב אז דאס לעבן וועט מיך זיין באקוועמער אן אים.

:lol: :lol: :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

יואב, איך האב נישט די ווערטער אין מויל! האבן מיר הייסט עס טאקע זוכה געווען אז שלום עליכם, אדער א גלגול זיינער, זאל זיך מיען צו באשרייבן אונזער היינטיגן לעבנסשטייגער?

די לעבעדיגע שילדערונגען, די מליצות, די פארגלייכונגען (ברייטער הוט = אינטערנאציאנאלער לופט-פעלד; די פארשוואנגערטע חלה, און דער הוט וואס איז נאך גרעסער פון דעם...), יעדעס איינע פאר זיך איז פול מיט אידישער פאלקסטימליכקייט און פארדינט א מעדאל.

אן ערשטקלאסיג ליטעראריש ווערק, אויב מיין ארעמע אפשאצונג איז ווערט עפעס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פלאוויוס האט געשריבן:יואב, איך האב נישט די ווערטער אין מויל! האבן מיר הייסט עס טאקע זוכה געווען אז שלום עליכם, אדער א גלגול זיינער, זאל זיך מיען צו באשרייבן אונזער היינטיגן לעבנסשטייגער?

די לעבעדיגע שילדערונגען, די מליצות, די פארגלייכונגען (ברייטער הוט = אינטערנאציאנאלער לופט-פעלד; די פארשוואנגערטע חלה, און דער הוט וואס איז נאך גרעסער פון דעם...), יעדעס איינע פאר זיך איז פול מיט אידישער פאלקסטימליכקייט און פארדינט א מעדאל.

אן ערשטקלאסיג ליטעראריש ווערק, אויב מיין ארעמע אפשאצונג איז ווערט עפעס.

חזו מאן דקא מסהיד עליה. אנטשולדיגטס פאר'ן שרייבן טערקיש. אדער אראמיש. קוקטס ווער ס'זאגט איידעס (עדות) אויף איהם (יואב). דער סאמע געווינער פון דעם סופערבאול פון פאעזיע פארמעסטן. דער "שושנים" קאנטעסט. דער הער פלאוויוס בכבודו ובעצמו. און אז ער זאגט מעגט עטס גלייבן... :D :o
באניצער אוואטאר
הויזן טראגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך הויזן טראגער »

אזא שפראך, אזא רייכע דמיון, די אויסדריקן אין די בייפעלער, פויפויפוי
איינס אין די וועלט !!
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

יעצט געענדיגט דורכליינען בעיון. אן ארטיקל איינס אין די וועלט. דער [tag]יואב[/tag] האט עפעס א שפראך און כח הדמיון וואס איז שווער צו געפינען.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

איך וואלט געזאגט אז [tag]יואב[/tag]'ס כח ליגט אין באבאכטן מענטשען. ער כאפט אויף ניואנסעס וואס ביי א צווייטער רעדזיסטערט בכלל נישט. ער שרייבט נישט קיין דמיון. ער שרייבט רעאליטעט. א רעאליטעט וואס קיינער באמערקט נישט עד שיואב מאיר את עיניהם, שנאמר וכו'.
(- - -)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

און נאך א שטארקע כח איז דער כח הדמיון והמשל, צו פארגלייכן יעדע זאך צו זיסע מאדנע משלים.

