עס איז יעצט 32 סיי אין מאנסי אין סיי אין קרית יוא-ל, 35 אין בארא פארק אין 38 אין לעיקוואד. דערווייל פאלט גארנישט פון די הימל אין ברוקלין אין לעיקוואד, מאנרא אין מאנסי זעט א געמיש פון שניי, אין האגעל.
דערווייל איז נאר פארוואלקענט, די שניי אדער אייז פאלט ווייט צו אינזער north, לכאורה דארף דער precipitation אנפאנגען זיך צו גליטשען צו די south אין א לייכטע רעגען, אדער שניי וועט אנהויבען פון אפסטעיט אין זיך אריינרוקען צו די שטאט נאך 12-1 אזייגער. דערווייל זעט נישט אויס צו נאס אדער קאלט געניג אין שטאט פאר פראבלעמען.
די פריזינג רעין אין האגעל וועט פאלען שטערקער אין שוואכער ווען די בענדס ריקען זיך אדורך פון west to east, די גאסען זענען אביסעל בעסער מיט די האגעל אריינגעמישט ווי עס וואלט געווען מיט בלויז פריזינג רעין. די האגעל איז צאמגעשטעלט פון קליינע שטיקלעך אייז דאס מאכט א פריקטשען (friction) אין עס איז נישט אזוי גליטשיג וועגען דעם. אפילו ציווישען די בענדס קען נאך זיין פריזינג דריזעל. ציביסלעך וועט קעלטערע לופט אויך אנקומען העכער אין די אטמאספאר אין עס וועט אריבערגיין צו מער שניי. אבער רוב פון די moisture איז north פון די מאנסי area. איז מער ווי אן אינטש פון שניי זעה איך דערווייל נישט פאר׳ן שטאט.