ירח בן יומו האט געשריבן:עס איז באקאנט די אור החיים הקדוש ביי עיר הנדחת וואס מ' האט אוסגעהארגעט א גאנצע שטאט מענער קינדער און ווייבער בסייף און מ'האט פארברענט אלע האב און גוטס מ'קען זיך נאר פארשטעלן ווי אזוי דאס האט אוסגעזען (אפשר קען [tag]יואב[/tag]צוהעלפן).
פירט דארט אויס די תורה אויף די פסוק ונתן לך רחמים ורחמך איז די אור החיים הקדוש מסביר אז נאך יודן האבן מקיים געווען אזא מעשה אכזרי ווערט דאך ביים מענטש אין הארץ איינגעווארצלט א מדה פון אכזריות (און ער ברענגט דארט אז אזוי האבן מעיד דעווען די שר הטבחים (אייסיס) פון די קעניג בדורו), און אויף דעם בענטשט אונז די רבוש"ע אז ונתן לך רחמים ורחמך אז די מדה פון רחמנות זאל צוריק קומען צו אונז.
אלזא לעניננו ווען די יודן דארפן טוען א מעשה אכזרי איז דא ספעציעלע ברכה אז אז מיר זאלן נישט ווערען בארבארישע רוצחים משא"כ זיי אלע בלייבן טאקע חיות טורפות
[center]************[/center]דרך אגב, אין תנא דבי אליהו ווערט געברענגט א דבר נפלא אפילו די שטיין וואס מ'איז סוקל די חייבי מיתה און די סייף וואס מנוצט צו הארגענען זענענן עתיד ליתן את הדין אויך די צער וואס זיי האבן גורם געווען פאר א יוד, אפילו ס'איז געווען בצדק איז נאכאלץ דא אן עונש אויף דעם (ומכאן הלימוד פאר מחנכים וואס דארפן מעניש זיין (אפי' בצדק) זאלן געדענקען אז סוכ"ס איז מען מצער איוד און מ'וועט בראטן פאר דעם)
פאר דעם טאקע האט מיין רבי אין חדר געזאגט ווען ער האט איבערגעלייגט קינדער און זיי אריינגעקלאפּט אחת למעלה ושבע למטה אז ס׳טוט אים מעהר וויי ... די שטעקן אז אלעס געוועהן שולדיג... די מלמד איז נעבעך געוועהן אומשולדיג, פארדעם טאקע האט מען ארויסגעווארפן די אלע שלעכטע שטעקענס פון די חדרים און איבערגעלאזט די גוטע מלמדים
יענץ געלעכטער