צב"ש,
- איינגעהילט אין זילבער-פאפיר ווי א דריי יעריגס אינעם טלית
- דער שטורעם, הגם שוין אין א מער מילדן זין, ווילדעוועט נאך אלץ איבער די גאסן מיט א ברויזנדן הפקרות, ווי א בייז-פאר'ייאוש'טן דיבוק וואס האט זיך שוין געבראכן צו די מקובלים אבער קען זיך פארט נישט דערשלאגן צום קליינעם פינגער
- ער שווימט אין זיינע בגדים א צעמישטער, ווי א קליין פישל פארכאפט אין א בעקעלע מיט קאטשניו וואס לאזט זיך נישט פארגליווערן אבער איז אויך נישט פליסיג
- די געהירן זענען צוליב תרי"ג סיבות שוין צעהאקט און צעטראטן געווארן ווי דעם עמלק נאך אן אויסגעקלארטער זכור-זכר נעפלדיגער דילעמע
- זיינע פונק-שפריצענדע אויגן קריכן ממש ארויס פון זייערע ראמען ווי אן אנגעבראכענעם שיכור וועמענס ווילדן פרואוו צו טרעפן א מנין מעריב שושן-פורים פארטאגס האט זיך אויסגעלאזט אומדערפאלגרייך
- אזש נשמת רוח אפו הענגט ביים שפיץ ווי א זעלבסטמערדער אויף דער צוים פון א בריק אין זיינע לעצטע רגעים
- ווי אן אויסגעצויגענע גומע-באנד וואס גייט אט דורכלעכערן די אומשולדיגע בעקעלעך פון א פאר'גולמ'ט קינד
- זיינע בייז-קריצנדע פיפיות'דיגע ציינער וועלכע זענען נישט ווייניגער אין אומשטאנד איינצושלינגען דעם ייצר טוב'ניק ווי דער שלאנג-פארשטעלטער מלאך משה רבינו
- קומט ערשט צו קריכן מיט א הוט אזוי קליין ווי דאס שווארצאפל פון א שטיקל כרפס

וכדומה הרבה,
נקוט האי כללא בידך, ווען אימער דו טרעפסט דעם ווארט "ווי" אין א יואב ארטיקל, קומט אן אויספלאץ...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

זייער רייך באשריבן. אינטערסאנט, מיט א שטארקער כח הדמיון צו ממחיש זיין מחשבות. אבער קריטיק מעג איך אויך געבן? עס שפירט זיך ווי א טעלער געשמאקער זיפ מיט א באקס זאלץ אריינגעגאסן. איבער די מאס אויסדריקן אין איין פראזע, צופיל נעגעטיווס אדער פאזיטיווס אין א סטעיטמענט, און די הומער איז געפאטשקעט. דאס איז מיין מיינונג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

פרייוויליג האט געשריבן:זייער רייך באשריבן. אינפארמאטיוו, מיט א שטארקער כח הדמיון צו ממחיש זיין מחשבות. אבער קריטיק מעג איך אויך געבן? עס שפירט זיך ווי א טעלער געשמאקער זיפ מיט א באקס זאלץ אריינגעגאסן. איבער די מאס אויסדריקן אין איין פראזע, צופיל נעגעטיווס אדער פאזיטיווס אין א סטעיטמענט, און די הומער איז געפאטשקעט. דאס איז מיין מיינונג.

א יישר כח פאר דער קריטיק, באמת. א קאמפלימענט גיבט כח און חשק ווייטער צו שרייבן; קריטיק זאגט אבער וויאזוי מ'זאל ווייטער שרייבן, וואס דאס איז פונקט אזוי צו לכאורה נאך מער וויכטיג.

פון דער באלדיגער קריטיק אבער וואס אני הקטן האב אויף אייערער קריטיק, איז דאס וואס איר שרייבט אז ס'איז געווען "אינפארמאטיוו". מצידי האט מען קיין ערנסטע אינפארמאציע נישט געקענט קריגן דא; אדרבה, אפשר עלאבארירט איר אביסל. און אז איר עלאבארירט שוין, וואלט איך הנאה געהאט אויב איר צייגט מיך אן ביי וועלכן לעפל איר האט געשפירט דאס זאלץ. ס'וואלט מיר געווען א טובה, פאר צוקונפטיגע ארטיקלען. ס'קען זיין אין אישי אויב שפירט איר נישט באקוועם דאס צו שרייבן אין פאבליק.

שכח נאכאמאל

נ.ב. פארגעס נישט אז דא איז שמייכל פארום, נישט קונסט. אבער אפילו אזוי איז דיין קריטיק וועל-טעקען.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פאר מיר איז עס אויך געווען אינפארמאטיוו. עס האט מיר געשאנקען א שפיגל בערך ווי אזוי איך קוק אויס ווען איך הייס מיין בחור'ל אפלאזן זיין הוט...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

אינפארמאטיוו? נישט פאסיגער אויסדריק טאקע. זייער אינטערסאנט איז דאס ווארט. יעצט קען מען מאכן פשטלעך אויף די ווארט אינפארמאטיוו. וואספארא אינפארמאציע מען האט געקענט דא יונק זיין.
שמן זית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:39 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך שמן זית »

איך האב יונק געווען נאך א מופת פון תהילם כולל...

