היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » זונטאג פעברואר 01, 2015 11:21 pm
געוואלדיג האט געשריבן: בעל מדות האט געשריבן: און בכלל מאכט נישט קיין געוויסן אז זיי זאלן נוצן די געווער קעגן אמעריקא נאכדעם וואס אמעריקא און די איבריגע מערב וועלט לענדער האבן פשוט אפגעראטעוועט זייער עקזיסטענץ וואס האט געוואקלט מיטן אייסיס אויפשטייג.
פונקט דאס האט אל קאידא געטוהן
נישט נאר על קאידא נאר אלע טעראריסטישע גרופעס האבן זיך אזוי געבויעט. כאמאס דורך שטיצע וואס זיי האבן באקומען צו פייטען פאטאח און יעצט באקומט פאטאח צו פייטען כאמאס.
און לאמיר נישט פארגעסען אז די וואפען וואס אייסיס האט יעצט קומט אויך פון אמעריקא. וואס זיי האבן געגעבן פאר די איראקע רעגירונג
געוואלדיג
חבר ותיק
הודעות: 3930 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
שליחה
דורך געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 02, 2015 3:26 am
לכה"פ פאר אייסיס איז נישט געגעבן געווארן דירעקט
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » דינסטאג פעברואר 03, 2015 12:21 pm
ימח שמם וזכרם!!!! זיי האבן ארויסגעגעבן א פרישע ווידיאו ווי אזוי זיי פארברענען די פיילעט פון זשארדען לעבעדיג
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » דינסטאג פעברואר 03, 2015 12:22 pm
/
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » דינסטאג פעברואר 03, 2015 12:23 pm
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
הודעות: 16679 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
שליחה
דורך שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 03, 2015 12:29 pm
שרעקליך!!!!
וירח ה' את ריח הניחוח
גאנצל
חבר ותיק
הודעות: 3150 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
שליחה
דורך גאנצל » דינסטאג פעברואר 03, 2015 1:06 pm
טרערן גיסט זיך אן א שיעור פאר דעם אומשולדיגן פיילאט וואס זעהט די טויט פאר זיינע אויגן זיינע דערדריקענדע מחשבות פון יענע מינוטן אוי מיר בעטן אוינזער הויכגעשעצטן פרעזידענט תחת הודו זאל ווייטער אנגיין מיט זיינע ליבעראלע אידיאטישע אידילאגיעס און זיך אומגיין מיט די מלאכי חבלה מיט זיידענע הענטשוך און זיי גלעטן און האגן די מערסטע וואס ער קען איי ווי נעמט צוריק אזא שטייפער אוםבויגזאמע פירער און פרעזידענט ווי בוש 43 וואס זאל זיך אפגעבן מיט די רשעי רשעים ווי עס באדארף צו זיין ירדן פלאנט מקיים צו זיין דעם נקום נקמת ס'וועט אבער גארנישט העלפן אייסיס וועט ווייטער אנגיין ווילאנג מ'וועט נישט זיי פארטיליגן מכל וכל
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » דינסטאג פעברואר 03, 2015 1:45 pm
איך האב געזעהן די שרעקליכע ווידיאו. איך פארשטיי נישט פארוואס אין די לעצטע סקונדעס שרייט נישט דער קרבן אויס עפעס צו זיין משפחה, עפעס א מעסעזש. ער האט דאך שוין נישט וואס צו פארלירן
גאלד
חבר ותיק
הודעות: 2379 זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
שליחה
דורך גאלד » דינסטאג פעברואר 03, 2015 1:49 pm
בוש וואלט מסתם געלאפן אינוואדירן מעקסיקא, פארוואס מעקסיקא? און פארוואס איראק פארשטייסטו יא?
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » דינסטאג פעברואר 03, 2015 2:00 pm
גאלד האט געשריבן: בוש וואלט מסתם געלאפן אינוואדירן מעקסיקא, פארוואס מעקסיקא? און פארוואס איראק פארשטייסטו יא?
