הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברסלב

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

הצדיק מיבניאל, הרב אליעזר שלמה שיק זצ"ל מ'היכל הקודש ברסלב

שליחה דורך שעפטל »

אין די מינוטן קומט אריין די ערשיטערנדע בשורה, אז הרה"צ רבי אליעזר שלמה שיק, באוויסט אין די וועלט אלס דער "מהרא"ש", באקאנט ביי פילע אלס דער צדיק פון יבניאל, און א גאר רעספעקטירטער מנהיג אינערהאלב די ברסלב'ע חסידות, דער מייסד פון די "היכל הקודש" אימפעריע, איז יעצט נפטר געווארן!
מוהרא_ש_-_הצדיק_מיבנאל.jpg


א שנעלע אפהאנדלונג פון מהרא"ש זצ"ל:

הרב אליעזר שלמה שיק, ווערט אנגערופן ביי די מערהייט פון מענטשן "מוהרא"ש" (מ'ורינו ו'רבינו ה'רב ר'בי א'ליעזר ש'למה) אדער גאר דער צדיק פון יבנאל, איז געבוירן געווארן אין תל אביב, כ"א אייר ה'ת"ש. צו זיין טאטע הגאון הגדול רבי מנחם זאב שיק זי"ע, אב"ד טאקאי, און זיין מאמע הרבנית מלכה. אלס קינד האט ער געוואוינט אין ירושלים און געלערנט אין תלמוד תורה "עץ חיים". ער האט געלייגט תפילין ביי הרה"ק רבי אהרלע בעלזא'ר זי"ע. שפעטער ווען ער איז אלט געווען בערך 13 יאר האט זיך די משפחה אריבערגעצויגן קיין אמעריקע (זיין טאטע איז שוין געגאנגן צוויי יאר פריער, און נישט געווען ביי זיין בר מצוה), זיי האבן געוואוינט אין די בראנקס, אבער דער מהרא"ש איז געפארן יעדן טאג צוויי שעה מיטן באן קיין וויליאמסבורג, און איז אריין לערנען אין די ישיבה פון קאשוי רב ז"ל. און דערנאך געלערנט בערך פינף יאר אין ישיבת תפארת ירושלים ביים פוסק הג"ר משה פיינשטיין זצ"ל.
איך האב גראדע געהערט אז ער האט זיך געהאלטן פאר א תלמוד פונעם סאטמאר רב דער דברי יואל זצ"ל, און געלערנט אין זיין ישיבה, נאך אין ארץ ישראל, די שאלה איז נאר צו ס'איז געווען אלס 7-8 יעריג קינד צו אפשר שפעטער.

דער מהרא"ש האט דערציילט אז ווינטער תשי"ז, זייענדיג אלט בערך 16 יאר איין טאג ווען ער האט געדארפט פארן זיין צוויי שעה'דיגע וועג, האט ער געכאפט א ספר פון אינדערהיים פארן וועג, און פערצופאל איז עס געווען די ספר "משיבת נפש" וואס איז מלוקט געווארן דורך הרב אלתר מטעפליק, וואס איז פון די כתבים פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב און זיין תלמוד הרה"ק רבי נתן מברסלב זי"ע, און אזוי איז ער נתקרב געווארן צו ברסלב.

שבט תשכ"ב האט ער חתונה געהאט צו זיין רעביצין, די טאכטער פון כ"ק אדמו"ר רבי אשר ישעיה הלוי ראטענבערג זצ"ל, האדמו"ר מקאסאן. זיין מסדר קידושין איז געווען זיין רבי הג"ר משה פיינשטיין זצ"ל.
500px-Koson.jpg


די זעלבע צייט האט זיך געענפענט א ברסלב'ע שוהל אויף 16 עוו. אין בארא פארק, ווי דער מהרא"ש האט אנגעהויבן צו געבן שיעורים יעדע וואך.