און דעס איז נישט סתם א מופת וואס מ'ליינט אין די פלוג-בלעטלעך, דעס איז עפעס וואס אונזער יואב האט אליין מיטגעהאלטן.... ווער לייקענט??....

שיעור פארגעסן, יישר כח יואב! זייער זייער רייך געשריבן, רייכע אויסדרוקן צום וויינען און צום לאכן!! קיפאיראפ!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרייוויליג האט געשריבן:אינפארמאטיוו? נישט פאסיגער אויסדריק טאקע. זייער אינטערסאנט איז דאס ווארט. יעצט קען מען מאכן פשטלעך אויף די ווארט אינפארמאטיוו. וואספארא אינפארמאציע מען האט געקענט דא יונק זיין.

פרייוויליג, (און יואב)...! לפענד"ד איז די געאגראפישע אינפארמאציע זייער קלאר יוצא פון די כאראקטער שטריכן פונ'ם טאטן זאל זיין געזונט און שטארק עד מאה ועשרים שנה. וועלכער איז געבוירן און אויפגעוואקסן אין אן אמעריקאנער-אידישע שטוב, וואו אידישקייט איז פראקטיצירט געווארן אויפ'ן שפיץ גאפל. אין די בראשית יארן איז מען נאך געגאנגען לערנען אין פאבליק סקול, אין ראמאפא. שפעטער, ווען די חסידים זענען אנגעקומען, האט מען אנגעהויבן נתקרב צו ווערן צו חסידות, און מ'האט געוואלט ווערן א מעמבער פון די "בני תורה" גרופע. מ'האט נאר נישט געוואוסט וויאזוי. ווייל דער ישיבה בעקגראונד האט געפעלט. אבער יראת שמים האט מען געהאט איבערגענוג. ספעציעל אויפ'ן חשבון פון די בני בית און די קינדער...!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ווען יואב בן צרויה זאל ווען זיין אזוי הומעריסטיש ווי אונזער [tag]יואב[/tag], וואלט מסתם אסאך בלוט נישט פארגאסן געווארן, דער האט מיר געמאכט לאכן ווען איך האב דאס געליינט, ווען איך האב דאס אריינגעלייגט אינעם "פרי עט הדר" און נאכאמאל ווען איך האב דאס געליינט אין יו"ט, איך ציטער צו דאס ליינען ווייל יעדעס מאל קאסט דאס מיר אן אויספלאץ.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: כפה עליו הוט כגיגית

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

און מיר זיצען שוין א יאר צייט מיט די צונג אונדערויסען ווארטענדיג, ווען גייט קומען דאס פשעט'ל זאגען, מיט די שוואגער'ס אריינזינגען, די פעטער'ס פארשטילען די זינגען, די אנדערע פעטער'ס זינגען העכער, דער טאטע'ס קלאפען אויפ'ן טיש, און דער נייע חתן בחור'ס ענדליכע זיך אראפזיצען. און וואס איז מיט באבי'ס קיש? ווען קומט עס? און דאס אנקומען פונ'ם דיין אין מיט'ן א צווייטנ'ס דרשה אינ'ם באגלייטונג פון זיין אייניקעל און זיין שטעקען (צומאל מישט ער אויס די צוויי, פרעג נישט וואס פאסירט ווען ער שרייט אן חיים יוסעל'ע און ער דרייט ניטאמאל זיין טאטענ'ס נאז צו איהם) און ער מוז מזל טוב'ן פונקט בשעת דער דרשן ענטפערט אפ דער מדרש פליאה, און יעדער בלייבט מיט'ן הדא הוא דכתיב אן א לעזונג. און וואס איז מיט די קאלטע יויך און די ווארעמע אייז קרים?
מ'האט אונז געגעבען טועמ'ן פונ'ם עץ הדעת, דער"ס נאו"ו ווע"י בע"ק

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: כפה עליו הוט כגיגית

שליחה דורך טמיר »