ווילאנג ס'איז א ראדיקאלע שטאט פארשטיי איך.
[NAMELESS]
שליחה
דורך [NAMELESS] » דינסטאג פעברואר 03, 2015 2:06 pm
ס'דא וואס זאגן אז טאקע בוש איז שילדיג פאר די יעצטיגע מצב. ער האט געמאכט אז אייסיס זאל קענען אריינקימען און מאכן חורבנות
גאנצל
חבר ותיק
הודעות: 3150 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
שליחה
דורך גאנצל » דינסטאג פעברואר 03, 2015 2:07 pm
גאלד האט געשריבן: בוש וואלט מסתם געלאפן אינוואדירן מעקסיקא, פארוואס מעקסיקא? און פארוואס איראק פארשטייסטו יא?
ווייסט וואס ביסט גערעכט מ'דארף לאזן אלע ראדיקאלע אומסטאבילע וועלט פירער טון וואס זיי ווילן זיך אנבויען מיט אטאם באמבעס און ווארטן אויפ'ן גוטן טאג
און יעצט אויך לאזן די אייסיס טון וואס זיי ווילן ווייל וואס האסטו צו זוכן אין סיריע ? גיי אין מעקסיקא
גאנצל
חבר ותיק
הודעות: 3150 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
שליחה
דורך גאנצל » דינסטאג פעברואר 03, 2015 2:09 pm
ראשעקאל האט געשריבן: ס'דא וואס זאגן אז טאקע בוש איז שילדיג פאר די יעצטיגע מצב. ער האט געמאכט אז אייסיס זאל קענען אריינקימען און מאכן חורבנות
און לאמיר זאגן אז יא אז ער איז שולדיג איז פארדעם דארף מען יעצט זיצן מיט פארלייגטע הענט און זיך ווייזן אלס שוואכלינג און געווינען די גאלף ?
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
הודעות: 16679 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
שליחה
דורך שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 03, 2015 2:15 pm
וואס ווילסטו פון אבאמא? ער באמבארדירט זיי טאג און נאכט! אה, ווילסט מען זאל אריינגיין מיט די שטיוול? ביסט מכובד. זאל דאס זיין א לעבעדיגער ביישפיל ווי אזוי אונזערע עלטערן האבן געשפירט ביי די אינקוויזיציע. הי"ד.
וירח ה' את ריח הניחוח
גאנצל
חבר ותיק
הודעות: 3150 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
שליחה
דורך גאנצל » דינסטאג פעברואר 03, 2015 2:23 pm
שכוח פאר די כבוד דערווייל ווערן נעבעך אויסגעהרגעט אויף די מיאוסטע אופנים אומשולדיגע און ס'איז מאר טו קאם דעס איז בעסער ?
ישראל קאפקע
חבר ותיק
הודעות: 2181 זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
שליחה
דורך ישראל קאפקע » דינסטאג פעברואר 03, 2015 2:24 pm
גאנצל, וואס זאל אמעריקע טון אין סיריע למשל, שטיצן אייסיס אדער אסאד?