ממש געציילטע יארן נאך די חתונה האט ער אנגעהויבן מיט זיין הרבצת התורה וואס איז אנגעגאנגן פאר איבער 50 יאר!!! און ער האט אנגעהויבן צו שרייבן בריוון אהין און צוריק צו הונדערטע אינגעלייט און בחורים פון איבער די וועלט, וואס מיט די יארן איז שוין ארויסגעקומען איבער 120 בענדער פון זיינע שאלות ותשובות "אשר בנחל", און מ'רעדט דא פון טויזענטער בריוון, ווי דער מהרא"ש אליינס שרייבט אין א בריוו וואס איז לעצטענס ארויסגעגעבן געווארן, רעדט מען דא פון איבער 70 טויזענט בריוון!!

אזוי אויך האט ער אנגעהויבן צו פארשפרייטן די ספרי ברסלב, אינטערן נאמען "אליעזר שלמה ברסלבר".

תשכ"ו איז ער די ערשטע מאל געפארן קיין אומאן צום קבר פון רבי נחמן, ער איז געפארן דורך ארץ ישראל און קודם דארט באגעגענט פרעזענדליכקייטן פון חסידי ברסלב, ווי הרב שמואל האראוויץ, הרב לוי יצחק בנדר, און הרב אליהו חיים רוזן.

אין יאר תשל"ג, זייענדיג אלט 33 יאר, האט ער אנגעהויבן צו דריקן די ספרים און קונטרסים מיט דברי חיזוק וואס ער האט אליינס געשריבן, אנגעהויבן מיט א "קריאת שמע שעל המיטה" מיט א פירוש, און די ספר "ארך אפיים". נאכן ארויסגעבן דעם ארך אפיים האט מען אים שטארק גערודפ'ט אפילו צווישן די ערענסטע חסידי ברסלב.

ראש השנה תשל"ו האט זיך דער מהרא"ש באטייליגט אינעם קיבוץ חסידי ברסלב, אין די ירושלים'ע שוהל, ווי ער האט געגעבן א גאנצע דרשה איבער די גרויסקייט פון ראש השנה.

אנפאנג תשל"ז האט דער מהרא"ש אויפגעשטעלט די ערשטע ביהמ"ד מיטן נאמען "היכל הקודש – חסידי ברסלב", און פון דארט האט זיך עס צושפרייט, ווען אנגעהויבן בערך דריי יאר שפעטער איז ער געפארן אפאר מאל א יאר קיין ארץ ישראל, ווי ער האט שוין געהאט הונדערטע חסידים און אנהענגער, און געעפענט בתי מדרשים אין ירושלים, בני ברק, טברי',צפת, אשדוד, בת ים, נתיבות, תל אביב, באר שבע און נאך.

למעשה אין תשמ"ו האט זיך דער מהרא"ש באזעצט מיט א קבוצה חסידים אין יבנאל. וואס איז געווארן מיט די יארן די צענטער באזע פון די חסידות, היינט איז דא דארט א תלמוד תורה "ילדי חן", א בית הספר לבנות 'בית פייגא', א סמינאר "בית מלכה" (נאך זיין מאמע), ישיבות ,בית שלמה' און 'בית מנחם, פאר בחורים, א ישיבה 'דמשק אליעזר' פאר בעלי תשובות, כוללים, א מדרשיית 'בית שפרה' פאר מיידלעך מבקשים..., א גרויסע בית המדרש, און א נייע גרויסע בית הכנסת (געענדיגט געווארן דריי יאר צוריק) און א קיך פאר די ארומע איינוואוינער דארטן, פון די צווישן איבער 400 משפחות וואס וואוינען דארט.

