יידל האט געשריבן:ביי אידן שומרי תו"מ זענען דא נאר דריי פראקציעס וועלכע האבן א קלארע מהלך לגבי ציונות. פון איין זייט איז דא...
אלע אנדערע פראקציעס צו זאלן דאס זיין די ליטווישע, צו זאלן דאס זיין חסידישע ווי גור, בעלזא, וויזניץ וכו', האבן נישט עכט קיין קלארע מהלך לגבי ציונות. זיי נעמען געלט, גייען צו די בחירות, פיל פון זיי טוען שירות לאומי, אסאך פון זיי האלטן אז בעצם איז מיליטער נישט קיין פראלבעם, די פראלבעם איז אדער: טעכניש נישט אויסגעשטעלט פאר חרדים, אדער: ס'דארף זיין אויך תורה (באמערק דעם ווארט "אויך"), רעדן עברית איז אמאל געווען ביי טייל א בדיעבד, היינט כמעט ביי יעדן א לכתחילה וכו' וכו' כמעט אלע פראקטישע חלקים פון ציונות האבן זיי אנגענומען. דאך די עיקר חלק אויף וואס ציונות איז געבויעט, דהיינו האבן א מדינה אין ארץ ישראל, אידן זאלן האבן די בעלות אויפן קרקע, מ'זאל אויפארבעטען ארץ ישראל וכו' דאס זענען זיי עפ"ר זיך מתנגד, זה בכה וזה בכה. א ביישפיל אויף די צומישקייט פון די חרדים: ווען ס'געקומען צו גירוש גוש קטיף. טייל זענען געווען פרא, טייל זענען געווען אנטי, טייל האבן געהאלטן אז מ'דארף עס שטיצן, טייל האבן נישט געהאט קיין מיינונג און טייל זענען געגאנגען פראטעסטירן קעגן דעם. דאס איז א דירעקטע תוצאה פונעם צומישטן מהלך לגבי ציונות ביי די אלגעמיינע חרדים.
ס'איז מיר אינטערסאנט פארוואס דו האסט אפגעמאכט אז ס'איז דא נאר 3 פראקציעס און דו ברענגסט אלס ראי' אז די איבעריגע זענען צומישט ווייל ביי גוש קטיף איז געווען עטליכע דעות, אפשר זענען די אנדערע אויך קלאר
יעדער ביי זיין דעה, נאר ביי זיי האט די מדינה נישט פארנומען דעם אויבן אן פונם סדר היום אז זיי זאלן פילן פאר וויכטיג צו מפרסם זיין זייער דעה בכתב.