גם אני מצטרף. כ'קוק ארויס יעדן טאג אויף א פרישע תגובה פון יואב. ס'מוז זיך נישט רעדן דוקא פון די בר מצוה, אפילו פון שבעה זיצן איז אויך גוט. אבי עפעס
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

די זאך איז כ'האב געהאט געדרוקט עטליכע בלעטער אויף "ווארד", עפעס האט זיך דאס געגעבן א גליטש אראפ ווי ס'זאל האבן געטראפן ביי א רייע ניקס אין דער פארגאנגענהייט, און דאס גאנצע ארבעט איז אונטער איין רגע פארשווינדן און אפגעמעקט געווארן ווי עמלק אין א שבת כי תצא. נישט עפעס אזוי ברויך מען זאגן ווען מ'האט אפגעפוילעצט און גארנישט געשריבן? בקיצור, איך בין ביזי, אבער איך בין דא. מ'האמער א סך רויע טייגלעך אין פריזער, אפשר ערגעצוואו אין די שלושים יום פאר פסח עמער דאס אריין שטעלן און אויוון, אפגיסן אביסל טשאקלאד און דאס אראפשטעלן אין שטיבל צוזאמען מיט די נותר און פיגול פון כלל ישראל'ס שלועכמאנעס אויף וועלכע ס'דראעט ליקווידאציע. גענאציד, ניין? יעדעס מאכל מיט א חשש פון חמץ ווערט עלימענירט בלויז צוליב גענעס און ראסע. עניוועי, "עמער זיך גיין לייגן; מארגן איז אויך א טאג" פלעגט מיין פאטער שטענדיג זאגן. מסתם האט ער געוואוסט וואס ער זאגט.
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: כפה עליו הוט כגיגית

שליחה דורך טמיר »

הלו, די אלע לייקס איז נישט פאר די רויע טייגלעך, עס איז געגעבן אין עדווענס פאר פרישע געבאקענע סחורה במוקדם האפשרי.
דרך אגב, כ'מיין קענסט מאכן שיין געלט יעצטיגע אדר טעג מיט אריינשיקן דיינע סחורה צו אידישע אויסגאבעס. לענ"ד קענסטו שיקן דיינע פארטיגע ארטיקלען פון ק"ש

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יואב האט געשריבן:מ'האמער א סך רויע טייגלעך אין פריזער, אפשר ערגעצוואו אין די שלושים יום פאר פסח עמער דאס אריין שטעלן און אויוון, אפגיסן אביסל טשאקלאד און דאס אראפשטעלן אין שטיבל צוזאמען מיט די נותר און פיגול פון כלל ישראל'ס שלועכמאנעס אויף וועלכע ס'דראעט ליקווידאציע. גענאציד, ניין? יעדעס מאכל מיט א חשש פון חמץ ווערט עלימענירט בלויז צוליב גענעס און ראסע.

[tag]יואב[/tag], מוצא שפתיך תשמור.
אין די אנגעצויגענע זמנים בעפאר פסח, קענסטו זיך איינקויפן עולם הבא דורכן מאכן דעם עולם זיך פריש דערווערגען פאר געלעכטער, פון דיינס א פריש ארטיקל/טייגל פון פריזער.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: כפה עליו הוט כגיגית

שליחה דורך קל וחומר »

די פריזער איז געווארן אזוי אנגעשטאפט מיט די טייגלעך, אזש ס'האט זיך פארקלעבט דעם טיר צום פריזער, נ'ער קען זיך נישט קיין עצה געבן.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: כפה עליו הוט כגיגית

שליחה דורך גר ותושב »

נו חמץ!! אלע טייגלעך ארויס שנעל פאר פסח!!
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

און איך הייסט עס האב געברויכט וויסן אז אן אלט כוכב גייט אויפשטיין תחיית המתים מוצאי שושן פורים? די טייגלעך פון פריזער האט שוין די גויטע מעביר געווען.

בל"נ אבער, כ'האלט אינמיטן שרייבן אן עקסקלוסיוו ארטיקל פאר'ן פה-סח. נישט פון פריזער, נאר א פריש שטיקל . #ישן_אלערט
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

פון די רעדאקציע געבט מען איבער אז יואב'ס ארטיקל זאל נישט געליינט ווערן בהסיבה, מ'קען זיך חלילה שטיקן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
פארשפארט