למעשה האט דער מהרא"ש געוואוינט מער איבערן יאר אין בארא פארק אין אמעריקע, און האט אויך אויפגעשטעלט בתי מדרשים אין וויליאמסבורג (איינס איז דער מרכז 'היכל הקודש' ברסלב און נאך א שוהל בית המדרש 'התאחדות התלמידים'), מאנסי (אויך שוין דא צוויי), און דריי בתי מדרשים אין קרית יואל-מאנרא, (איינס אינמיטן שטאט, ממש נעבן די גרויסע ביהמ"ד אין קרית יואל, דערנאך ביי די צוויי עקן, איינס אין שכונת עצי תמרים און איינס אין שכונת ברך משה).. ווי אויך א שוהל אין בראזיל.

וויליאמסבורג איז למעשה א שטארקע באזע, וואס ס'איז אויך דא א תלמוד תורה "היכל הקודש", א בית חינוך לבנות "בית פיגא" (נאכן מאמע'ן פון רבי נחמן), א באקאנטע ישיבה "תפארת התורה" מיטן ראש ישיבה זיין תלמוד הרב יואל ראטה, אזוי אויך האבן זיך די מרכז חסידי ברסלב שטארק אריינגעלייגט אין דריקן די ספרים פון רבי נחמן און רבי נתן, און אזוי אויך די הונדערטע ספרים פון מהרא"ש.

אביסל איבער זיינע השקפות:

ער לערענט שטארק דעם עולם איבער שלום בית, שוין ארויסגעגעבן אסאך קונטריסים סיי פאר די מענער און סיי פאר די פרויען איבער דעם. און נאך מער, ער האט אסאך פארברענגט איבער די כבוד חמיו וחמותו וואס א מענטש מוז האבן אין אלע אומשטענדן און שרייבט אז דאס איז פון די גרעסטע שליסלן אין שלום בית. (שטעלט אלעס אויף די שיחות רס"ג-רס"ד אינעם שיחות הר"ן).

די לימוד קבוע יעדן טאג זאל זיין אויף פופצן זאכן! חומש, רש"י און תרגום אונקלוס פון די וואכענדיגע פרשה; תנ"ך; משנה; תלמוד בבלי; תלמוד ירושלמי; תוספתא; מדרש רבה; מדרש תנחומא; רמב"ם; טור; שולחן ערוך; זוהר; תיקוני זוהר; ליקוטי מוהר"ן; ליקוטי הלכות (ווי מ'זעהט אין שיחות כ"ח ו-ע"ו אינעם שיחות הר"ן און אינעם קונטרס סדר-דרך-הלימוד).
עקסטער האט ער איינגעפירט צו לערנען בעיון און האבן א בקיאות אין די ספרי רבי נחמן. און האט געמאכט א לוח אז מ'זאל ענדיגן ליקוטי מהר"ן יעדן חודש.

מער באקאנט איז זיין מהלך פון דער סדר הלימוד פון זאגן אסאך אהן פארשטיין, מוהרא"ש האט אריינגעברענגט צווישן זיין עולם זאגן און זאגן 18 פרקים משניות וכדומה. זאגנדיג אז דאס איז דער ברסלבער דרך (שיחות הר"ן ע"ו)

דער מהרא"ש האלט בשיטה אז מ'זאל חתונה האבן בערך ביי די 16, און ס'האט אים טאקע געברענגט קאפ ווייטאג בערך פאר 14-15 יאר צוריק אין ארץ ישראל ווי ער איז נישט געפארן מורא'האבענדיג אז מ'וועט אים ארעסטירן, למעשה האט זיך עס אפגעשטילט. און מ'זעהט טאקע ווי זיי חסידים טון שידוכים ביי די יארגאנג.

איך בין נאכנישט געווען אין יבנאל, אבער איך הער אז אין יבנאל גייט דאס גאנצע שטעטל ווייס אנגעטוען שבת, ווייל לויטן זוהר דארף מען אזוי גיין.

למעשה איז מהרא"ש געווען פון די באקאנטע ברסלב'ע משפיעים און מדריכים, האט געהאט גראדע אסאך קעגנערשאפט אינערהאלב אנדערע מדריכים.