לך לך
ידיד השטיבל
הודעות: 339 זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:51 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
שליחה
דורך לך לך » דינסטאג פעברואר 03, 2015 2:28 pm
לאמיר נאר האפן אז ירדן זאל טוהן מיט די אייסיס חברה וואס ס'קומט זיי
גאנצל
חבר ותיק
הודעות: 3150 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
שליחה
דורך גאנצל » דינסטאג פעברואר 03, 2015 2:30 pm
הער קאפקע ס'איז איינס געבינדן אינעם צווייטן ס'איז אדער אדער יעצט שטיצט ער אומדירעקט אייסיס ס'איז זייער קאמפעלעצירט פארדעם האב מיר דאך א קאמאנדיר ער זאל וויסן וואס צו טון ווען ס'איז קאמפלעצירט און זאל קענען שוקל זיין האקעלע זאכן ביי די וועי אייסיס איז אין זייער קורצע עקזיסטענץ געווען מער א סכנה פאר די וועלט ווי אסאד
בעל מדות
היימישער באניצער
הודעות: 367 זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל
שליחה
דורך בעל מדות » דינסטאג פעברואר 03, 2015 2:51 pm
די ווייסע הויז פון די פאראייניגטע שטאטן האט אדרעסירט די ווערטער פון "גאנצל" אין א בריוו... פונקט אזויווי די ביזט צישטורעמט פון דעם קליפ, איז יעדער צישטורעמט דערפון און אבאמא אריינגערעכנט, אלזא וואס ווייסטו וואס עס קימט יעצט? אפשר שמועסט מען זיך נישט אויס מיט דיר מיט אלע פלענער וואס זענען אויפן טיש? די נעמסט אנטייל ביי די זיצונגען מיט די גענעראלן וואס פארמאגן מער שטערנדלעך און אויסצייכענונגען ווי האר אויפן קאפ פאר זייער ברייטע פארשטאנד אין פירן מלחמות און זעען יא וואס די פאקטישע פראבלעמען אויפן שלאכטפעלד זענען? זעהט אויס די ווייסט נישט אז די אייסיס עמפייער איז נישט קיין בנין וואס מען דארף בלויז אטאקירן אדער א לאנד וואס מען קען באהאנדלען מיט שווערע סאנקציעס, נאר זיי זענען א האקעלע גרופע פון צעווילדעוועטע לייבן מיט צוטריט צו מאכטפולע וואפן וואס זענען צישפרייט און ציזייעט איבער טויזענטער מיילן אין פארוויילן אין זאמדיגע היילן אהן א מעגליכקייט פון זיי קענען צילן, זיי באווייזן צו טוהן וואס אנדערע האבן נישט געטוען, און דאס ברענגט צו אז מיר זאלן אויך נישט קענען טוהן וואס אנדערע פלעגן טוהן, און מען דארף קוקן ביי יעדע געשעעניש וואס פאסירט "וואס טוט מען יעצט?" אפירקראצן אלטע חשבונות פון מלחמות וואס זענען געווען אין אנדערע אומשטענדן איז נישט לאגיש,
מ'מאכט זאכן מעגליך.
גאנצל
חבר ותיק
הודעות: 3150 זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
שליחה
דורך גאנצל » דינסטאג פעברואר 03, 2015 2:56 pm
זייער שיין און ער איז גערעכט (בס"ה טו איך די זעלבע וואס ער האט געטון ווען ער האט אטאקירט בוש ווען ער איז נאך אן אומערפארענער 3 יעריגער סענעטער סאו איך האף ער פארשטייט מיך )
צדיק נסתר
ידיד השטיבל
הודעות: 163 זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 28, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל
שליחה
דורך צדיק נסתר » דינסטאג פעברואר 03, 2015 3:00 pm
אזוינע רציחות האבן אויך די שפאנישע אינקוויזיציע געטוהן מיט אונזערע זיידעס, זיי פארברענט נעבעך לעבעדיגערהייט אויפן שייטער הויפן. אויך נמרוד הרשע האט דאס געוואלט טוהן צו אברהם אבינו, אבער א גרויסע נס איז געשעהן, דער באשעפער האט אראפגעשיקט מלאכים קאלט צו מאכן דאס פייער.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167 זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
שליחה
דורך קאווע טרינקער » דינסטאג פעברואר 03, 2015 3:33 pm
איך בין זיכער אז מיט די סעטעלייט'ס קען אמעריקע וויסען גענוי וואו די פייער איז פארגעקומען.
Under influence
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
הודעות: 2732 זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
שליחה
דורך דולה ומשקה » דינסטאג פעברואר 03, 2015 4:01 pm
א לינק ביטע צו קענען זעהן דער קליפ.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"... (קרעדיט: שבת אחים)