אראנדש קאונטי האט געשריבן:ווילאנג מען בעט נארמאל שלא בתורת תביעה איז זייער נארמאל צו ערווארטען מענטשען זאלען קאפערירען
ווען מהייבט אהן מיט שיינעם, ביסטו אפשר גערעכט אבער נאכן פרובירן מיט טעראר און סאיז נישט געגאנגען, פרובירן זיי מיט שיינעם זעה איך נישט קיין שום סיבה בעולם צו קאפרירן
אראנדש קאונטי האט געשריבן:ווילאנג מען בעט נארמאל שלא בתורת תביעה איז זייער נארמאל צו ערווארטען מענטשען זאלען קאפערירען
אראנדש, איך בעט דיך שיין, שלא בתורת תביעה, אז זאלסט פליז אויפהערן צו שרייבן דא. איך האב עס פשוט נישט ליב ווען דן ביסט דא, עס איז געווען סאך געשמאקער אן דעם.
איך פארשטיי איך קען עס נישט מאנען פון דיך, אבער איך בעט שיין, סאו איך בין זיכער אז איך קען ערווארטן פון דיך אז זאלסט טאקע אויפהערן שרייבן דא זאפארט.
ודי למבין: און אז דו וועסט צוקומען צו מיר מיט א שיינעם זילבערנעם גאן און בעיטן שיין אז איך זאלל דיר געיבן מיין גאנצע געלט, וועל איך דיר שיינערהייט געיבן אזא שיינעם שטופ אז דו וועסט אראפפליען דעם גאנצן בארג, און זיך זעהן אין דעם נעקסטן שטעיטל...!
איז דאס געווען די כוונה פון גרינדען די שטעטל? צו וואוינען צווישען גויים?
די כוונה איז געווען פשוט ווייל ישיבת כרכים קשה. אויב אזוי האבן זיי די זעלבע טענה און אגענדע ווי "פרעזערוו רעמעפא" די "רולעל אלייענס" (וואט עווער זיי רופען זיך)
You must be the change you want to see in the world
די פראבלעם מיט די מאפע איז, אז אויף די רעכטע זייט, די זייט פון רט. 45 איז שוין כמעט די גאנצע מייל, ממש כמעט ביז שיכון סקווירא, שוין באוואוינט מיט פרומע אידן, טאקע פון די סארט עלעמענטן... אבער למעשה זענען זיי פרומע אידן. סאו, כ'מיין, זיי עקספעקטן יעצט אז די אלע אידן זאל פארקויפן זייערע הייזער און אוועקמופן?
ס׳איבריג צוארויסברענגען אז מיין טאטע האט מיט דעם חלילה גארנישט געהאט קיין שלעכטע כוונות קעגן סקווירא. אדרבה איך האב זייער ליעב סקווירא והא ראי׳ איך גיי צו סקווירא ווען איך האב דארט א שמחה.
אויך ווייסט יעדער אז מיין טאטע זז״ג האט זייער געארבעט אויף אחוה שלום וריעות צווישען אונז און סקווירא. און ווער עס קען מיר ווייסט אז איך גריס סקווירא ווען איך טרעף זיי אויפן גאס.
אויך האב איך זיך קיינמאל נישט גרויס געהאלטען אז מיין טאטע האט מיר געבויעט א שיינע גרויסע הויז. איך זאג אייביג יעדער זאל זיך בויען א שיינע גרויסע הויז.
אבער בנוגע ״מיין הויז״ האט מיין טאטע זז״ג אייביג געוואלט אז איך זאל וואוינען אליינס ווי א פריץ אין מיין שיינע גרויסע הויז ווייט אוועק פון סקווירא. ״אן אייגן הויז״. על דעת דעם האט ער געבויעט מיין הויז. כדי איך זאל קענען אויפשטעלן דורות אן די השפעה פון סקווירא.
מיט די יארן האבן סקווירא זיך באזעצט אין בארא פארק מער און מער ב״ה. צו מיין גרויס פרייד. אבער וועגן די קיום פון ״מיין הויז״ שפיר איך פאר וויכטיג צו בעטן און מעורר זיין די סקווירא. אז אויב סקווירא מענטשען וועלן קומען וואוינען נאנט צו מיין הויז קען דאס גורם זיין צו שטערן די ״גאנצע תכלית פון בויען מיין הויז״ כנזכר לעיל. דאס איז נישט קיין פרט. נאר די גאנצע יסוד פון מיין הויז ממש. אן די גדר ווערט נהרס ממש עיקר יסוד פון ״מיין הויז״ ח״ו.
איך בין זיכער אז קיינער וועט נישט וועלן האבן א חלק אין מצער זיין מיין טאטע ח״ו. נאר מען זאל פרובירען מיר צו העלפן און משפיע זיין אויף אנדערע צו ממלא זיי מיין טאטעס רצון בשלימות.
בברכת גמר חתימה טובה.
**** ****** טווערסקי בן אאמו״ר אדמו״ר מראחמסטריווקא
יו"ט איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט איינע פון די זקני חסידים, זאגט ער מיר אז בשעתו האט מען געשמועסט אז די סקווירא רבי ז"ל האט געגרינדעט די שטעיטל צוליב מעשה שהיה מיט זיין בענאק דער היינטיגער צאדיק'ל ביים צעהלימער ווייבער שול. ער האט מיר נישט געוואלט דערציילן קיין פרטים אבער ער האט געזאגט אז ס'איז געווען מפורסם.
מי יגלה עפר מעיניך, סקווירא רבי ז"ל ווען די היינטיגע חסידים דרייען א קאפ.