ער איז נסתלק געווארן היינט י"ז שבט תשע"ה.

ער האט איבערגעלאזט הונדערטער ספרים, צווישן זיי:
קונטרס "סדר דרך הלימוד" - ווי דערמאנט ברענגט ער ארויס וויאזוי מ'דארף צו לערנען.
שו"ת אשר בנחל - ווי געשריבן, איבער הונדערט צוואנציג בענדער, מיט טויזענטער בריוון.
שאלות ותשובות בחסידות ברסלב - פערצן חלקים, וואס ענטפערט אלע מנהגים און פראגעס פאר חסידי ברסלב.
אוצר הקונטרסים - שוין ארויסגעקומען 32 בענדער וואס ערהאלט דערין איבער טויזענט קונטרסים.
עקסטער פון דעם איז שוין ארויסגעקומען בענדער וואס נעמט אריין א געוויסע נושה ווי: אוצר הקדושה, אוצר החיים, אוצר הסבלנות, אוצר לנשים, אוצר חינוך הילדים, אוצר שלום בית, אוצר הרפואות, אוצר לבחורי ישיבה, אוצר ראש השנה, אוצר הפרנסה.
פעולת הצדיק - קורות חייו פון רבי נחמן מברסלב
שפת הנחל - א פירוש אויף ליקוטי מוהר"ן
זאת התורה - דרושים על התורה, אויף די וואכענדיגע סדרה
שיחות מוהרא"ש - 15 בענדער פון שיחות און סיפורים וואס זענען געזאגט געווארן פאר די תלמידי "היכל הקודש"
נהרי אפרסמון - א פירוש אויף מעשיות וואס מ'דערציילט אויף רבי נחמן
סידור "עת רצון" - א ביאור אויפן סידור התפילה געשטעלט אויף די ווערטער פון רבי נחמן
ס'דא 22 בענדער אויף פרקי אבות "אהבת אבות" "חסדי אבות", "מגן אבות" און נאך
תוך הנחל - שיחות אויף די פרשה, מיט געשטעלט אויף די ווערטער פון רבי נחמן
קדושת ישראל - געשטעלט איבער די קדושת הברית
ארך אפיים - פון די ערשטע ספרים, פשוט איבערן מידת הסבלנות
אילן החיים - א מוסר ספר
דיבורי מוהרא"ש - איבערגעשריבן אין עיברית זיינע אידישע דרשות

ס'דא א וועבזייטל http://www.breslevcity.co.il/ מיט אסאך אינפארמאציע

דאס איז ווי מ'זאגט אביסל פשוט באשריבן אזא אדם גדול. בשם כל קהלה קדישא הדין חברי השטיבל איז אונז צום האפן אז אזא כתבה רבא ווי [tag]ברסלבער[/tag] זאל אפשרייבן כדרכו א ריכטיגע לענגס און א ברייטס.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בד''ה. ברסלבער האט געשריבן אז ער איז געווען ווי א טאטע צו זיינע חסידים. וואלט כדי געווען צו הערן מער איבער זיין קשר מיט די חסידים
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פארוואס ווערט עס נישט באריכטעט אין ערגעץ ? און נישט אפילו אויף זייער וועבסייט?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אחראי
אחראי
אחראי
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:52 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אחראי »

יעדער זאל זיכער מאכן צו האלטן דעם אשכול רעספעקטפול.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

שבת אחים האט געשריבן:פארוואס ווערט עס נישט באריכטעט אין ערגעץ ? און נישט אפילו אויף זייער וועבסייט?

YWN does report
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

שבת אחים האט געשריבן:פארוואס ווערט עס נישט באריכטעט אין ערגעץ ? און נישט אפילו אויף זייער וועבסייט?

זיי מעלדן דאס אויף קול ברסלב, 212-444-9191 1-2
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

יעצט שרייבט שוין יעדער , קאווע שטיבל איז מסתמא געוועהן ממש די ערשטע דאס צו מעלדן , בד״ה
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

ס'גייט נישט זיין א לויה דא.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ברוך דיין האמת,
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

א שאד איך האב עם נישט געקענט. איך וועל נאר זאגען א משהו וואס איך מיין פון ארום און ארום.

ער איז געווען לכאורה דער ערשטער בדורנו מפרסם צו זיין תורת ברסלב צו דער המון עם אינדרויסען פון די פיצי קבוצות חסידי ברסלב וואס איז געווען, אין דער זין איז ער דער רבי פון אלע משפיעים און דער גאנצער באועגונג פון ברסלב וואס טוהט זיך היינט. געדרוקט ספרים פאר ביליג, געשריבען אייגענע ספרים און ליקוטים בלשון מדברת להמון, וכו'. די גאטס וואס ער האט געהאט דאס צוטוהן מעג זיך יעדער לערנען, ער איז געווען ברסלב פאר ברסלב איז געווען אין סטייל.. און אין זיינע אלע פעולות זעהט מיט די גאטס און זריזות וואס ער איז נישט מיד געווארען פון אויפשטעלן נאך און נאך זאכען שרייבען נאך און נאך ספרים וכו'. הגם ער האט געהאט פארשידענע דורכפעלער האט ער זיך נישט אפגעשטעלט קיין רגע פון טוהן זיינס שרייבען נאך א ספר זאגען נאך א שיעור עפענען נאך א קבוצה וכו'.

די זעלבער האט ער געהאט די גאטס צו זאגען און דרשנען און מפרסם זיין פארשידענע דעות און שיטות הגם זיי זענען זייער ווייט פון די מיינסטרים פון חרדים, ווי למשל די זאגען ספרים, אדער זיינע דעות בעניני מאחוה"פ, די זאכן קען ברסלבער בעסער אראפלייגען פאר מיר. איך ווער נאר נתפעל פון די גאטס.

די ריבוי ספרים וקונטרסים בכמות וואס ער האט אנגעשריבען פארדעקט אביסל די מעלות וואס עס איז דא אין דעם באיכות, איך האב געליינט עטליכע בענדער למשל אשר בנחל, אין יעדער איינס איז דא כמה בריווען מיט ריכטיגע שיינע זאכען, צווישען רוב וואס זענען מער ווייניגער איבערגע'חזר'ט אהובי בני תתחזק. ווען עפעס א חסיד האט שכל מאכט ער אזא ליקוט פון די שטערקערע שטיקלעך מסודר לפי עניינים וכדומה.
א טייל ספרים וואס זענען מיר מער געפאלען: דער תולדות פון ר נחמן וואס ער האט געמאכט 'פעולת צדיק' איז א יחיד במינו צאמגעשטעלט פון אלע מקורות און ספרים די תולדות בפרטי פרטים. הגם שיש וויכוחים על כמה פרטים שכתב נעמט דאס נישט אוועק דער יחוד פון דער ספר. זיין סידור עת רצון איז א שיינע פירוש מיוסד על הקדמות אמתיות וואס מען קען מיט דעם ממש דאווענען דער גאנצע דאווענען לויט די כוונות, וכן ראיתי נוהגים. אין די בענדער שיחות מוהרא"ש איז דא פארשידענע ענינים פלאים וד"ל. דער ספר על התורה זאת התורה איז דא טייערע קלוגע ווערטער על סדר הפרשיות.

א געוויסער חידוש וואס מען באמערקט נישט איז אז טראץ וואס ער מאכט אלעס גאר גאר פשוט רעדט ער פון פארשידענע ערנסטע און טיפע עניינים וואס מען דארף זיין א תלמיד חכם בנגלה ונסתר מיטהאלטען. ער האט עפעס א שיטה וחידוש בענין מייחד זיין ייחודים אז יעדער קען דאס טוהן דורך בעיקר מכוון זיין עב סג מה בן וואס איך האב געזעהן ער שמועסט כמה פעמים אבער קיינמאל בשלימות, אפשר קען א צווייטער משלים זיין.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מהרא"ש מיט טשעבינער רב אין זיינע יונגע יארן, מיט זיין טאטע אבד''ק טאקיי ז"ל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

/
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

/
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

איך האב אויך נישט געהאט די זכי' צו קענען דעם איד פון דער נאנט כאטש וואס איך בין יא איינמאל געווען ביי א שיעור. וואס איך האב נאר באמערקט איז דעם אינטרעסאנטן פאראדאקס אין זיין שפראך ווען פון איין זייט איז ער געווען רך כקנה פול מיט ווארעמקייט און צוגעלאזנקייט אין די בריוון ומצד שני איז ער געווען אן אויסגעשפראכענער און פרעכער טיפ פול מיט דרייסט און עקשנות און זיינע ספרים זענען געשריבן שטייף און עקספליצירט און מיט נישט קיין קליינע מאס אראגאנץ.
ווי בולט איז עס געווען אין די צוויי לעצטע צוואה בריוו וואס געווענליך ווען א מענטש שרייבט זיינע לעצטע געזעגענונגס ווערטער זעט מען צווישן די שורות א צעבראכנקייט און בויגזאמקייט און אולי אן אומאריגינעלקייט, ווי אנדערש איז מוהרא''ש וואס איז געבליבן מיט פולסטן אריגינעלן אויסגעשפראכנקייט ביז צו דער לעצטער מינוט.

נאך איין ווארט, כאטש וואס ער האט געוואלט אייננעמען די וועלט קיין ברסלב, האט ער אבער גענצליך פארלוירן דעם פי אר'ישן קאמף ביים ברייטען אלגעמיינעם ציבור בלייבנדיג א מנהיג בקצה המחנה, אין טייל צום פארדאנקען זיין אויבנדערמאנטן נאטור וואס האט זיך שטארק דערקענט אין זיין הנהגה, סיי מיט די מאסנשטאבליכע הפצה אויף זיינע ספרים און הויפטזעכליך צוליב דעם אייגנארטיגן חותם ער האט ארויפגעלייגט אויף זיינע תלמידים, און נאך סיבות וואס האט צו טון מיט זיין פערזענליכקייט ומה נעשה אז אחראי קוקט שוין שטרענג.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

צוואה audio

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HJlhaHB7pLc[/youtube]
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאס איז ער אליין? ווען האט ער דאס ריקארדעד?
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

אויף קול ברסלב פארציילט מען די נייעס אזוי טריקן אן קיין שום געפיל, ווער רעדט נאך פון א געפיל פון א קינד צו א טאטע
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ירח בן יומו האט געשריבן:אויף קול ברסלב פארציילט מען די נייעס אזוי טריקן אן קיין שום געפיל, ווער רעדט נאך פון א געפיל פון א קינד צו א טאטע

גיי ציריק צו די פריעדיגע נייעס ווי מען זאגט אז מען זאל איינרייסן, דאס איז אויך אן א געפילן?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אליעזר שלמה שיק בגימטריה י"ז שבט תשע"ה
Cp
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

ראשעקאל האט געשריבן:אליעזר שלמה שיק בגימטריה י"ז שבט תשע"ה
Cp
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

אפשר געהערט דאס אין א באזינדערע אשכול, אבער אז מ'רעדט שוין, בין איך נייגעריג צו וויסן די מהות פון יבניאל - עיר ברסלב. ווער זענען די תושבים? היימיש/חסידוש, ספרדים, ירושלימע ברסלבער, בעלי תשובה? און בכלל וואס האט אים געברענט צו בויען דעם שטעטל?
Ben-Shishim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

שליחה דורך Ben-Shishim »

No one mentioned his age.
How old was he?
אויב האסטו א יאר אין א מיטוואך איבריג, וועל איך שרייבען אין יודיש
Otherwise I will type in English, sorry about that.
פארשפארט