חינוך אווענט, אסיפת הורים, וואס גייט פאר?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3334 מאל

חינוך אווענט, אסיפת הורים, וואס גייט פאר?

שליחה דורך קאך_לעפל »

אין די לעצטע עפאכע האט זיך שטארק גענדערט א ענין, ב''ה לטובה, וואס עס געווען שטארק נאכגעלאזט אין א פאר דורות פריער, דאס איז די ענין פון חינוך: יעדע שטיק צייט קומען די קינדער אהיים מיט א צעטעל איבער א פרישע חינוך אווענט, אסיפת חינוך, אסיפת הורים, אד''ג. וואס עס איז נישט געווען אזוי ווייט איינגעפירט מיט דורות פריער.

אין די תקופה פון נאך דער צווייטער וועלטס קריג, ווען אונזערע זיידעס האבן אריבער געשפרייזט דעם שטורמיש אטלאנטישען ים, נאכן דירך גיין די פיזישע און עמאציאנאלע פייניגען אין די קאנצעסטראציע לאגערן, און זיך באזעצט אט דא אין די פאראייניגטע שטאטען, האבן זיי אנגעהויבן צו איבערפלאנצן זייערע דורות פון דאסניי, א גרויס טייל פון זיי האבן שוין געהאט מקריב געווען א משפחה מיט קינדער אויפן היטלערישען מזבח, דעריבער האבן זיי ליידער נישט געלייגט קיין גרויס געוויכט אויף חינוך, זיי זענען שטענדיג געווען אנגעצויגן און פאריאגט, און זיי האבן ביי די דריי יאר געכאפט דעם קינד, און אים געפירט אין חדר אריין, און דאס קינד איז שוין אזוי פארבליבן אינעם סיסטעם, ביז דער שדכן האט שוין אנגעהויבן קאלן וועגן שדוכים, ערשט דאן האט זיך דער פאטער געכאפט אז יא... איך האב א קינד.... אבער בדרך כלל האבן די טאטעס גאנץ קנאפ געהאט עפעס צוטאן מיט די קינדער.....

אבער אין די לעצטיגע תקופה ווען די מלחמה וואונדען זענען שוין היפש פארהיילט, און נייע דורות וואס האבן נישט מיטגעמאכט די היטלער עפאכע האבן שוין ארויסגעשפראצט, און ווידמען זיך מיט א פעסטקייט אט דא אויפן אמעריקאנעם באדען, האט דער עולם אנגעהויבן אריין צו לייגן מער קאפ און מוח אין חינוך הבנים והבנות, מען האט שוין אוועק געלייגט דעם גראבן קאנטשיק מיט וואס די נאצי-געליטענע מלמדים פרעגן רויט צו מאכן די זיצערס פון אונזערע פעטער, און מען האט זיך גענומען צו דעם געהעריגען מהלך פון חנוך לנער על פי דרכו... און מען האט אנגעפאנגען נוצן דעם כוח הדיבור וואס דער באשעפער האט אונז מיט דעם מער געמאכט פון די בהמות... מחנך צו זיין די קינדערליך וואס דער אייבישטער האט אונז געגעבן.... געלויבט איז דער באשעפער פאר דעם....

טראץ דעם איז פארהאן א דראסטישע חילוק פון דעם חינוך אמאל און היינט:

עס זענען פארהאנען צוויי מהלכים ווי אזוי מחנך צו זיין א קינד.

דער ערשטער מהלך איז אז דער טאטע זאל זיך זעלבסט אויפפירן ווי עס באדארף צו זיין, דאוענען און לערנען, און זיך אויפפירן רואיג אין שטוב, און זיך פירן מיט מדות טובות, אזוי אז דאס קינד זאל זיך אפלערנען פונעם טאטען,
דער צווייטער מהלך איז רעדן צום קינד, אים זאגן, והגדת לבנך... רעדט צו אים איינמאל און נאכאמאל ביז עס וועט אים אריין גיין אין קאפ אריין.

דער אמאליגער מלמד איז בדרך כלל געווען א יר''ש מרבים, די קינדער האבן געהאט אויף וועם ארויף צוקוקען, ווי אזוי דער מלמד האט פארגעלערנט באימה ויראה, ווי אזוי ער האט געגסן און געמאכט א ברכה, זיין ברען צו א מצוה... עס איז שטארק אריין אין די ביינער פינעם קינד. ממילא אפי' דער מלמד אדער די עלטערן האבן נישט צופיל גערעדט, מען האט מער גענוצט דעם רימען ווי דער מויל.. זענען די קינדער היפש נתחנך געווארן דורך זיך אפלערנען פונעם מלמד אדער פון די עלטערן ווי אזוי א ערליכע איד דארף זיך פירן..... רעדן צו די עלטערן האט נישט צופיל אויסגעפעלט...

אבער היינט איז א אנדערע מעשה, דער מלמד האט זיין פאזיציע אלס א געהעריגע פראפעסיאנאלע דשאב, פון זיין פערזענליכע התנהגות איז זיך נישטא צופיל צו לערנען..... פיל מאהל פארקערט גאר... די זעלבע איז מיט די עלטערן, עס איז בכלל נישט קיין קאמיש בילד צו זען דעם טאטען זיצן ביים ליינען און פלאפלען מיט זיינע פרענדס כל מיני שטותים, און תוך כדי מעשה הייסן דעם יונגל אויסצוהערן דאס ליינען.....

און ווי פארשטענדליך איז דאס ממש שעדליך פארן קינד.... דו קענסט רעדן צו אים פון היינט ביז מארגן.... אז דו אליינס פירסט זיך אויף ווי אזוי דו פירסט דיך אויף, וואס ערווארטסטו אז דיינע ווערטער זאלן בכלל אויסמאכן פארן קינד? ער קוקט דיר אן ווי אן ערשט קלאסיגער היפאקריט.... איך טאר נישט רעדן ביים דאווענען, און דו יא? פארוואס ווייל דו האסט שוין געגעסן מער פרענש-פריי אין לעבן?

דעריבער היינט פעלט באמת אויס צו מאכן מען די אלע חינוך אווענטן, מען רופט עס טאקע חינוך לבנים, באמת איז עס חינוך לאבות... מען וויל נאר נישט פארשעמען די גרויסע טאטעס.

דו ווילסט דיינע קינדער זאלן דיך אויסהערן? פיהר דיך אויף אזוי ווי דו רעדסט צו זיי און דאן אולי אולי........

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר